האסטו קלאר געהערט פון דיין טאטע איבער מעמד הר סיני?

Thanks

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
82
רעאקציע ראטע
249
פונקטן
28
אפשר וואלט געווען כדי צו מאכן א געהעריגע פאול, אבער איך וויל דער עולם זאל אריינקומען מיט תשובות.

איינע פון די גרויסע טענות פאר אידישקייט איז די טענה אז 600,000 אידן האבן געזען מעמד הר סיני, און עס איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער, און זיי צו זייערע, ממש גראד ביז אונזער טאטעס וואס האבן עס איבערגעגעבן פאר מיך און דיך.

די שאלב איז צו ס'איז טאקע אזוי, צו דען איז דא א צייט וואס א טאטנ נעמט צאם די משפחה און פארציילט זיי וועגן מעמד הר סיני וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע?

יציאת מצרים איז טאקע דא א צייט, פסח ביינאכט, וואס מען פארציילט ווי מען איז ארויס פון מצרים, אבער דאס קען שוין זיין אז די עיקר מעשה איז אמת, מען איז ארויס פון דארטן, אבער די פרטים זענען געוואקסן און צוגעקומען מיט די יארן.

מעמד הר סיני אבער איז די עיקר זאך דאס אז גאט האט זיך באוויזן און געגעבן א תורה, די זאך איז נאר אז סנישט קיין ספעשל צייט וועם א טאטע זאגט עס. איך געדענק נישט מיין טאטע זאל מיר עס אמאל זאגן. סך הכול איז עס וואס יעדער גלייבט, ווייל אזוי שטייט, די רביס לערנען עס אויס אין חדר און שוין.
 
בשעתן סדר ביים זאגן דיינו געבט מען עס איבע רמדור דור "אילו נתן לנו את התורה ולא הכנסנו וכו"
 
און אויב ער זאגט יא? ער זאגט דאך אויך אז דער מלאך לייגט א קוואדער אונטער די קישן ווען ס'ציין פאלט ארויס.
 
טאקע אינטערעסאנט.
די פראבלעם איז אז איך קען דאס שוין זיכער נישט ווייטער פארציילן, ווייל איך האב עס קיינמאל נישט געהערט קלאר. אפילו מ'וועט זאגן אז א רבי אין חדר נעמט איבער די זשאב פון די טאטע בנוגע חינוך. (קלאר מיין איך די וועג וויאזוי ס'געדארפט זיין לויטן אויסגעבויטן ראי' "איך האב געהערט פון מיין טאטע, וואס האט געהערט פון זיין טאטע")
 
און וואס איז טאמער ערגעץ וואו אין די chain איז איינע פון דיינע זיידעס געווען א יתום וכדו' וואס איז מסתמא לא ימלט אז נישט??
 
די יום טוב שבועות איז דאך כהיום מיוחד צורעדן
און דערציילן פון קבלת התורה , און מעמד הר סיני

הגם! דער אריגינאל סיבה פון דעם חג , איז גיוועהן
צו דאנקען פאר נייע פרוכט און תבואה , מיט די שתי
הלחם , און הבאת ביכורים , האט מען אין בבל אין
די צייטן פון אמוראים צוגישטעלט צו זמן קבלת התורה ,
און מען האט קובע גיוועהן די קריאה
עשרת הדברות , אנדערש ווי די משנה , איז דעס
אויך א מסורה , פון 1500 יאהר

אין די תורה אליינס שטייט השמר לך פן תשכח את הדברים …יום אשר עמדת לפני ה׳ אלהיך בחורב-בסיני- אלץ א מצוה צו גידענקען די מעמד
הר סיני

עס ווערט נישט גירעכנט פאר א מצוה פון די תרי״ג
מצוות , און אויף איז דער הסבר , אז דעס שטייט
העכער ווי א מצוה ,
ווייל עס איז די יסוד פון כל המצוות , לדוגמא צו דעם איז אמונה אין מציאות השם , וואס ווערט נישט נישט גירעכנט פון די 613
ווייל דאס איז א יסוד , אין עס שטייט העכער

די אמונה אז גאט איז איינס - אחד- דעס איז
שוין יא א מצוה , עס קומט נאך אמונה אין מציאות
השם ברוך הוא ,
עכ״פ מעמד הר סיני , איז מאבות לבנים , עס איז א יסוד פאר אלע מצוות , איז דעס די סיבה פארוואס אין די תורה איז נישט באשטימט א ספעציעל יום טוב פאר דעם ,
ערשט שפעטער ביי די אמוראים האט מען איינגיזעהן קובע צוזיין חג השבועות , אלץ חג זמן מתן תורתינו
 
אלעס פיין און וואויל

האט דיין טאטע ביים שבועות סעודה אמאל פארציילט בפרטיות די מעשה פון מעמד הר סיני וויאזוי ער האט עס געהערט פון זיין טאטע?

אויב נישט, דאן איז די גאנצע זאך וואקלדיג, אודאי איז דא ימים טובים, ס'שטייט קלאר, א.א.וו. אבער אזוי קען מען אויך איינבאקן פאלשע זאכן, די פירערס מאכן אפ א יום טוב, מען ליינט עפעס, מען עסט סעודות, און אזוי ווערט עס מיט די יארן אנגענומען פאר א פאקט.

ווילאנג די הערסט נישט קלאר פון דיין טאטע א סטארי קלאר מיט א גראדע מסורה, דאן קען אפשר זיין אז די ערשטע דור וואס האט געהאלטן שבועות האט עס טאקע נישט אנגעקוקט אלס אמת, נאר סתם א שיינע סימבאלישע חאגע מיט א שיינע סטארי ליין, און מיט די יארן האט מען עס אנגעפאנגען צו גלייבן.
 
גירעכט
מען האט נישט קיין מקור אויף יום טוב פון קבלת התורה , אין די סדר פון חגים
אבער דער לשון אין פסוק איז
והודעתם לבניך ולבני בניך יום אשר עמדת בחורב
דברים ד.י.
 
טריגער ווארענונג!

ס'איז קלאר פון די פסוקים אז אידן האבן פאר א לאנגע צייט נישט געהאט די תורה אזוי ווי אונז האבן היינט (צו זיי האבן עס אינגאנצן נישט געהאט אדער נאר געהאט חלקים דערפון וועלן מיר לאזן פאר אן אנדערס מאל).

די רגע וואס מיר ווייסן דאס, איז מער נישט פאראן קיין שום פרוף פאר די "ספעציעלער" 600,000 מסורה מעשה.

ס'איז זייער מעגליך אז ס'זענען געווען לעגענדעס ביי כלל ישראל ארום א העלד אדער גענעראל וואס האט געהייסן משה וואס האט זיי געגעבן הייליגע געבאטן, און ווען די תורה איז שפעטער געשריבן געווארן האבן די דעמאלטסדיגע פירער ביי כלל ישראל צוגעלייגט זאלץ און פעפער צו די מעשה וויאזוי דאס האט פאסירט, און פון דעם איז געבוירן געווארן די 600,000 מעשה.

גענוי וויאזוי רוב דראמאטישע מעשיות און לעגענדעס האבן זיך אנטוויקלט במשך הדורות ביי פילע רעליגיעס און קולטן.
 
עס ליגט מיר אין קאפ אז דער רמב''ן שרייבט ערגעץ אז מען האט נישט קיין דירעקטע מסורה טאקע אבער דאס עצם לערנען תורה דאס איז זכירת מעמד הר סיני.
כ'על פרובירן אויפצוזיכן.
 
Back
Top