חול המועד האלטען איידיעס

פיינעפעל

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 2, 2024
מעסעדזשעס
26
רעאקציע ראטע
114
פונקטן
33
עס איז נאך א וואך צו יו"ט סוכות. היי יאר איז דא קארגע צוויי און א האלב טעג צו גיין ערגעץ חול המועד, און ביי מיר אינדערהיים קוקט על פי רוב דער חול המועד אויס ווי ביי רוב כלל ישראל, צוויי אזייגער נאכמיטאג הייבט מען אן חלומ'ען וואו צו גיין, און ביי די טיים מען האט שוין א החלטה, מען האלט שוין נאכדעם וואס יעדער איז פיינעלי מסכים דארט צו גיין, זעט מען אז אויב מען לאזט זיך יעצט ארויס, וועט מען אנקומען שוין ביים שפארן... און אזוי פארט דער טאג אדורך.

אשר על כן וואלט איך זייער געוואלט האבן היי יאר א שטיקל פלאן פון פאראויס, און נישט אויסקוקן ווי פריער דערמאנט.

דער פראבלעם הייבט זיך אן, אז ב"ה כלל ישראל איז היינט צו טאגס געבענטשט מיט צענדליגער ארגאניזאציעס וואס העלפן אלע מיני צובראכענע שטיבער. און עס איז געווארן א נייע זאך, אז אויף חול המועד דינגען זיי ארויס פארקס, ריידס, פלעיס, מאללס, וכו' וכו', פאר די משפחות און אלע קינדער, און א פלעינע משפחה קען גיין בארן קלאפן. איך מאך חלילה נישט אוועק די גרויסע מצוה, אבער מצד השני איז יצא שכרו בהפסדו, ווייל מען לאזט נישט איבער א פשוט'ע משפחה וואס האט נעבעך נישט קיין קראנקע קינד וואו צו גיין, סאו זיי קענען נישט גיין אין ערגעץ.

עניוועי, צום פינטל: וואו וואלט געווען אינטערעסאנט צו גיין, נישט די אלע טיפישע און באקאנטע פלעצער?
 
יעזורו גיט יעדע חוה"מ ארויס א בוקלעט מיט צענדליגער פלעצער, אינדאור און אוטדאור.

יעדער דארף וויסן וואס איז גוט פאר זיין משפחה. יונג אדער אלט? נאנט אדער ווייט? ביליג אדער צאלן מער פאר בעסערס? רואיגע סאלידע פלעצער אדער מער אקטיוויטעטן? וכו' וכו'.

אויך אין די וועכנטליכע אויסגאבעס קומען שוין היינט גאנצעטע בלעטער מיט איידיעס.
 
גערעכט, כהאב געטראכט אז אמאל האט איינער אייגענארטיגע איידיעס וואס קען זיין אינטערסאנט אין א חול המועד צום געדענקען וואס עס שטייט נישט אין די אלע אויסגאבעס, נמשל איבערשלאפען ערגעץ איבערנאכט אין גיין נאכדעים ערגעץ. וכדומה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יעזורו גיט יעדע חוה"מ ארויס א בוקלעט מיט צענדליגער פלעצער, אינדאור און אוטדאור.

יעדער דארף וויסן וואס איז גוט פאר זיין משפחה. יונג אדער אלט? נאנט אדער ווייט? ביליג אדער צאלן מער פאר בעסערס? רואיגע סאלידע פלעצער אדער מער אקטיוויטעטן? וכו' וכו'.

אויך אין די וועכנטליכע אויסגאבעס קומען שוין היינט גאנצעטע בלעטער מיט איידיעס.
אויב דו ווילסט נישט ווארטן ביז זיי געבן עס ארויס, נאדיר איינס פון פסח.

Yazory Navigatzia Pesach 2025.pdf
 
פאר די וועלכע געניסן פון SNAP (פוד סטעמפס) איז פארהאן אן ארגיניזאציע "מוזעאום'ס פאר אלע", וואס האט אנגעשלאסן איבער 1400 מוזעאום'ס/אקוואריום'ס/קינדער שפיל פלעצער לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן.

אויף זייער וועבזייטל וועסטו טרעפן א ליסטע/מאפע פון די אלע 1400 פארוויילונגס ערטער, און טאמער דו צייגסט דיין SNAP קארטל, וועלן זיי דיך אריינלאזן פאר $4 פער מענטש (קענסט ברענגען ביז א מאקסימום פון 4 מענטשן פער קארטל), לכאורה טאמער געניסטו פון די SUMMER EBT קארטלעך אין ניו יארק וועלן זיי דיר אויכעט אריינלאזן ווען די ווייזט זיי דעם קארטל (ביידע קארטלעך קוקן אויס די זעלבע, און באמת יעדע מעדיקעיד קארטל קוקט אויס די זעלבע דיזיין ווי די פודסטמפס קארטל, און בכלל זענען זיי נישט צופיל מדייק כל זמן ס'איז א קארטל)
1759177609590.webp
 
Back
Top