הילף פאר פארהייראטע צו טוישן לייף סטייל

די עיקר איז צו זיין אפן, פולי אפן מיט זיך און זי.
אן אנטשולדיגן, נאר זיין איגאנצן זיך, מיט א קלארקייט, אן מורא.

אמאל קען זיין אז זי פראבירט צו מאכן א cognitive dissident, און פראבירט צו שפילן כאילו גארנישט האט פאסירט פשוט ווייל זי קען נישט פעיסן די נייע ריעליטי.

אבער אין אמת'ן באגראבט זי פשוט אירע פילינגס, און איין טאג וועט עס פלאצן אויף א ערגערע אופן.

ממילא זיין אפן און קלאר איז די ריכטיגע וועג, לעב דיין אמת מיט א קלארקייט.

יא, זי גייט מאכן א tantrum מסתמא, און זי גייט escalate 'ן ווייל זי קען עס נישט פארטראגן, אבער טיף אין הארצן טיפער ווי איר מורא, וויל זי זען ווי דו שטייסט שטארק מיט א קלרקייט און קיינער קען דאס נישט אוועק נעמען (including זי).

און ווי לאנג דו ווארטסט אז זי זאל זיך טוישן, אדער זי זאל איינזען אז דו ביסט גערעכט, אדער אז די האסט פחד אז זי וועט דיך אפלאזן, אדער די ברויכסט validation פון איינעם פאר דיין אמת און דיין אמת'ע זיך, וועסטו נישט קענען האבן די קלארקייט און געזעצקייט, און וועסט זיך צום סוף בייגן דיין "זיך" פאר אנדערע און פאר זירע טאקטיקס אז דו זאלסט זיך צוצושטעלן צו אירע פחדים.

אבער טאמער דו ביסט איבער געשטיגן דיין אייגענע פחדים און דיין need צו געפעלן און אריין פיטען אדער האלטן דיין דרויסנדיגע image, און דו זוכסט מער נישט קיין acceptance, דאן ביסטו א אייגענע פרייע מענטש וואס בייגט "זיך" נישט פאר קיינעם אפילו פון די אייגענע ווייב, נישט ווייל דו ווילסט איינעם טוישן, נאר ווייל דיין אייגענע ווערד און אייגענע אמת'ע זיך איז מער וויכטיג פאר דיך ווי אלעס.

דאן ביסטו א אייגענע sovereign מענטש, וואס קיינער קען דיך נישט manipulate'ן אדער דערשרעקן צו דיך "fix'ן", דיין presence איז עכט דיך, דו נעמסט פלאץ, און מענטשן דארפן זיך רעכענען מיט דיך, אדער הייבן זיי אן צו זיין אליינס אויך מער זיך, אדער באהאלטן זיי זיך טיפער און יאגן אפ פון שטח.

איינער וואס קען נישט פארנעמען דיין עכטע זיך, איז עס זיין פראבלעם און זיין פארלוס, פראביר זיי נישט צו שטופן אויף קיין זייט, נאר דו בלייב זיך אייביג.

און גלייב מיך רוב מענטשן וועלן וועלן זיין ארום דיך, וועסט זיין magnetic ווייל מענטשן חלש'ן פאר נאטורליכקייט, ס'געבט זיי די ערלויבעניש צו זיין מער זיך אויך, אבער פאר אנדערע וועט עס זיין צופיל and that's fine too.

פאר דיין ווייב וועט עס זיין זייער שווער, ווייל ס'וועט זי force'ן צו אדער זיך אליינס זען מער עכט, וואס וועט גורם זיין אן identity crisis און accepting די situation, אדער צו אנטלויפן, אבער ווען די ביסט זיך מיט א קלארקייט שטופט עס זי צום וואנט צו מאכן א choice, אבער פארגעס נישט די choice איז אירע, און פראביר נישט שטופן אין קיין איין זייט, פראביר אפילו נישט צו איבערנעמען אירע שווערע emotions מיט אירע struggle אין מאכן די decision, נאר האלט אן איר האנט געב ווארימקייט אבער האלט זיך פעסט.

דו דארפסט זיין מוכן אז זי וועט דיך אפלאזן, אבער טאמער דו ביסט קלאר אז דיין מציאות פונעם "זיך" גייט נישט זיין compromised פאר קיין געלט, וועסטו זיין א פעלז וואס רירט זיך נישט פון פלאץ.

און גלייב מיך, אז זי גייט כמעט ללא ספק צום סוף, נאך אסאך escalation און accusations וכו' (וואס קומט subconsciously פון טעסטן דיין שטארקייט און קלאקייט) וועט זי אנקומען צו א עכטע acceptance, ווייל דיין עכטע שטארקייט איז אסאך מער attractive און איז וואס זי באמת זוכט, מער ווי דיין performative זיך און דיין mask וואס דו טוסט אן.

יש להאריך כאן יותר, אבער כ'האב שוין געשריבן אסאך.
איין נקודה שלא להטיל טעות.

איך בין אוודאי נישט חולק אויף דעם אז מ'דארף מאכן זאכן gradually און די Pace דארף זיין קלוג און אדארכגעטראכט. (אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן דא אין קרעמל עטליכע מאל).

נאר כ'האב געמיינט איז, אז ווען דו מאכסט יא א טויש (אפילו א קליינעם), טו עס נישט passively אדער secretly, אויב דו לאזט אפ נעגל וואסער למשל טו עס מיט א קלארקייט און א אפנקייט און מיט זיין זיכער און רוהיג מיט זיך, פון דיין unshakeable אמת.

די קליינע סטעפס זאל זיין מיט integrity נישט מיט זיך באהאלטן.
 
לעצט רעדאגירט:

אבער וואס טוט מען ווען די שותף מאכט א גאנצע בראטל פון נעגל וואסער?
 
אבער וואס טוט מען ווען די שותף מאכט א גאנצע בראטל פון נעגל וואסער?
צי ארויף דיינע ביצים.
זיי קלאר מיט זיך, און בלייב זיך.
נישט מיט כעס, נאר רוהיג מיט א קלארקייט.
 
צי ארויף דיינע ביצים.
זיי קלאר מיט זיך, און בלייב זיך.
נישט מיט כעס, נאר רוהיג מיט א קלארקייט.
מיינע ביצים כאפט זי אן בשעת מעשה.....
 
מיינע ביצים כאפט זי אן בשעת מעשה.....
איינער קען מיך זאגן די גיידליינז דא אויף קרעימל וואס מען מעג שרייבן און וואס נישט?
אויב איז די מעססעדש נישט אויסגעהאלטן ביטע פארמעקן
 
איינער קען מיך זאגן די גיידליינז דא אויף קרעימל וואס מען מעג שרייבן און וואס נישט?
אויב איז די מעססעדש נישט אויסגעהאלטן ביטע פארמעקן
דאס איז ערלויבט.
אבער אפיציעלע ס**סולע שמועסן דארף זיין אין די מאחורי אפהאנדלונגען
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס איז ערלויבט.
הגם אפיציעלע ס**סולע שמועסן דארף זיין אין די מאחורי אפהאנדלונגען
וואס קען איך טאָן אז איך בין נישט ערלויבט דארט צו שרייבן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער וואס טוט מען ווען די שותף מאכט א גאנצע בראטל פון נעגל וואסער?
גרייט אן נעגל וואסער, טשוז דיינע בעטלס, נוץ דיין ענערזשי אויף זאכן וואס מאכן מער אויס ווי דאס, ענדערש זאלסטו קוקן מאוויס מיט איר און אנגרייטן נעגל וואסער, ווי נישט אנגרייטן נעגל וואסער און זיצן אויף דיין פאון אין דיין קאר ביז אין די נאכט אריין אראונד דע קארנער פון דיין הויז..
 
פארוואס עפעס, זיי זיך מיט וואס דו פילסט אז דאס איז דיך.
אויב דו פילסט אז נעגל וואסער איז א זאך וואס איז נישט זיך, פארוואס זאלסטו עס טון??
פאר זי??
איז דיין מציאות וואס דו ביסט? אדער וואס זי וויל זאלסט זיין?
 
איך מיין אז יעדער פון ענק רעדט לפי תכונת נפשו ומשפחתו
יעדער דארף וויסן פאר זיך ווי ער האלט אויפן וועלט און וואס וויל ער ווי שטארק ער איז ביי זיך
און ווער איז זיין ווייב
 
לויט דיין רעיט פון שרייבן ביסטו דארט ביז אפאר וואכן
אגב. כ'וואלט געשריבן אפאר טעג, אבער ס'נעמט דרייסיג טעג פון ווען מ'שרייבט זיך איין.
 
אגב. כ'וואלט געשריבן אפאר טעג, אבער ס'נעמט דרייסיג טעג פון ווען מ'שרייבט זיך איין.
אה איך פארשטיי, וואס איז טאקע פשט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויט דיין רעיט פון שרייבן ביסטו דארט ביז אפאר וואכן
אגב אויב האסטו באמערקט שרייב איך נאר קורצע מעסעדשעס
איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן לענגערע אינהאַלט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך טרייסט אז די בעסטע וואלט געוועהן אויב איינע פון די חשובע פרויען דא וועלן מיט טיילן זייער פערספעקטיוו,
זיי וועלן בעסער וויסן ווי אזוי זייערע געפילן ארבעטן
קען זיין איך בין רונג, איך טראכט נאר אזוי
איך קען נישט זען וויאזוי דעס קען העלפן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז דא נאך א נקודה דא.
אויסער זיין זיכער מיט זיין זיך, דארף מען ספעציפיש זיך באדאנקען ווען זי שטעלט זיך צו/מישט זיך ארויס.
איך וויל אנכאפן די נעגל וואסער. נאכ'ן איר זאגן אז איך בין יעצט נישט אין דעם, קען מען ערוואקטן אז זי זאל יעצט אנהייבן שטעלן נעגל וואסער ביים בעט, זי מעג, אויב שטעלט זי נאר איין טעפל באדאנק איר פאר דעם! אויב שטעלט זי צוויי, זאג איר שכוח פאר מיך אינזין האבן, אבער כ'האב דיר געזאגט, איך וויל מיך וואשן ביים סינק.
 
החכם עיניו בראשו ,
מען דארף שוקל זיין אין די לאנג טערם , וואס וועט
א טויש ברענגען , צו איז איז א תועלת פאר שלום בית , אדער וועט עס זיין א קאאס פאר פריקשן
און אויב פריקשן צו לוינט זיך עס ,
מען דארף נישט עקטן עבראפטלי , אדער איינזייטיג
איט מעיק סענס , אז רעדט קודם , פון נעגל וואסער
צו עס פעהלט אויס ,
צו איז עס א ניוסענס ,
וואס ביסלעכווייז ,
אויב ביידע צוזאמען קומען צו די זעלבע
מסקנא , קען מען גיין צו די סינק ,
אויף דעם אופן בויעט ,מען א יסוד ,פון טהוען זאכן
צוזאמען , וואס איז א געין פאר לאנג טערם , און
מען קען האבן בעניפיטס .
 
Back
Top