הילף פאר פארהייראטע צו טוישן לייף סטייל

די עיקר איז צו זיין אפן, פולי אפן מיט זיך און זי.
אן אנטשולדיגן, נאר זיין איגאנצן זיך, מיט א קלארקייט, אן מורא.

אמאל קען זיין אז זי פראבירט צו מאכן א cognitive dissident, און פראבירט צו שפילן כאילו גארנישט האט פאסירט פשוט ווייל זי קען נישט פעיסן די נייע ריעליטי.

אבער אין אמת'ן באגראבט זי פשוט אירע פילינגס, און איין טאג וועט עס פלאצן אויף א ערגערע אופן.

ממילא זיין אפן און קלאר איז די ריכטיגע וועג, לעב דיין אמת מיט א קלארקייט.

יא, זי גייט מאכן א tantrum מסתמא, און זי גייט escalate 'ן ווייל זי קען עס נישט פארטראגן, אבער טיף אין הארצן טיפער ווי איר מורא, וויל זי זען ווי דו שטייסט שטארק מיט א קלרקייט און קיינער קען דאס נישט אוועק נעמען (including זי).

און ווי לאנג דו ווארטסט אז זי זאל זיך טוישן, אדער זי זאל איינזען אז דו ביסט גערעכט, אדער אז די האסט פחד אז זי וועט דיך אפלאזן, אדער די ברויכסט validation פון איינעם פאר דיין אמת און דיין אמת'ע זיך, וועסטו נישט קענען האבן די קלארקייט און געזעצקייט, און וועסט זיך צום סוף בייגן דיין "זיך" פאר אנדערע און פאר זירע טאקטיקס אז דו זאלסט זיך צוצושטעלן צו אירע פחדים.

אבער טאמער דו ביסט איבער געשטיגן דיין אייגענע פחדים און דיין need צו געפעלן און אריין פיטען אדער האלטן דיין דרויסנדיגע image, און דו זוכסט מער נישט קיין acceptance, דאן ביסטו א אייגענע פרייע מענטש וואס בייגט "זיך" נישט פאר קיינעם אפילו פון די אייגענע ווייב, נישט ווייל דו ווילסט איינעם טוישן, נאר ווייל דיין אייגענע ווערד און אייגענע אמת'ע זיך איז מער וויכטיג פאר דיך ווי אלעס.

דאן ביסטו א אייגענע sovereign מענטש, וואס קיינער קען דיך נישט manipulate'ן אדער דערשרעקן צו דיך "fix'ן", דיין presence איז עכט דיך, דו נעמסט פלאץ, און מענטשן דארפן זיך רעכענען מיט דיך, אדער הייבן זיי אן צו זיין אליינס אויך מער זיך, אדער באהאלטן זיי זיך טיפער און יאגן אפ פון שטח.

איינער וואס קען נישט פארנעמען דיין עכטע זיך, איז עס זיין פראבלעם און זיין פארלוס, פראביר זיי נישט צו שטופן אויף קיין זייט, נאר דו בלייב זיך אייביג.

און גלייב מיך רוב מענטשן וועלן וועלן זיין ארום דיך, וועסט זיין magnetic ווייל מענטשן חלש'ן פאר נאטורליכקייט, ס'געבט זיי די ערלויבעניש צו זיין מער זיך אויך, אבער פאר אנדערע וועט עס זיין צופיל and that's fine too.

פאר דיין ווייב וועט עס זיין זייער שווער, ווייל ס'וועט זי force'ן צו אדער זיך אליינס זען מער עכט, וואס וועט גורם זיין אן identity crisis און accepting די situation, אדער צו אנטלויפן, אבער ווען די ביסט זיך מיט א קלארקייט שטופט עס זי צום וואנט צו מאכן א choice, אבער פארגעס נישט די choice איז אירע, און פראביר נישט שטופן אין קיין איין זייט, פראביר אפילו נישט צו איבערנעמען אירע שווערע emotions מיט אירע struggle אין מאכן די decision, נאר האלט אן איר האנט געב ווארימקייט אבער האלט זיך פעסט.

דו דארפסט זיין מוכן אז זי וועט דיך אפלאזן, אבער טאמער דו ביסט קלאר אז דיין מציאות פונעם "זיך" גייט נישט זיין compromised פאר קיין געלט, וועסטו זיין א פעלז וואס רירט זיך נישט פון פלאץ.

און גלייב מיך, אז זי גייט כמעט ללא ספק צום סוף, נאך אסאך escalation און accusations וכו' (וואס קומט subconsciously פון טעסטן דיין שטארקייט און קלאקייט) וועט זי אנקומען צו א עכטע acceptance, ווייל דיין עכטע שטארקייט איז אסאך מער attractive און איז וואס זי באמת זוכט, מער ווי דיין performative זיך און דיין mask וואס דו טוסט אן.

יש להאריך כאן יותר, אבער כ'האב שוין געשריבן אסאך.
איין נקודה שלא להטיל טעות.

איך בין אוודאי נישט חולק אויף דעם אז מ'דארף מאכן זאכן gradually און די Pace דארף זיין קלוג און אדארכגעטראכט. (אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן דא אין קרעמל עטליכע מאל).

נאר כ'האב געמיינט איז, אז ווען דו מאכסט יא א טויש (אפילו א קליינעם), טו עס נישט passively אדער secretly, אויב דו לאזט אפ נעגל וואסער למשל טו עס מיט א קלארקייט און א אפנקייט און מיט זיין זיכער און רוהיג מיט זיך, פון דיין unshakeable אמת.

די קליינע סטעפס זאל זיין מיט integrity נישט מיט זיך באהאלטן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top