אין ענגליש זאגט מען If there is a will, there is a way.
איך ווייס אויך פון די ניו יארק קאנסטיטוציע פראבלעם לגבי געבן געלט פאר רעליגיעזע מסודות, אבער מיט גענוג פאליטישע שטיצע קען מען אויפקומען מיט מערערע סארט טריקס (איך וויל נישט אריינגיין אין דעם, ס'איז אבער קלאר אז אויב מארגן זעצט מען אוועק ר' אהרן טייטעלבוים מיט זיינע לאיערס אלס די ניו יארקער עדיוקאציע פארזיצער, וועלן זיי שוין טרעפן א וועג).
און ניין, איך רעד זיכער נישט פון געבן מער געלט פאר די יעצטיגע מוסדות. פארקערט, נאר פאר די מוסדות וואס וועלן דווקא יא לערנען פיל מער שעות לימודי חול.
זאגסטו אז א טיירענט ווי פוטין דארף באקומען פאוער אין אלבאני און דעמאלטס וועט ווערן בעסער? איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט מיט דעם, אהרן האט נישט קיין לאיער ער האט דזשאו פעטלין, א קארופט וואס פסק'ענט אליין פאר זיין דיסטריקט און די געזעץ לאזט אים נאך. איך פארשטיי דו מאכסט נאר א משל, ס'איז אבער נישט אין פלאץ. ער טוט וואס ער וויל.
דאס איז דאך די פראבלעם אז די פאליטישע עקספלויטעישן האט געפאקט די עלטערן און די קינדער זאגסטו אז מ'זאל ווייטער קרום? איך ווייס נישט, איך פארשטיי דאס נישט.
איך ווייס אז ס'איז נישט גרינג. אבער וואס יאפעד טוט יעצט, איז אויך נישט גרינג (ס'האט זיי שוין אזוי אויך גענומען יארן לאנג, און זיי האלטן דערווייל נישט אין ערגעץ. לכה"פ פאר די קומענדיגע 9 יאר). יאפעד'ס יעצטיגער מהלך פון גיין מיט כח ווערט יעדעס יאר נאר א שוואכערע לעזונג (וויבאלד די חרדישער פאליטישער כח ווערט וואס א יאר נאר שטערקער).
מיינסט
פאר די פריערדיגע 9 יאר?
איך וויל סתם אריינווארפן, יאפעד מוז ווערן צוטיילט אין 2: די ערשטע 7 יאר און די צווייטע 6. אין אנהייב איז עס געווען א קליינע grassroots operation מיט נישט עכטע סופארט און אן עקספירענס ווי פאדארבן זאכן זענען, קיינער האט זיי ממש נישט געקענט אויסער אפאר מענטשן אויף פעיסבוק, אפאר עלטערן האבן געחתמ'עט א בריוו און שוין.
דערווייל האט מעיאר דעבלאזיא אויסגעצויגן די יארן, געמאכט אן אינוועסטיגעשן פון גארנישט טוהן וואס איז איז "דו טו קאוויד" נישט געפארן ווייטער פון די ארגינעלע גארנישט מיט גארנישט, איז אראפגעלאשט געווארן גאנצע 4 יאר.
מאסטער האט מען געפינג פאנג'ד פון די סטעיט צו די סיטי און פון די סיטי צו די סטעיט און יעדער האט זיך אויסגעלאכט. קענסט הערן ווי ער אליין פארציילט עס, ס'גייט אפילו נאך ווייטער. דו דארפסט הערן זיין זייט, ער איז שוין געזעצן מיט א יונגערמאן פון בעלזא וואס האט געהאט א גאנצע פלאן וויאזוי עס צו טוהן עפענען א מוסד פאר ”אנדערע סארט” עלטערן פארשטייט זיך די רבנים האבן געזאגט נישט דא וואס צו רעדן און ס'איז געבליבן ביי דעם, און ער האט אים אפגערעדט פון עפענען אן ארגאנעזאציע, פאר די אלע מוילמאכערס וואס אייסערן זיך מיט די change comes from within און אויסדריקליך נאר from within. ניין ... ס'איז ביידע! נאר ווייל ס'איז דא א יאפעד, וואס דו דוקא עגריעסט נישט קען קומען טשעינדזש, אבער פון זיך אליין קומט נישט גארנישט. ווייל יעדער ווייסט אז אין די לעצטע 40 יאר איז די פראבלעם נישט געלעזט געווארן, מיטאמאל יאפעד קומט אן און די חסידים וואס ווילן נישט קיינמאל קיין טשעינדזש און טענה'ן גאר אזוי ווייט אז ס'איז נגד המסורה משנה צו זיין ווערן מיר יעצט די גרעסטע עקספערטן אין תיקון עולם און וואו און פון וועם ס'קומט. פונקט יעצט. Convenient
סא I don't agree מיט דיין השערה
קענסט הערן
א שמועס צווישן תולי מאסטער און פרידע ווייזעל ווי ער פארציילט זיין עקספירענס, ביידע זענען געווען אין קאלידזש און ביידע האבן זיך געמוטשעט און ער האלט פון גאווערמענט אינטערווענציע און פרידא האלט ווי די חרדים אז דאס הארגעט טשעינדזש.
גיין מיט גוטן, האט אין ארץ ישראל שוין געברענגט היפש שיינע רעזולטאטן (ממלכתי חרדי ועוד),
איך קען מיר בכלל נישט אויס מיט זייער פאליטיק, דארט בין סא וועל איך לאזן אנדערע אויסקלארן. איך ווייס אז די בעלזא רב איז clearly נישט דערקעגן, ער האלט זייער קלאר מיט די שיטה אז מ'זאל זיין מער געבילדעט, און ער האט עס געזאגט ווען ער איז געווען אין אמעריקע און מ'האט געהאלטן אינמיטן פאר לערנען אז ס'איז זייער א גוטע זאך און ער האלט זייער דערפון עפעס אזעלכע ווערטער וואס איז אין שטארקן קאנטראסט צו סאטמאר ווי איך בין ווי מלמדים פלעגן קענען אראפרייסן דאס גאנצע מושג ווי כאילו ס'איז א טריפה נבילה קאמוניזם ערב רב...
אבער וואס מיינט ס'האט געברענגט? ווער האט געברענגט? און וואס? איז נישט די רעגירונג דער וואס אינסטיגירט דאס? און איז נישט דאס אז מ'טוישט אנדערש ווייל דארט האבן די חרדים אסאך מער צו פארלירן פון די סמוטריטש מיט די אלע רעכטע זיצן וואס זיי האבן? מ'גיט דאך זיי דארט ביליאנען, אוצרות וואס די ניו יארקע אידנטום גיט חלומ'ען.
און כאטש סאיז דארט אויך זייער שווער, ריקט מען זיך אבער צוביסלעך אינעם גוטן ריכטונג (מען ריקט זיך אפילו עטוואס אין די חסידישע מוסדות ווי באיאן, בעלז ועוד).
און נישט פארגעסן אז אין ארץ ישראל איז די טראדיציאנאלער קעגנערשאפט צו לימודי חול אסאך שטערקער ווי דאהי (אין די עכט היימישע תלמודי תורה פלעגט מען דארט כמעט ווי גארנישט לערנען קיין לימודי חול, משא"כ דאהי ווי אפיציעל לערנען אלע א שעה א טאג).
יא, אבער פון די צווייטע זייט האבן זיי שטארקע פאוער און פירן ליטערלי ביבי'ס בעיס סא ס'איז קאמפליטלי אנדערש ווי דא וואס האוקל טוט זיי א גאנצע טובה און ווי גדלי סעגעדין איז מסביר און ער איז גערעכט, איז ניו יארק נישט קיין 2 פארטיי סיסטעם, די דעמ'ס פירן אלעס און די רעכטע דארפן איינרוען, אבער דאס איז אביסל א לצנות אז זיי גלייבן אין איר ווייל די סטעיט גאווערנער האט אויף עדזשוקעישן נישט קיין ווארט, נאר די באורד אף רידזשענטס און די נייסעד (ניו סטעיט עד דיפארטמענט) זי האט ניטאמאל וועטאו פאוער.
בקיצור, איך קען מיך שוואך אויס דארט, אבער ס'איז אנדערש אויף צענדליגע פרטים, סא זיי פארזיכטיג ווען דו פארגלייכסט דיך, ס'איז אויך אידן מיט אידן און די תל אביב חברה ווילן פארציקן די חרדים, קענען זיי אייביג טענה'ן אונז זעמיר די וויקטים'ס וואס מ'דארף נאכגעבן משא"כ דא ווי סעגעדין מוז זיך בעטן צום גאווערנער אז אונז געב מיר אזויפיל סעילס טעקס ממילא לאז אונז אנפייפן די געזעצן ווייל געלט קומט עניוועי...