ר' ישרא' פריי: א היימישער גורער חסיד וואס איז אויך א גרויסער אנטי ציוניסטישער זשורנאליסט והוגה דעות

איי קענט בעליוו דיס...😮, בעסער געזאגט, איך קען יא...

דעי דר. דעהאן, וואס איך בין אויפגעוואקסן אלע יארן אז ער איז די בעל מסירת נפש פון די 20 סענטרי, וואס שמואל שלמה טעללער (וואס פארשלייערט אויך זיין פאליטישע שנאה צי מ"י אינטער די נאמען סאטמער, אזוי ווי @שמייכעל) האט יעצט געהאט א גאנצע ארטיקל לכבוד זיין יארצייט, מיט טיטלען, "קדוש וטהור"
ווער איך יעצט געוואר אז דער דר. דעהאן איז געווען אפענלי געי?!?!? אין דעי זעלבע מענטשן וואס דעהאן איז ביי זיי א "קדוש וטהור" פארלירן נאכט שלאף אויף די גזירת לימודי חול?!?

איך האב א עצה, סטאפטס די פייט, די מנהלים פון די מוסדות זאלן זיך אראפזעצן מיט די נייע מעיהער מאמדאני, אז מ'קען אריינלייגן אין די קאריקילעם וועגן LGBT, מ'זאל נאר צילייגן אז מ'דארף אויך זיין קעגן די מדינה, אין שלום על ישראל, ניין?
דע האן איז געווען פון די באקאנטע אפענע האמאסעקשועלס אין האלאנד. אין אמסטערדאם איז דא איינס, צו אפי' צוויי מאנימענטן מיט אויפשריפטן פון זיינע ביכע ר אין ביז היינט ציט די ארטיגע LGBTQ קהילה אינספיראציע פון אים.

(אפי' אין זיין תקופה אין א"י אלץ קנאי פלעגט ער זיך דרייען מיט אראבישע בחורים)
 
דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען אפענלי געי, און ס'איז נישטא קיין עכטע ראיות אז ער איז געווען געי.
ס'איז מער השערות און שמועות
 
ער איז גיוועהן אפען קודם,
שפעטער א בעל תשובה און
א גילערנטער , האט ער זיך צוגישטעלט
צו רבי יוסף חיים , ווען מען האט איהם
גיהארגעט איז גיווארן באטיטלט הקדוש
 
דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען אפענלי געי, און ס'איז נישטא קיין עכטע ראיות אז ער איז געווען געי.
ס'איז מער השערות און שמועות
ליין זיינע חרוזים
 
דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען אפענלי געי, און ס'איז נישטא קיין עכטע ראיות אז ער איז געווען געי.
ס'איז מער השערות און שמועות
מ'וועט דארפן נאכקוקן, אבער אויבן אויף זעהט אויס אז ער איז געווען אפען דערמיט

דאס האט מיך Gemini געענטפערט
Screenshot_20250710-171546 (1).png
 
View attachment 6692

ר' ישרא' פריי ממקורו א גורער חסיד, אבער היינט מער ווי ר' שמוא' אויבערבאך'ס תלמידים, דהיינו, ער איז נישט קיין סאטמערער עדה החרדית ירושלמי קנאי, אבער האט זיך דערקלערט אלץ אנטי איזראעלישער זשורנאליסט און בעל דעה זאגער, ער איז נישט קעגן די ציונים מכוח די סאטמארע קנאות, פון שלוש שבועות חמורות ווי עס איז מבואר אין חז''ל און היינט צוטאגס מסביר געווען להלכה דורך כ''ק אדמו''ר רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר הויא' משה זי''ע, נאר מכוח שכל, ''קאמאן סענס'', ער זעהט איין אז ארץ ישרא' האט נישט קיין שום חשבון מיט'ן ''פייטן'', די אראבער נאר דורך זיי ארויסשטופן פון לאנד. און דאס זאגט ער איז כנגד אנושית מילא איז דאס אויך נגד התורה וחסידות פון זיין גורער אפשטאם.

View attachment 6694
ר' ישרא' פריי איז נישט נאר א זשורנאליסט אינטער א קאמפיוטער ווי אלע חרדישע שריפטשטעלער נאר טרעט אויף יעדע נאכט אויף טעלעוויזיע זיך טענה'דיג מיט אלע ציונים און איז זיך משתתף ביי יעדן אנטי ציוני פרא פאלעסטינער פראטעסט ווי די נטורי קרתא.

ווי ר' שאול אלטער קען ער זיך נישט האלטן דאס מויל פארמאכט פון עוולות, מילא ווערט ער גערדופט ליידער פון רוב איזראעליס. איצט האט מען אים ענדליך ארעסטירט ווייל ער האט געפייערט די טויט פון א גרופע נצח יהודא צה''לניקעס אין עזה. וואס די כאמאס האט דורכגעפירט אן אמבוש די וואך דארטן, פארוואנדענדיג אסאך וואס די צענזור לאזט נישט די וועלט וויסן פונקטליך וויפל אבער וויבאלד די פרומע משפחות האלטן דאך יא אפ ''פובליק'' לוויות ווייסט מען פון 5 זיכער טויט, אבער אסאך מער פארוואונדעט וואס מ'לאזט נישט פארציילן. זיין ווייב האט זיך ליידער אפגעגט פון אים, ער האט 2 קינדער פון איר. ער איז אויפגעוואקסן ביי א טאטע וואס לערנט היינט אין כולל אין חצור.

View attachment 6693
ביי קאראנע האט ער פארפירט אז חרדים מוזן אויך איינהאלטן די סאציאלע דערווייטערונג געזוטנהייט מאסאנאמען.

ביבי נתני' געפינט זיך אין אמעריקע, זיינע קינדער וואונען אין פלארדיע אין מיאמי, ביים ביעטש. אבער ער שיקט ארץ ישרא' זיך לאזן הארגענען אין עזה. סתם פאר נקמה פון אקט' זיבן, ער האט נישט קיין שום חשבון וויאזוי צו געווינען אז 2 און א האלב מיליאן אראבער אין עזה זאלן זיך אויפהייבן אין מופן קיין סיריע. כאטש די ציונים האבן פארטריבן אראבער אין די הונדערטע טויזענטע איז דאס נאך קיינמאל נישט געווען אז גרויסער נומער. און דאן ביים גרינדונג פון די מדינה איז דאס געווען גראד נאכ'ן האלאקאוסט און בעפאר דעם נאך די פאגראמען אין רוסלאנד פוילן און אנדערע ערטער אין מזרח אייראפע. אבער איצט זענען אידן גאר רייך און סוקסעספול אין וויליאמסבורג מאנדרוי קראונהייטס וכו' אלע אידישע געגענטער ווי מיר וואונען איצט מילא גייען מיר נישט קיין ארץ ישרא' זיך לאזן הארגענען ווי די ציונים פאר זייער אידיא'ל.

View attachment 6695

ר' ישרא' פריי קוקט היינט אויס ווי א ליטווישער ר' שמוא' אויבערבאך תלמיד אבער ער איז א גורער חסיד ממקורו מחיניכו מילדותו וממשפחתו.

ס'נישט די ערשטע מאל וואס ער איז ארעסטירט, אבער איך האף און איך בעט דעם רבונו של עולם אז דאס זאל אויך נישט זיין די לעצטע מאל, ווייל ביז איצט פלעגן זיי אים סתם אפהאלטן און אויספארשן, אבער איצט האבן זיי פארלענגערט זיין ארעסט.

אין ארץ ישרא' איז ליידער נישטא דער מושג פון 'פרייהייט פון ווארט', ווי אין אמעריקע, דארטן איז שטענדיג מלחמה צייטן, דעריבער יעדער איינער וואס זאגט א קרום ווארט, פאר די ציוניםלעך, ווערט דאס אויסגעטייטשט ווי געבן מאראלישע שטיצע פאר'ן שונא. זיי לאזן נישט אריינטריט דארטן פאר'ן 'נטורי קרתא' הויפט, פון מאנסי, הרה''צ לוחם מלחמת השם יתברך במסירת נפש ממש, רבי ישרא' דוד ווייס און פעלדמאן שליט''א, כאילו ער וויל זייער שטארק גיין אויף ארץ ישרא' מאכן אן עלי'...

View attachment 6696

ר' ישרא' פריי שרעקט זיך נישט צו זיך טענה'ן מיט די גרעסטע ציוניסטישע שישקעס גבר אלים'ס סיי אויף טי.ווי. סיי אויף סאשל מידיע און סיי אויף די גאסן!

ווי אויך לאזן זיי נישט אפערירן די 'על זשאזירא' זשוראליסטן אין ערגעץ נישט אין זייערע אקופירטע געביטן, די מערסטע מענטשן וועמען זיי האבן שוין געהארגעט אין עזה זינט אקט' 7, ווען זיי האבן געכאפט א געזונטן היסטארישער דורכפאל פון כאמאס, איז זשורנאליסטן. קרוב צו 200 זשורנאליסטן זענען שוין דערמארדעט געווארן אין עזה Killing of journalists in the Gaza war - Wikipedia מהם 5 אידישע זשוראנליסטן אבער על פי רוב גוים.

View attachment 6699
ר' ישרא' שטאמט פון זייער א חשובער גורער משפחה, ר' יודא לייב אבראמאוויץ א תלמיד פון חכמי לובלין ישיבה, א תלמיד פון ר' מאיר שפירא וועמענ'ס געביין ער האט ארויפגעברענגט קיין ארץ ישרא' פון פוילן, ער איז געווען ר' איטשע מאיר לעווין'ס חבר, און דער חבר הכנסת מטעם אגודת ישרא' און סגן ראש העיר פון תל אביב איז זיין עלטער זיידע פון זיין מאמע'ס זייט. זיי מאמע'ס טאטע דהיינו ר' ישרא'לס זיידע איז געווען די גורער רב אין חצור ווי ר' ישרא' איז געוואקסן ער איז געווען א זוהן פון ר' יודא מאיר ער האט געהייסן ר' צבי יצחק אברמוביץ בעל מחבר ספר טעם הצבי זצ''ל

View attachment 6700
ר' ישרא'ל'ס זיידע דער רב פון די גורע קהילה אין חצור, הרה''ג רבי צבי יצחק אברמוביץ בעל מחבר ספר טעם הצבי זצ''ל, על התורה ומועדי השנה.


View attachment 6691
ר' אברהם דוד גרינבוים, ישרא' פריי'ס גורער חבר רבי און בעל הבית אין זשורנאליזם.

ר' ישרא' פריי האט מלכתחילה אנגעהויבן זיין קאריערע ווי אלע היימישע זשורנאליסטן, אונטער הרב ר' אברהם דוד גרינבוים שליט''א, זיין גורער חבר, און געלונגענער שרייבער און גרינדער רעדאקטער פון די ש''ס צייטונג, 'הדרך', ווען זייער אלטער טאג-צייטונג 'יום ליום' איז געווען זייער פרא ישי און אנטי דערי, ווי אויך האט ר' אברהם דוד רעדאקטירט דעם 'בקהילה' מאגאזין, און אנגעפירט דעם 'קול חי' ראדיא סטאנציע, ר' אברהם דוד האט היינט א אייגן מאגאזין וואס הייסט 'מורשה' מיוחד צו פארשפרייטן חסידות. אבער זיינע קאלומס פארשפרייטן זיך אין אסך צייטונגען בעיקר אין ארץ ישרא' אבער אויך אין אמעריקע אינעם גורען ענגלישן המודיע פון רות ליכטנשטיין איטשע מאיר לעווין'ס אייניקל, אונטער פארשידענע פען נעמען ווי ליבערטי פון קאנטרי און נאך...

View attachment 6698

ר' ישרא' פריי האט טאקע אנגעהויבן זיין זשורנאליזם קאריערע אין די היימישע מידיע ווי קול חי און בקהילה, אבער היינט ווערן זיינע ווערק געדרוקט אויף ענגליש איבער די גארער וועלט ווי אין הארץ און אפילו אין די אראבישע מידיע נעצן ווי דא Yisrael Frey

זעהט זיין טוויטער פיעד וואס האט אויפגעוועקט די רוגזה פון די ציונים פארוואס זיי האבן אים איצט ארעסטירט נאכאמאל.

https://x.com/freyisrael1
דו ביסט שטארק טאלאנטפול!!! איך גלייך שטארק דיין ווערק, נישט קיין חילוק צו איך האלט וואס דו זאגסט איז ריכטיג.

האלט אן דיין הערליכע ווערק.

❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥
 
סאטמאר רבי דער ויוא' משה זי''ע איז געווען אן אונגערישער גדול, מילא האט ער יא געוויינט אויפ'ן יעדן ציוני טויט.
הייסט אז ער האט געוויינט אלץ אונגערישער?!

שעם אן יו, אזוי צו רעדן אויף א גדול בישראל!

א חרפה און א בושה, אז דו שטעלסט זיין בילד העכער דיין ניק נאמען,
קענסט ארויס זאגן קלאר אז דו האסט נישט קיין שום רעספעקט פאר די תורה און די גדולי ישראל! און נאר איינער וואס האט פיינט די ציונים איז ארויפגעקוקט ביי דיך, אפי' יענער איז א נידריגע אינג, קען טוהן סיי וועלכע זינד און פארשעמנדע אקטן, ווילאנג ער האט אויך פיינט די ציונים - אפי' ער איז אליינס א שטיקל ציוני - איז ער ארויפגעקוקט אין דיינע אויגן

וויי פאר קרעמיל אז מ'האט זיך אזוי נידריג דערקייקעלט
וויי פאר אידישקייט אז ס'האקט שוין אזוי נידריג
וויי פאר סאטמאר פארן ארויס געגעבן אזעלכע פירות
 
באגרעניצן פרייהייט פון ווארט און צייט פון מלחמה, איז נישט עפעס וואס נאר מדינת ישראל צייכנט זיך אויס. אין פאקט עטליכע אמעריקאנער אדמיניסטראציעס האבן געזעצלעך באצייכנט ארטיקלן וועלכע האבן זיך אנגענומען אויף די שונא אין צייט פון מלחמה, אלס "שפיאנאש".
 
ער איז גיוועהן אפען קודם,
שפעטער א בעל תשובה און
א גילערנטער , האט ער זיך צוגישטעלט
צו רבי יוסף חיים , ווען מען האט איהם
גיהארגעט איז גיווארן באטיטלט הקדוש
ער האט געפירט א דאפלטע לעבן אפילו נאכן ווערן פרום. בשעת'ן וואוינען אין אר"י האט ער געדרוקט זיינע עראטישע שירים אין האלאנד
 
ער האט געפירט א דאפלטע לעבן אפילו נאכן ווערן פרום. בשעת'ן וואוינען אין אר"י האט ער געדרוקט זיינע עראטישע שירים אין האלאנד
אינטערעסאנט , זעהט אויס ער האט זיך גידארפט
אויס געבן אויף אן אופן ,
אז מען ווערט א בעל תשובה ווערט מען דאך נישט
קיין מלאך , זיינע מאהנונגען פון זיין עמאציאנעלע
געפיהלן , האט ער פארפאסט פאעמיע , שוין ,זאל
ער רוהען רוהיג ווי ער איז.
 
אינטערעסאנט , זעהט אויס ער האט זיך גידארפט
אויס געבן אויף אן אופן ,
אז מען ווערט א בעל תשובה ווערט מען דאך נישט
קיין מלאך , זיינע מאהנונגען פון זיין עמאציאנעלע
געפיהלן , האט ער פארפאסט פאעמיע , שוין ,זאל
ער רוהען רוהיג ווי ער איז.
ביי מיר וועסטו גרינג פועל'ן, אבער די וואס שרייען אויף אים קדוש וואלטן שוין געשריגן פוי נאך אסאך פאר איינער וואס שרייבט עראטישע שירים. און דאס איז שוין חוץ פון וואס ער שרייבט דארט זייער קלאר בתוך הדברים זיינע מעשים טובים.
 
די צינים זענען סטופיד בעביס פארן זיך משוגע מאכן מיט אים.

די גאנצע לאנד ווערט געפירט דורך לאו אייקיו מענטשן
 
Back
Top