מיכאל אברהם'ס ענטפער אויף דער תורה-מאראל פראבלעם
איינס פון די גרויסע שוועריגקייטן מיט וואס רעליגיעזע חוקרים אין אלע דורות האבן זיך געדארפט פארמעסטן, איז צו פארשטיין די באציאונג צווישן תורה און מאראליטעט.
עס הייבט זיך אן מיט אן אנגענומענע פארשטאנד אז די תורה קומט אונז לערנען מאראל - א שטעלונג וואס הערט זיך גאנץ שכל'דיג און ווערט אונטערגעשטיצט דורך אסאך גדולים במשך די דורות. אבער דאס ווערט זייער פראבלעמאטיש ווען מיר טרעפן זיך מיטאמאל אין הלכה מיט פארשידענע זאכן וואס קוקן אויס ווי זיי ווידערשפרעכן מאראל. צום ביישפיל, אז א כהן'ס פרוי ווערט באצוואונגען, מוז זי זיך שיידן פון איר מאן. אדער אז א גוי ליגט און האלט ביים שטארבן אין שבת, טארן מיר אים נישט ראטעווען. אזעלכע הלכות קלינגען אוממאראליש פון א מענטשליכן שטאנדפונקט.
די פראגע איז, וויאזוי זאל מען פארשטיין און אפלערנען אזא זאך? צי איז די תורה משועבד צו מאראל? צי איז דא א באזונדערער "אידישער מאראל" וואס איז אנדערש פון דעם אלגעמיינעם מאראל? זענען מאראל און הלכה דאס זעלבע, אדער צוויי באזונדערע זאכן?
כדי אויפצובויען א טעאריע דורך וועלכע מען קען אפשר פארשטיין די סוגיא מיט א קאהערענט מהלך אן קיין סתירות, איז הילפבאר צו צוטיילן צום ערשט די הלכה אין דריי קאטעגאריעס:
ערשטנס: מאראלישע הלכות. דאס זענען הלכות וואס פאסן זייער גוט צוזאמען מיט מאראל. "לא תרצח", "כבד את אביך ואת אמך", צדקה - אזעלכע הלכות צייגן אז די תורה וויל פון אונז אז מיר זאלן זיין מאראלישע מענטשן וואס טוען דאס ריכטיגע.
צווייטנס: נייטראלע הלכות. דאס זענען הלכות וואס האבן גארנישט צו טאן מיט מאראל. זיי זענען פשוט נייטראל. צום ביישפיל: נישט עסן חזיר, נישט עסן ערלה, נישט עסן חמץ אין פסח. טומאה וטהרה. שבת. קרבנות. מצוות התלויות בארץ. די אלע זאכן זעען אויס ווי זיי געהערן צו גאנץ אן אנדערע רעאלם, נישט צו מאראליטעט. עס איז נישט אז זיי זענען גוט אדער שלעכט פון א מאראלישע שטאנדפונקט - זיי האבן פשוט גארנישט צו טאן מיט די פראגע.
דריטנס: אנטי-מאראלישע הלכות .דאס זענען הלכות וואס שטויסן זיך מיט מאראל. דא איז וואו די גרויסע קושיא קומט ארויס. וויאזוי קען די תורה פארלאנגען פון אונז צו טוהן זאכן וואס זעען אויס אוממאראליש?
ביישפילן: א כהן'ס פרוי וואס איז נאנס געווארן - זי האט נישט געטוהן קיין שום עבירה, זי איז א קרבן פון א שרעקליכע פארברעכן - און די הלכה זאגט אז זי מוז זיך שיידן פון איר מאן. זי איז דורכגעגאנגען א שרעקליכע טראומע, און יעצט מאכט מען איר נאך א טראומע. איר משפחה ווערט צעבראכן. פארוואס? ווייל זי איז א כהן'ס פרוי. דאס קלינגט שרעקליך אוממאראליש.
אדער: א גוי ליגט און שטארבט אין שבת. לויט רוב פוסקים טאר מען אים נישט ראטעווען ווייל עס איז שבת. א מענטש'ס לעבן איז נישט ווערט צו מחלל שבת זיין פאר אים. דאס איז אויך זייער שווער צו שלעפן.
אדער: די תורה באפעלט אונז אויסצו'הרג'ענען עמלק, אפילו די קליינע קינדער. דער דאזיגער דריטער טייל מצוות איז א קליינע קאטעגאריע, אבער זי עקזיסטירט, און עס איז זי וואס מאכט שווער די גאנצע שאלה פון הלכה און מאראל.
***
צוויי מעגליכע ענטפערס וואס ארבעטן נישט:
איידער מיר קומען צו דעם ריכטיגן ענטפער, לאמיר זען צוויי ענטפערס וואס מענטשן פרובירן צו געבן, און פארוואס זיי ארבעטן נישט.
די ערשטע גישה איז, אז מאראל האט קיין תוקף נישט. אט די מענטשן זאגן אז פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט איז בכלל נישטא אזא זאך ווי מאראל, עס איז נאר דא הלכה. אלעס וואס מיר דארפן טוהן איז ווייל די הלכה זאגט אזוי. אויב די הלכה זאגט אז מיר זאלן נישט מארדן, טוען מיר עס נישט ווייל עס איז אסור, נישט ווייל עס איז אוממאראליש. מאראל איז א קאטעגאריע וואס געהערט צו די אטעאיסטישע וועלט, נישט צו אונז.
דער ליובאוויטשער רבי האט בערך אזוי געזאגט. אבער דאס איז זייער שווער. ערשטנס, די תורה זעלבסט זאגט "ועשית הישר והטוב" - דו זאלסט טוהן דאס ריכטיגע און דאס גוטע. די תורה פאדערט פון אונז צו זיין מאראליש, אן דעם וואס ער זאל זאגן וואס דאס ישר און טוב זענען. דאס שטעלט א הנחה אז יעדער ווייסט וואס דאס איז, און איז נישט עפעס וואס דארף באזונדער שטיין אין דער תורה. צווייטנס, איז קין פאראורטיילט געווארן פאר'ן מארדן זיין ברודער, כאטש עס איז נאך געווען בעפאר מתן תורה. דאס איז פשט אז די תורה נעמט אן אז מאראל איז וויכטיג און פארשטענדליך אפילו אן קיין הלכה.
די צווייטע גישה איז, די הלכה אנטהאלט דעם מאראל. אט דער שיטה זאגט אז הינטער יעדער הלכה וואס זעט אויס ווי זי שטייט קעגן מאראל, איז דא א טיפער מאראלישע הסבר וואס מיר פארשטייען עס נאר נישט. די הלכה איז דער אמת'ער מאראל, און אויב דער וועלטליכער מאראל זעט אויס אז ער שטייט קעגן הלכה, איז דאס א טעות אין פארשטיין דעם מאראל.
אבער דאס איז אויך זייער שווער. צום ביישפיל, די הלכה פון נישט ראטעווען א גוי אין שבת - וואספארא מאראלישע הסבר קען דאס האבן? איז א מענטש'ס לעבן נישט ווערד? די ענטפער אז "עס איז דא א טיפער מאראלישע סיבה וואס מיר פארשטייען נישט" איז א ליידיגע ענטפער אן קיין אינהאלט. ווי "ארבעט מאכט פריי…" מיר רוקן ארויס דעם מאראל פון זיין ריכטיגן באדייט און מאכן פון אים א ליידיגע הגדרה.
דאס וויכטיגסטע פונקט דא איז, אז מאראל איז מאראל. עס איז גלאבאל לויט זיין דעפיניציע. עס איז נישטא קיין "אידישער מאראל" אדער "קריסטליכער מאראל" אדער "מוסלומענער מאראל". עס איז דא מאראל, און יעדער פארשטייט וואס עס מיינט. קען זיין אז עס זענען דא דעבאטעס אויף די פרטים, אבער די יסוד איז קלאר פאר אלעמען. דאס איז וואס מאראל איז, און אויב מען געבט א צווייטע הגדרה, האט מען געשאפן א נייע מושג, נישט מגדיר געווען מאראל.
***
די ריכטיגע ענטפער: צוויי באזונדערע סיסטעמען
די לייזונג ליגט לכאורה אין א אנדערע צוגאנג. לאמיר קוקן אויף די צווייטע קאטעגאריע - די הלכות וואס זענען נייטראל, וואס האבן גארנישט צו טוהן מיט מאראל. וואס לערנט מען פון דעם?
די מסקנא איז אז די תורה גראבט דא צו אנדערע צילן, נישט נאר מאראלישע צילן. לאמיר רופן די צילן "רעליגיעזע ווירדן". דער איסור פון אכילת חזיר קומט נישט צו דערגרייכן א מאראלישע ציל, נאר א רעליגיעזע ציל. וואס איז דער ציל? איך ווייס נישט. עס קען זיין תיקון עולמות, עס קען זיין א נוצן פאר'ן אויבערשטן אין גייסטליכע ענינים וואס זענען בכלל נישט באגרייפבאר. איך ווייס טאקע נישט, אבער די עקזיסטענץ פון אזעלכע הלכות ווייזט אז עס איז דא אזא זאך.
צומאל איז עס גרינגער צו זען. צום ביישפיל, הלכות קרבנות קומען צו ברענגען השראת שכינה אין כלל ישראל. דאס איז נישט קיין מאראלישע ציל נאר א רעליגיעזער ציל. און צומאל איז עס שווערער צו זען, ווי הלכות וואס זענען ממש כחק בלי טעם, אבער פארשטייט זיך אז דאס אז מיר קענען עס נישט פארשטיין, מיינט נישט אז עס איז נישט אמת אדער נוצליך.
יעצט קענען מיר פארשטיין די דריטע קאטעגאריע - די הלכות וואס שטויסן זיך מיט מאראל. אויב די תורה גראבט צו רעליגיעזע ווירדן, איז נישטא קיין הכרח צו זוכן א מאראלישע הסבר פאר די הלכות. עס קען זיין אז פונקט ווי די צווייטע קאטעגאריע, טוען זיי זיך אויך באציען צו בלויז רעליגיעזע ווירדן, נאר אין דעם פאל טוט די געיעג צו אט די ווירדן שאדן די מאראלישע ווירדן.
און אזעלכע קאנפליקטן זענען בכלל נישט קיין פראבלעם, נישט לאגיש און נישט עטיש. אסאך מאל ווען מען ציעט צו איין ווערד קומט עס אויפ'ן חשבון פון אן אנדערן ווערד, און מען קען נישט דערגרייכן ביידע אינגאנצן. אין אזא פאל דארף מען באשליסן וועלכער ווערד איז שטארקער, און זיין גרייט צו באצאלן מיט שאדן אין דעם אנדערן ווערד.
אסאך מאל אפילו ווען מען רעדט וועגן ריין מאראלישע ווירדן זענען אויך דא אזעלכע דילעמעס, און מען דארף באשליסן וועלכער געווינט. דעריבער, אויב אונזער סעריע פון ווירדן אנטהאלט ביידע, מאראלישע ווירדן און רעליגיעזע ווירדן, איז נישטא קיין אפהאלט אז עס זאל אויסברעכן א קאנפליקט צווישן א רעליגיעזע ווערד און א מאראלישע ווערד, און אויך דארט וועלן מיר דארפן באשליסן וועלכער געווינט. אבער דאס עצם מציאות פון א קאנפליקט איז נישט קיין פראבלעם, נישט לאגיש און נישט עטיש.
למשל, ראובן זאגט אז מען זאל עסן שאקאלאד ווייל עס איז געשמאק, און שמעון זאגט אז מען זאל נישט עסן שאקאלאד ווייל עס מאכט פעט. ווער האט רעכט? ביידע האבן רעכט. עס איז קיין שום סתירה צווישן די צוויי: שאקאלאד איז טאקע געשמאק און עס מאכט טאקע פעט. זעט איר עפעס א לאגישע פראבלעם אין דעם? זיכער נישט. די פראגע איז וואס צו טאן למעשה, אבער דאס איז א קאנפליקט - נישט קיין סתירה. א מענטש דארף באשליסן וועלכער ווערד איז וויכטיגער פאר אים - הנאה אדער געזונט. דאס מציאות פון אזא קאנפליקט איז נישט קיין לאגישער פראבלעם, נאר א פראקטישע דילעמע.
נאכמער: ווער עס באשליסט צו עסן דעם שאקאלאד, מיינט נישט אז ער איז טויב בנוגע פראגעס פון געזונט, און ווער עס באשליסט נישט צו עסן איז נישט בלינד צו הנאה. ביידע קענען זיין פארבינדן צו ביידע פון די ווירדן, אבער למעשה דארף מען באשליסן.
דאס זעלבע איז מיט א קאנפליקט צווישן א רעליגיעזע ווערד און א מאראלישע ווערד. לאמיר נעמען דעם כהן'ס פרוי וואס איז נאנס געווארן. די רעליגיעזע פליכט צו היטן די קדושת כהונה פארלאנגט אז זי זאל זיך שיידן פון איר מאן, כאטש וואס מאראלישע ווירדן זאגן אז זיי צו צווינגען אזוי צו טוהן איז אן אוממאראלישער עוולה. אפילו אויב מיר באשליסן זיי צו צווינגען זיך צו שיידן, מיינט דאס נישט אז די תורה אדער דער אויבערשטער איז גלייכגילטיג צו מאראלישע ווירדן. זיכער איז מאראל וויכטיג אין זייערע אויגן - "ועשית הישר והטוב" - אבער דער רעליגיעזער ווערד געווינט דעם מאראלישער ווערד. דאס זעלבע מיט ראטעווען א גוי אין שבת: דער רעליגיעזער ווערד פון שמירת שבת געווינט דעם מאראלישן ווערד פון ראטעווען לעבנס. מיינט דאס אז די תורה לייקנט אין מאראלישע ווירדן? זיכער נישט.
אלזא, האבן מיר דא א גאנץ פארפעקטע לייזונג צו דער קושיא פון הלכה און מאראל, אפילו אויב עס געבט נישט קיין ענטפער צום פראקטישן קאנפליקט.
***
פארשטיין די ערשטע קאטעגאריע: מאראלישע הלכות
יעצט קענען מיר אריבערגיין צו א ווייטערע אינטערעסאנטע שאלה: וואס איז די באדייט פון דער ערשטער קאטעגאריע - די הלכות וואס זעען אויס מאראליש?
אויבנאויף, קומט מען צו א מסקנא וואס איז ענליך צום צווייטן גישה וואס מיר האבן אויבן געברענגט, אז הלכה אנטהאלט אויך מאראל, וואס זי באשטייט נישט פון בלויז מאראל.
אבער איינמאל מיר האבן אוועקגעשטעלט אונזער יסוד, קען מען אפשר זאגן א מער ראדיקאלע חידוש: אז די הלכה און דער מאראל זענען צוויי אומאפהענגיגע קאטעגאריעס. עס איז נישטא קיין שייכות צווישן זיי, דעריבער איז מאראל נישט איינגעשלאסן אין דער הלכה נאר פרעמד צו איר. און דאס ברענגט אונז צו דיון אין דער באדייט פון די מאראלישע הלכות.
און דאס איז, אז ווען די תורה פארבאט רציחה מיינט זי נישט אונז צו לאזן וויסן אז רציחה איז מאראליש אומאויסגעהאלטן, נאר אז עס איז הלכה'דיג פראבלעמאטיש. דאס הייסט, רציחה איז געווען אוממאראליש נאך בעפאר דעם ציווי, ווי מיר זעען ביי קין, און די תורה האט דא סך הכל געוואלט זאגן אז ווער עס רצח'עט טרעט אויך אויף א רעליגיעזע עבירה, און נישט נאר א מאראלישע עבירה.
אט די צוגאנג פארענטפערט אביסל פארוואס עס זענען דא אונטערשיידן צווישן דעם מאראלישן אורטייל וועגן עמיצן וואס האט געמארדעט, און דעם הלכה'דיגן משפט וועגן אים.
אויב ער האט געמארדעט בגרמא איז ער א רשע מרושע פון א מאראלישע שטאנדפונקט, פונקט ווי יעדער אנדערער רוצח. אבער דער רעליגיעזע עבירה איז נישטא אין אזא מצב, לכל הפחות נישט די עבירה פון "לא תרצח" אין איר פולער מאס. דאס באדייט אז עס איז דא א געוויסע נפקא מינה צווישן די צוויי קאטעגאריעס אין דעם פראקטישן זין.
(דער ר"ן אין זיינע דרשות, דרוש י"א, שרייבט ווערטער וואס שטיצן עטוואס דעם בילד וואס מיר האבן דא אויסגעמאלן. און אזוי אויך דער מהר"ל אין באר הגולה. [
@אפענער, האסט א מקור?])
***
די סוגיא קען זיך אויסשפילן אויף פארשידענע אופנים.
ווען די הלכה איז מקיל און דער מאראל איז מחמיר. צום ביישפיל ביי השבת אבדה נאך יאוש. עס איז נישטא קיין חיוב צו אומקערן די אבידה, נאר עס איז מותר פאר'ן טרעפער עס צו נעמען פאר זיך. דא קען מאראל געווינען און זאגן אז מיר זאלן נישט נעמען די אבידה פאר זיך.
צומאל קען אזא זאך אויפקומען אין מצבים פון "עבירה לשמה", אין אנדערע ווערטער אין מצבים וואו דער מאראלישער עוולה איז זייער גרויס לגבי דער הלכה'דיגער עבירה, און דעמאלט ווערט די הלכה אפגעשטויסן. אפילו די הוראה איז נישט קיין הלכה'דיגע הוראה, נאר מאראלישע ווירדן וואס געווינען איבער דער הלכה.
אין צוגאב דערצו, זענען אויך דא מצבים וואו די חכמים זענען מתקן אדער גוזר דיני דרבנן מחמת מאראלישע סיבות. אין אזא מצב ברענגען זיי אריין דעם מאראלישן פרינציפ אין דער הלכה אריין, אבער דאס איז זיכער נאר אינעם גדר פון הלכה מדרבנן.
דאס זענען די פעלער פון "כופין על מידת סדום", אדער תקנת השבים און פארשידענע אנדערע תקנות. אין אזעלכע מצבים קען די תקנה פון די סנהדרין נעמען א מאראלישן פרינציפ און עס מאכן צו א הלכה. (מען דארף באמערקן אז דער עצם פאקט אז ס'דארף בכלל א תקנה באווייזט ווידער דעם אפשיידונג צווישן די צוויי קאטעגאריעס.)
און אפילו אין פעלער וואו עס איז נישט געווען קיין תקנה פון די סנהדרין, קענען נאך אלץ די חכמים רעקאמענדירן און אפילו צווינגען, אבער דאס וועט נישט מאכן די נארמע צו א הלכה. אזוי זעט מען צום ביישפיל אין השבת אבדה נאך יאוש, ווי עס ווייזט זיך אין שולחן ערוך אז עס איז דא א חיוב צו אומקערן דעם אבידה, און מען צווינגט אפילו דערויף, און נאך אלץ דעם איז דאס א פרינציפ פון לפנים משורת הדין און עס איז נישט געווארן קיין דין ממש.
***
(מלוקט פון דריי באזונדערע ארטיקלען זיינע.)