מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

קאמארנא מיינט מען מסתם די עופות איבער וואס עס איז געוועהן חילוקי דעות צו זיי האבען א מסורה
אבער דאס איז נישט געוועהן קיין עכטע מחלוקה
כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר.
אפשר האב איך א טעות און מ'רעדט פון דזשיקוב? אבער איך מיין אז עס איז יא געווען עפעס א רייבעריי מיט קאמארנא אויכעט
 
אפשר האב איך א טעות און מ'רעדט פון דזשיקוב? אבער איך מיין אז עס איז יא געווען עפעס א רייבעריי מיט קאמארנא אויכעט
דזשיקוב מיינט מען דאך דעם אמרי נועם וואס ווערט דערמאנט אין די פריעריגע תגובה, עס איז געוועהן גבה טורא אבער זיי זענען געבליבען מחותנים
ביי מחותנים איז דאך נארמאל, אז אדער איז מען א פריינד אדער איז מען א שונא, מען דארף נישט קיין פרעמדע זאלן טראגען און ברענגען, עס מאכט זיך אפט דיפערענצען. דא ביי דזשיקוב זאגט מען , אז עס האט צוטהון מיט די פלוגתא פון אויס דינגען ארענדעס
אבער עס איז מסתבר אז עס איס געוועהן עפעס א מחותנים מיספארשטעדענעש .
 
פאר עפעס א סבה אבער, א ריינער הלכה מחלוקת צווישן דער אמרי נועם און דער דברי חיים, איז געווארן פערזענליך. פארוואס? וואס עפעס? פארוואס קען מען נישט קומן צום אייגענם קינד'ס חתונה צוליעב א מחלוקת בענייני הלכה?
נישט קומען צו די חתונה האט גארנישט געהאט מיט צאנז, ואדרבה. דער אמרי נועם איז די לעצטע מינוט נישט אנגעקומען.
 
Back
Top