מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

קאמארנא מיינט מען מסתם די עופות איבער וואס עס איז געוועהן חילוקי דעות צו זיי האבען א מסורה
אבער דאס איז נישט געוועהן קיין עכטע מחלוקה
כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר.
אפשר האב איך א טעות און מ'רעדט פון דזשיקוב? אבער איך מיין אז עס איז יא געווען עפעס א רייבעריי מיט קאמארנא אויכעט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אפשר האב איך א טעות און מ'רעדט פון דזשיקוב? אבער איך מיין אז עס איז יא געווען עפעס א רייבעריי מיט קאמארנא אויכעט
דזשיקוב מיינט מען דאך דעם אמרי נועם וואס ווערט דערמאנט אין די פריעריגע תגובה, עס איז געוועהן גבה טורא אבער זיי זענען געבליבן מחותנים,
ביי מחותנים איז דאך נארמאל, אז אדער איז מען א פריינד אדער איז מען א שונא, מען דארף נישט קיין פרעמדע זאלן טראגן און ברענגען, עס מאכט זיך אפט דיפערענצן.
דא ביי דזשיקוב זאגט מען, אז עס האט צו טהון מיט די פלוגתא פון ארויסדינגען ארענדעס,
אבער עס איז מסתבר אז עס איז געוועהן עפעס א מחותנים מיספארשטענדעניש.
 
פאר עפעס א סבה אבער, א ריינער הלכה מחלוקת צווישן דער אמרי נועם און דער דברי חיים, איז געווארן פערזענליך. פארוואס? וואס עפעס? פארוואס קען מען נישט קומן צום אייגענם קינד'ס חתונה צוליעב א מחלוקת בענייני הלכה?
נישט קומען צו די חתונה האט גארנישט געהאט מיט צאנז, ואדרבה. דער אמרי נועם איז די לעצטע מינוט נישט אנגעקומען.
 
דזשיקוב מיינט מען דאך דעם אמרי נועם וואס ווערט דערמאנט אין די פריעריגע תגובה, עס איז געוועהן גבה טורא אבער זיי זענען געבליבען מחותנים
ביי מחותנים איז דאך נארמאל, אז אדער איז מען א פריינד אדער איז מען א שונא, מען דארף נישט קיין פרעמדע זאלן טראגען און ברענגען, עס מאכט זיך אפט דיפערענצען. דא ביי דזשיקוב זאגט מען , אז עס האט צוטהון מיט די פלוגתא פון אויס דינגען ארענדעס
אבער עס איז מסתבר אז עס איס געוועהן עפעס א מחותנים מיספארשטעדענעש .
נישט נאר מ׳איז געווען מחותן פאר דעם כמה פעמים, ביי איינקליך פון סאנז׳ע רב, נאר די שידוך פון זקה״ק מבייטש, האט מען ערשט אנגעטראגן בשעת׳ן מחלוקת, און דער וואס איז עים גאר איינגעפאלן די שידוך, איז די זעלבע סאנז׳ע קינד וואס @אלטע שרייבער מאכט פאר איינער וואס כל ימיו האט עוסק געווען בלהרבות מחלוקת בישראל.
גראדע דעם סאנז׳ע רב׳ס אייניקל ובן האמרי נועם הרה״ק ר׳ נפתלי חיים מירושלים האט געשריבן א בריוו צום טאטע׳ן זאל נישט פארן צום חתונה
ומצד השני האט די טאטע אויך געהייסן דעם חתן זאל די גאנצע חופה נישט אראפ נעמען די אויגן פון זיין הייליגן שווער
אלא מאי @אלטע שרייבער כי לא דרכיהם דרכיך
 
נישט קומען צו די חתונה האט גארנישט געהאט מיט צאנז, ואדרבה. דער אמרי נועם איז די לעצטע מינוט נישט אנגעקומען.
עס איז געווען א גרויסע חידוש און ווייטאג פאר׳ן סאנז׳ע רב אז די מחותן איז נישט געקומען (און געשיקט אנשטאט עים די בעקער פון שטאט זאל עים אויפטרעטן און זיין מחותן….)
 
נישט נאר מ׳איז געווען מחותן פאר דעם כמה פעמים, ביי איינקליך פון סאנז׳ע רב, נאר די שידוך פון זקה״ק מבייטש, האט מען ערשט אנגעטראגן בשעת׳ן מחלוקת, און דער וואס איז עים גאר איינגעפאלן די שידוך, איז די זעלבע סאנז׳ע קינד וואס @אלטע שרייבער מאכט פאר איינער וואס כל ימיו האט עוסק געווען בלהרבות מחלוקת בישראל.
גראדע דעם סאנז׳ע רב׳ס אייניקל ובן האמרי נועם הרה״ק ר׳ נפתלי חיים מירושלים האט געשריבן א בריוו צום טאטע׳ן זאל נישט פארן צום חתונה
ומצד השני האט די טאטע אויך געהייסן דעם חתן זאל די גאנצע חופה נישט אראפ נעמען די אויגן פון זיין הייליגן שווער
אלא מאי @אלטע שרייבער כי לא דרכיהם דרכיך
דער רבי נפתלי חיים הורוויץ איז געוועהן דאכט זיך קאומיש,ער האט איבער גילאזט די פרוי מיט קינדער
און עולה געוועהן צו ארץ ישראל , לויט די מסורה פון סיפורים האט ער גיזאגט עתידות , און געטיילט קמיעות וואס האבען געווירקט, לכאורה די סאדיגורא. דארט אין ירושלים האבען איהם רעספעקטירט .
 
לפי השערתי איז ער נישט געקומען צו די חתונה פון בייטשער רב ווייל עס איז שוין געוועהן די מחלוקת מיט סדיגורא , און דער צאנזער רב האט גירעדט זייער שארף ממש אהן אויפהער, און דער אמרי נועם האט עס נישט געוואלט הערן .
 
אלא מאי @אלטע שרייבער כי לא דרכיהם דרכיך
You bet
דאנק גאט פאר דעם.
ווען מ'איז מתבונן אויף די וועג וויאזוי ר' חיים עוזר האט זיך געפירט ווען מ'האט געצוונגן א מחלוקת אויף אים, און ברגע דער חפץ חיים איז אוועק האט ער תומ"י שלום געמאכט. הלא לזכרו תאוות נפש. (איך בין נישט קיין אייניקעל, און דוכט זיך ער האט נישט קיין אייניקלאך)
 
דיטעילס פון די מחלוקת?
 
איינער קען מער מסביר זיין די מחלוקת אין פון די קדושת יום טוב?
ווי איך האב געליינט און געהערט האט עס געהאט צוטוהן מיט ציונות אדער גאר השכלה און ער האט געוואלט מאכן א טיילונג און די דברי חיים האט זיך רנגענומען פאר אים
אזוי על כל פנים פארקויפט סאטמאר.
 
פון קדושת יום טוב איז בעיקר דא צוויי מחלוקת
מיט חסידי וויזניץ אין סיגעט
מיט קאסאן וועגן א שוחט
דער דברי חיים האט נישט גיהאט מיט די א שייכות
קען זיין עס איז דא אנדערע
 
דער דברי חיים האט שוין נישט געלעבט ווען די קדויו"ט איז געווארען רב אין סיגוט
 
Back
Top