דו זעסט ווי מ'האט דיר פארדרייט א קאפ?
כלומרש'ט איז די מחלוקת געווען וועגן די קאנצעליי. דער ייטב לב האט קיינמאל נישט אריין גערעכענט די סיגעטער קהלה אין די לאנדס קאנצעליי, זיי זענן געווען בבחינת שטאטוס קווא.
דער קדושת יו"ט האט עס יא אריין געלייגט אין די קאנצעליי, און א חלק פון די טפסרי הקהלה זענן געווען דאקעגן. זייער הויפט מענטש איז געווען הרב קלמן כהנא, און ער האט ממנה געווען זיין שוואגער דער גאון אדיר הרב יהודה מודערן זצ"ל אלס רב. אינטרעסאנט איז אז דער ערך שי איז געווען א נאנטע תלמיד זיינער, און פונדעסטוועגן איז ער געווען מיט דער קדושת יו"ט. די קהלה האט געהייסן די 'זעלבסשטענדיגע ספרדים', און עס האט זיך געטומולט דערוועגן.
מסתמא האט יעדער געהאט אנדערע חשבונות, אבער אזוי איז עס אפיצילע געווען.
דא האסטו א קנאישן איבער בליק אויף די גאנצע מעשה. די ספרים זענן אוועילעבל בהיברובוקס.