מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

קאמארנא מיינט מען מסתם די עופות איבער וואס עס איז געוועהן חילוקי דעות צו זיי האבען א מסורה
אבער דאס איז נישט געוועהן קיין עכטע מחלוקה
כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר.
אפשר האב איך א טעות און מ'רעדט פון דזשיקוב? אבער איך מיין אז עס איז יא געווען עפעס א רייבעריי מיט קאמארנא אויכעט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אפשר האב איך א טעות און מ'רעדט פון דזשיקוב? אבער איך מיין אז עס איז יא געווען עפעס א רייבעריי מיט קאמארנא אויכעט
דזשיקוב מיינט מען דאך דעם אמרי נועם וואס ווערט דערמאנט אין די פריעריגע תגובה, עס איז געוועהן גבה טורא אבער זיי זענען געבליבן מחותנים,
ביי מחותנים איז דאך נארמאל, אז אדער איז מען א פריינד אדער איז מען א שונא, מען דארף נישט קיין פרעמדע זאלן טראגן און ברענגען, עס מאכט זיך אפט דיפערענצן.
דא ביי דזשיקוב זאגט מען, אז עס האט צו טהון מיט די פלוגתא פון ארויסדינגען ארענדעס,
אבער עס איז מסתבר אז עס איז געוועהן עפעס א מחותנים מיספארשטענדעניש.
 
פאר עפעס א סבה אבער, א ריינער הלכה מחלוקת צווישן דער אמרי נועם און דער דברי חיים, איז געווארן פערזענליך. פארוואס? וואס עפעס? פארוואס קען מען נישט קומן צום אייגענם קינד'ס חתונה צוליעב א מחלוקת בענייני הלכה?
נישט קומען צו די חתונה האט גארנישט געהאט מיט צאנז, ואדרבה. דער אמרי נועם איז די לעצטע מינוט נישט אנגעקומען.
 
דזשיקוב מיינט מען דאך דעם אמרי נועם וואס ווערט דערמאנט אין די פריעריגע תגובה, עס איז געוועהן גבה טורא אבער זיי זענען געבליבען מחותנים
ביי מחותנים איז דאך נארמאל, אז אדער איז מען א פריינד אדער איז מען א שונא, מען דארף נישט קיין פרעמדע זאלן טראגען און ברענגען, עס מאכט זיך אפט דיפערענצען. דא ביי דזשיקוב זאגט מען , אז עס האט צוטהון מיט די פלוגתא פון אויס דינגען ארענדעס
אבער עס איז מסתבר אז עס איס געוועהן עפעס א מחותנים מיספארשטעדענעש .
נישט נאר מ׳איז געווען מחותן פאר דעם כמה פעמים, ביי איינקליך פון סאנז׳ע רב, נאר די שידוך פון זקה״ק מבייטש, האט מען ערשט אנגעטראגן בשעת׳ן מחלוקת, און דער וואס איז עים גאר איינגעפאלן די שידוך, איז די זעלבע סאנז׳ע קינד וואס @אלטע שרייבער מאכט פאר איינער וואס כל ימיו האט עוסק געווען בלהרבות מחלוקת בישראל.
גראדע דעם סאנז׳ע רב׳ס אייניקל ובן האמרי נועם הרה״ק ר׳ נפתלי חיים מירושלים האט געשריבן א בריוו צום טאטע׳ן זאל נישט פארן צום חתונה
ומצד השני האט די טאטע אויך געהייסן דעם חתן זאל די גאנצע חופה נישט אראפ נעמען די אויגן פון זיין הייליגן שווער
אלא מאי @אלטע שרייבער כי לא דרכיהם דרכיך
 
נישט קומען צו די חתונה האט גארנישט געהאט מיט צאנז, ואדרבה. דער אמרי נועם איז די לעצטע מינוט נישט אנגעקומען.
עס איז געווען א גרויסע חידוש און ווייטאג פאר׳ן סאנז׳ע רב אז די מחותן איז נישט געקומען (און געשיקט אנשטאט עים די בעקער פון שטאט זאל עים אויפטרעטן און זיין מחותן….)
 
נישט נאר מ׳איז געווען מחותן פאר דעם כמה פעמים, ביי איינקליך פון סאנז׳ע רב, נאר די שידוך פון זקה״ק מבייטש, האט מען ערשט אנגעטראגן בשעת׳ן מחלוקת, און דער וואס איז עים גאר איינגעפאלן די שידוך, איז די זעלבע סאנז׳ע קינד וואס @אלטע שרייבער מאכט פאר איינער וואס כל ימיו האט עוסק געווען בלהרבות מחלוקת בישראל.
גראדע דעם סאנז׳ע רב׳ס אייניקל ובן האמרי נועם הרה״ק ר׳ נפתלי חיים מירושלים האט געשריבן א בריוו צום טאטע׳ן זאל נישט פארן צום חתונה
ומצד השני האט די טאטע אויך געהייסן דעם חתן זאל די גאנצע חופה נישט אראפ נעמען די אויגן פון זיין הייליגן שווער
אלא מאי @אלטע שרייבער כי לא דרכיהם דרכיך
דער רבי נפתלי חיים הורוויץ איז געוועהן דאכט זיך קאומיש,ער האט איבער גילאזט די פרוי מיט קינדער
און עולה געוועהן צו ארץ ישראל , לויט די מסורה פון סיפורים האט ער גיזאגט עתידות , און געטיילט קמיעות וואס האבען געווירקט, לכאורה די סאדיגורא. דארט אין ירושלים האבען איהם רעספעקטירט .
 
לפי השערתי איז ער נישט געקומען צו די חתונה פון בייטשער רב ווייל עס איז שוין געוועהן די מחלוקת מיט סדיגורא , און דער צאנזער רב האט גירעדט זייער שארף ממש אהן אויפהער, און דער אמרי נועם האט עס נישט געוואלט הערן .
 
אלא מאי @אלטע שרייבער כי לא דרכיהם דרכיך
You bet
דאנק גאט פאר דעם.
ווען מ'איז מתבונן אויף די וועג וויאזוי ר' חיים עוזר האט זיך געפירט ווען מ'האט געצוונגן א מחלוקת אויף אים, און ברגע דער חפץ חיים איז אוועק האט ער תומ"י שלום געמאכט. הלא לזכרו תאוות נפש. (איך בין נישט קיין אייניקעל, און דוכט זיך ער האט נישט קיין אייניקלאך)
 
דיטעילס פון די מחלוקת?
 
איינער קען מער מסביר זיין די מחלוקת אין פון די קדושת יום טוב?
ווי איך האב געליינט און געהערט האט עס געהאט צוטוהן מיט ציונות אדער גאר השכלה און ער האט געוואלט מאכן א טיילונג און די דברי חיים האט זיך רנגענומען פאר אים
אזוי על כל פנים פארקויפט סאטמאר.
 
פון קדושת יום טוב איז בעיקר דא צוויי מחלוקת
מיט חסידי וויזניץ אין סיגעט
מיט קאסאן וועגן א שוחט
דער דברי חיים האט נישט גיהאט מיט די א שייכות
קען זיין עס איז דא אנדערע
 
דו זעסט ווי מ'האט דיר פארדרייט א קאפ?

כלומרש'ט איז די מחלוקת געווען וועגן די קאנצעליי. דער ייטב לב האט קיינמאל נישט אריין גערעכענט די סיגעטער קהלה אין די לאנדס קאנצעליי, זיי זענן געווען בבחינת שטאטוס קווא.
דער קדושת יו"ט האט עס יא אריין געלייגט אין די קאנצעליי, און א חלק פון די טפסרי הקהלה זענן געווען דאקעגן. זייער הויפט מענטש איז געווען הרב קלמן כהנא, און ער האט ממנה געווען זיין שוואגער דער גאון אדיר הרב יהודה מודערן זצ"ל אלס רב. אינטרעסאנט איז אז דער ערך שי איז געווען א נאנטע תלמיד זיינער, און פונדעסטוועגן איז ער געווען מיט דער קדושת יו"ט. די קהלה האט געהייסן די 'זעלבסשטענדיגע ספרדים', און עס האט זיך געטומולט דערוועגן.

מסתמא האט יעדער געהאט אנדערע חשבונות, אבער אזוי איז עס אפיצילע געווען.

דא האסטו א קנאישן איבער בליק אויף די גאנצע מעשה. די ספרים זענן אוועילעבל בהיברובוקס.
 
אזוי איז עס טאקע געוועהן, אז די וואס האבען זיך נישט געוואלט צו שטעלן צו די קאנצליי אין פעסט וואס איז געוועהן געשטיצט פון די גדולי אונגארן ווי דער מהר״ם שיק,האבען גיטענה׳ט אז זיי זענען מער פרום ווי די חת״ם סופר פעסטער יידן, וואס רובן זענען געוועהן בלי חתימת זקן,און זיי האבען זיך אלץ פארופען אלץ חסידישע וויזניצער חסידים , דער וויזניץ רבי, רבי ברוך האגער האט זיי סופלייעט מיט א שוחט זיינס א חסיד, און דער קדושת יום טוב האט גי׳אסר׳ט זיין שחיטה , עס איז געוועהן לעבעדיג , אינטערעסאנט,אז די וויזניץ רבי׳ס האבען גיהאט אזא אינדעפעדענס אריינ צושיקען א שוחט צו א שטאט אהן רשות פון דעם רב , אזוי איז אויך געוועהן ביי דעם צמח צדיק אז עס איז געוועהן א שוחט אונטער איהם אין א שטאט ווי דער רבי הלל ליכטנשטיין פון קאלאמיי איז געוועהן רב,און ער האט איהם נישט געוויזען דעם חלף און רבי הלל האט גיהאלטען ביי אסר׳ן זיין שחיטה, האט זיך דער צמח אינטערווענירט ביי דעם צאנזער רב,ער זאל זיך אהנעמען פאר איהם , און צאנזער רב שרייבט פאר רבי הלל אז כאטש לפי האמת איז ער גירעכט , אבער ער בעט דעם רבי הלל אז ער זאל נישט טשעפען דעם צדיק -דער צמח צדיק, דער צאנזער רב האט מחשיב געוועהן זייער שטארק דעם צדיק , איז דער זוהן רבי ברוך געוועהן מיט א מסורת אבות,
אבער דער קדושת יום טוב האט נישט מוותר געוועהן, און פאר זיינע מענטשן איז דער שוחט געבליבען פסול, ער האט נאר באדינט די אפגעטיילטע כהנישע קהילה
וואס האט עקזיסטירט ביז די נאצי אקופאציע.
 
נישט אייביג האט מען גע'אסר'ט די אינדעפענדענט קהלות, און דער ייטב לב האט אויך נישט געוואלט זיך צושטעלן. דער מהר"ם שיק אליינס האט דאך מתיר געווען אין אנדערע שטעט.

אבער מה לי להתערב בענייני אונגארן. אזוי ווי דער ירושלימ'ער רב האט געשריבן, "דער וואס פארשטייט נישט די חשיבות פון זיך האלטן צוזאם, האט נישט וואס אריין צו רעדן און פסקנ'ן בענין טיילונג."

איך מיין יעדער פארשטייט אז הלכות טיילונג זענן נישט ממש געווען דער ענין אין סיגעט, נאר אנדערע עניינים.
 
מ'דארף זיין גאר א קליינער ידען צו טראכטן אז די מחלוקת אין סיגעט איז געווען וועגן ציונות און השכלה. קאם אן. יעדער וואס האט נאר איינמאל געליינט וועגן דעם ווייסט אז ס'האט צוטון מיט די קאנצעליי.

אבער וואס האט דאס צוטון מיט יא אסר'ן אדער נישט אסר'ן אינדעפענדענט קהילות, דער רב פון שטאט האט געוואלט אריינלייגן זיין קהילה אונטער די ארטאדאקסיע (נישט ווי זיין טאטע. אגב, דאכט זיך ס'איז דא עפעס א מעשה אז דער ייטב לב האט סוף ימיו יא געוואלט אריינגיין), און א קהילה האט זיך אפגעטיילט. דאס וואלט מען מילא געאסר'ט. איך האב נישט דורכגעלערנט די תשובות פון די מחלוקת, אבער איך מיין אז דאס איז געווען די עיקר טענה.
 
פון קדושת יום טוב איז בעיקר דא צוויי מחלוקת
מיט חסידי וויזניץ אין סיגעט
מיט קאסאן וועגן א שוחט
דער דברי חיים האט נישט גיהאט מיט די א שייכות
קען זיין עס איז דא אנדערע
די עיקר מחלוקת וואס די צאנזע קינדער זענען דאווען אינוואלווד ווי די גארליצע רב איז נישט געווען פאר די צוויי מחלוקתן וואס דו דערמאנסט דא עס איז געווען פאר די ציוניסטישע קהילה בעיקר אזוי ווערט באשריבן אין משה היה רועה.
ווילסט מיר זאגן עס איז געווען 3 מחלוקתן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מ'דארף זיין גאר א קליינער ידען צו טראכטן אז די מחלוקת אין סיגעט איז געווען וועגן ציונות און השכלה. קאם אן. יעדער וואס האט נאר איינמאל געליינט וועגן דעם ווייסט אז ס'האט צוטון מיט די קאנצעליי.

אבער וואס האט דאס צוטון מיט יא אסר'ן אדער נישט אסר'ן אינדעפענדענט קהילות, דער רב פון שטאט האט געוואלט אריינלייגן זיין קהילה אונטער די ארטאדאקסיע (נישט ווי זיין טאטע. אגב, דאכט זיך ס'איז דא עפעס א מעשה אז דער ייטב לב האט סוף ימיו יא געוואלט אריינגיין), און א קהילה האט זיך אפגעטיילט. דאס וואלט מען מילא געאסר'ט. איך האב נישט דורכגעלערנט די תשובות פון די מחלוקת, אבער איך מיין אז דאס איז געווען די עיקר טענה.
לויט ווי איך האב גיהערט האט דער ייטב לב שוין גיוואלט זיך צושטעלן צו דער קאנצעליי ער איז געוועהן נאהנט מיט דעם מהר״ם שיק וואס איז געוועהן דער טאהן געבער פאר די פסוק אורו מרוז אשר לא באו לעזרת ה׳ בגיבורים , נאר ער האט נישט גיהאט די קוליאנס צו פייטען מיט חסידים וואס האבען רעפיוסט, און ער האט גילאזט צוואה פאר זיין זוהן דער קדושת יום טוב ער זאל עס דורך פירען זיך אהנצושליסען און דער אלגעמיינער ארטהאדאקסי אין אונגארן , אבער דאס וואס דער וויזניץ רבי , האט אריינגשיקט א שוחט וואס זאל נישט זיין משועבד צודעם רב איז געוועהן א מילתא דתמיהא מיט א צודעק פון חסידות .
 
Back
Top