פאר א סיבה האב איך נישט געברענגט די גאנצע שטיקל, ס'איז בעסער צו בלייבן מיט די קושיא... (ארץ צבי איז א לינק, ווי
@חוקר ודורש זאגט).
עס דערמאנט זיך , א טייטש אויף די תפילה , אל תזכר לנו עוונות ראשונים, אז די לעצטיגע עבירות איז מען ממילא פטור , פון א עונש , פאר דעם טאקע ,ווייל אז עס איז עבר ושנה , איז הותרה לו , ער איז שוין מורגל אין די עסק עבירה ,הרגל נעשה טבע , קען מען נישט מעניש זיין ,
איז דער גאנצער חשבון נאר אויף די ערשטע עבירות , די עוונות ראשונים , דאס איז די תפילה ״אל תזכר לנו״ איז שוין אלעס רעזאלבט און גיסעטלט עמיקעבלי .
דאס איז נישט דוקא א הוה אמינא , עס איז אמת אויב א זאך ווערט געטהון כמה פעמים , איז נעשה לו כהיתר , און די חשבון איז נאר אויף די ראשונים
אויסער ביי עבודה זרה , וואס דארט זאגט ער ״למען ספות הרוה את הצמאה״ לויט איינע פון די פשטים די שפעטערע רופט ער אהן רוה , און די ערשטע צמאה ,ווען עס איז דא די שרירות לבו.