מיינע תשרי געפילן

שטארקע מאַן

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2025
מעסעדזשעס
13
רעאקציע ראטע
66
פונקטן
13
חברה, מ'טרעט שוין באלד צו צום הנשמה לך, די הייליגע טעג פון סליחות, די קריקעט"ס לאזן שוין הערן אז אט קומט שוין די לאנגע דאווענען'ס, די וועטער טוישט זיך, בקיצור, ס'קומט סליחות.

כ'זיץ און כ'טראכט, אלע יארן, פון אלס קליין קינד האבן די טעג געמיינט עפעס מער, עפעס העכער, טעג פון תשובה און תיקון המעשים טעג פון זיך פארקוקען די תפילות און נוסח פאר די הייליגע טעג.

אבער...

זאכן טוישן זיך...
רובא דרובא זאכן וואס מ'האט מיך פארקויפט אלס קינד גלייב איך שוין נישט, און די ביסל וואס יא איז אויך נאר בתורת ספק.
אבער דא איז די אינטרעסאנטע פערעדאקס וואס האט מיך געמאכט טראכטן.
פאר קיין געלט אין די וועלט גייט איך נישט פארפאסן א שופר בלאזן אדער לדוד ה' אורי אין חודש אלול, סליחות בין איך שוין גרייט מיטן זאגערל נאכן מקוה א האלבע שעה פארדעם.
ראש השנה!! די דאווענען, ס'עפעס וואס כ'לעב שוין מיט דעם פאר וואכן, אינדערצייט וואס א גאנץ יאר ארבעט אין מיין קאר מוזיק פון טעילאר סוויפט, עלען ווארען, אדער ריקי רויז, ארבעט יעצט מלכיות זכרונות שופרות...
ערב ר"ה די לאנגע סליחות איז פון מיינע בעסטע שעות אין יאר. ר''ה לאל עורך דין, המלך אהה אזוי זיס.
פארשטייט זיך צום גדליה פאסט איך נישט....
ערב יו"כ כ'שטיי אויף פארטאגס צום הינדל, מקוה, כל נדרי, די עבודה אזוי סאך מאל קומט אמת'ע טרערן...
אן אריינגיין און צופיל דעטאלן, קויפן די מינים איז א מסכתא פאר זיך, נישט ווייל כ'דארף האבן די שענסטע פון שול, בכלל נישט, כ'זיך די מהודר'דיגסטע ריינסטע.
די נענועים.... איבערגעווארפו מיטן טלית... ווען כ'ענדיג האלט שוין די עולם לאנג נאך די הושענות...

כ'וואונדער זיך פשוט פון דער פענאמענען, בין כסה לעשור האט ער נישט קיין פראבלעם מיט כל דבר אסור, אבער די ריטואלן זענען נאך אלס זיין לעבן.

כ'קען פארשטיין די פסיכאלאגישע סיבה דערונטער, פשוט כ'וואונדער מיך צו ביסט אויך אזוי...

דרך אגב, דו קענסט מיך נישט און איך קען דיר נישט, לעצטנס ווען כ'רעד מיט מענטשן טראכט איך אלעמאל, ביסטו א קרעמלער?
 
סאיז אין די בחינה פון ״מצוה שקיבלו עליהם בשמחה עושים בשמחה״ די ערב׳ס אין תשרי גלייכט מען נישט ווייל דאן איז געווען אלס קינד אייביג אנגעצויגן. פארטאגס סליחות וועט מען פאר קיין געלט אויפשטיין ווייל סליגט נאך אין די ביינער די ג׳יין שלאפן פרי מוצאי שבת אז מזאל קענען אויפשטיין פרי.
 
ס'איז דא א זאך וואס הייסט חינוך, און דאס האט אן אבנארמאלע עפעקט און לאזט איבער גאר גאר טיפע קריצען.
יעצט צו דעם וואס די טענה'סט אז רוב זאכן פון אַלץ קינד גלייבסטו מער נישט, איז ווייל אויף דעם האסטו קיינמאל נישט באקומען די ריכטיגע הסברה אדער געפיל אז אזוי איז, משא"כ יומים נוראים האסטו אלץ געהאט דעם געשמאקן געפיל אז ס'איז ממש נישט געווען פרעשער, נאר פארקערט די אינדזויס"ט יעדער מינוט פון די טעג, אז אפ' די טוסט זאכן וואס אלץ קינד אדער אלץ בחור וואלסטו זיך עס נישט ערלויבט צו טוהן, אם כל זה שפירסטו א קאנעקשן און א געשמאַק און די תשרי טעג, אשרך! הלוואי.. וויפיל וואלטן געקענט באשטיין צו האבן די סארט הרגשות און התרגשות וואס די שפירסט, האלט דיר שטארק מיט די צעמישטע געפילן דאס איז די רצון הבורא.
הקב"ה מתאוה לתפילתן של ישראל,
אבינו מלכנו פתח שערי שמיים לתפילתינו.
 
ממש דאס ערשטע מאל וואס איך הער איינעם פארציילן אז ער "ענדזשויט" די הייליגע טעג!

שוין געהערט פון געוויסע וואס קענען דאס אדורכשטופן, אנדערע וואס קעירן נישט צופיל, אבער זיין עקסייטעד? דאס איז א חידוש. בפרט אז דו גלייבסט נישט צופיל אין די רעזולטאטן...
 
זייער אינטערעסאנט, אבער רישא לאו היינו סיפא. עס איז בבחינת מעשה לסתור: קודם זאגסטו אז דו גלייבסט שוין נישט אין רובא דרובא זאכן; מצד שני, ווען עס קומט צו זאגן לדוד ה' אורי, כאפט עס דיך ביי דיינע עמאושענס... איט דאזנט עדד אפ!

און ווי אזוי ארבעט דאס אז טעילער סוויפט איז דיין פעיוואריט, און גלייכצייטיג ווען עס קומט אלול ווערן דיינע פרומע סטרונעס ערוועקט, עד כדי כך אז מלכיות זכרונות שופרות פילן אן דיינע מחשבות, אזש ביי די כפרות און כל נדרי איז מען משוטט אין אנדערע עולמות.

לאידך גיסא, דהער איז נאו ריזען אז איך זאל דיר נישט גלייבן, מוז איך זאגן: איי ענווי יו! בײ מיר איז סוויפט בכלל נישט שולט, און די אנדערע הנקובים בשמם - אלהים אשר לא ידעום - אוודאי נישט, אבער עכ"ז פעלט מיר א הרגשה פון עקסטאז לגבי די ימי הרחמים והרצון.

עכ"פ ממך ילמדו ויעשו, איך נעם אן אז דײן געפיל מוז קומען פון א טיפערע התבוננות און מעדיטעישן,
אפשר האסטו א שייכות מיט ברסלב?
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
המממ.... אינטערעסאנטע זאכן זאגסטו דא!
די מעשה לסתור איז וואס האט מיך געמאכט שרייבן די געשראבעכטץ...

כ'האב קיינמאל קיין ברסלב קיין שייכות געהאט, חוץ אין מירון האב איך מיך ליב געהאט משוגע צו מאכן מיט זיין..

מעדיטעשן אבער יא, יעדן טאג לכה"פ 15 מינוט
 
ממש דאס ערשטע מאל וואס איך הער איינעם פארציילן אז ער "ענדזשויט" די הייליגע טעג!

שוין געהערט פון געוויסע וואס קענען דאס אדורכשטופן, אנדערע וואס קעירן נישט צופיל, אבער זיין עקסייטעד? דאס איז א חידוש. בפרט אז דו גלייבסט נישט צופיל אין די רעזולטאטן...
למען האמת, כ'האב אלעמאל ענדזשויט די הייליגע טעג ווי געשריבן, אבער אלס קינד האבן איך אלעמאל געהאט די שטילע פחד אויכעט...
דאס האב איך פארלוירן ווען מיין אמונה איז שוואך געווארן
 
למען האמת, כ'האב אלעמאל ענדזשויט די הייליגע טעג ווי געשריבן, אבער אלס קינד האבן איך אלעמאל געהאט די שטילע פחד אויכעט...
דאס האב איך פארלוירן ווען מיין אמונה איז שוואך געווארן
נו , דאס דאך איז פשוט , עס איז דאך ימי הרחמים ורצון ,און מלך בשדה , אין חודש אלול על פי חסידות איז דאך דא די שמחה , אפילו דער מלך דריייט זיך ארום דא, איז ער פון דער נאהנט , ווי די גמרא זאגט , דרשו את ה׳ בהמצאו , קראוהו בהיותו קרוב , אלו עשרת ימי תשובה , האט מען מוסיף גיוועהן חודש אלול אלץ ,מלך בשדה -ווייל תשרי איז דאך יושב על כסאו ודן כל באי עולם , אבער אלול איז כביכול בשדה - ער איז עקסעסעבל איזילי כביכול , ווייטער תשרי , ראש השנה , איז דאך נאר אהנגישטרענגט ביז תקיעה ווייל וואנס עס דער הערט זיך , דער קול תרועה ווערט דער משטין בהיל , און פארפאקט , נישט דא קיין פלאץ פאר אהנגיצויענקייט ,עס וועט גוט זיין .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס יאר האב איך באַשלאָסן צו צעמישן דעם שטן און קומען צו דאַוונען נאָר פֿאַר די תקיעות "דמיושב", און אים פֿאַרענדיקן איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. איך האף אז דער שטן באזוכט נישט דא פון צייט צו צייט.

וויפֿל קען מען בעטן דעם באַשעפֿער צו געבן כּבֿוד צו זײַן פֿאָלק, און "וידע כל פעול כי אתה פעלתו? אַיז דאס נישט אין זײַן אינטערעס?. אין דער צווישן־צײַט אַנטפּלעקט דער באַשעפֿער יעדן פּעריאָד פֿון נײַ די שוועריקייט פֿון פֿאַראייניקן תּורה און וויסנשאַפֿט, און די חרדים פֿון גאָטס וואָרט מוזן יעדעס מאָל זיך רעכטפֿערטיקן.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב לעצטע יאר גראדע אינדשויט די ימים נוראים דאווענען.
איך האב זעך מחבר געווען מיט די געפיל וואס די ניגונים באדייט נישט מיט די כוונה. איך האב געטוישט מיין Mindset.

יעדער ניגון/תנועה טראגט מיט זיך א אמת'ע געפיל, צו Longing, אדער קאנעקשן מיט עפעס מער ווי זיך אליין, אדער ארויסגעבן פעין.

טראכט אריין אין די תנועה פון.. ח (שוין ביינונז גייט אנדערשט)

און זיכער מאכט עס סענס.

די געפיל איז א אמת'ע געפיל, צו די רעליגיע איז אמת צו נישט.

און אויב מ'האט נישט אריינגעלייגט אין דיך א שלעכטע connotation וואס זאל דיך עס מאכן פיינט האבן, אדער ס'האט דיך נישט גע'דעמיגשט, איז אשריך.
 
דאס יאר האב איך באַשלאָסן צו צעמישן דעם שטן און קומען צו דאַוונען נאָר פֿאַר די תקיעות "דמיושב"און אים פֿאַרענדיקן איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. איך האף אז דער שטן באזוכט נישט דא פון צייט צו צייט.

וויפֿל קען מען בעטן דעם באַשעפֿער צו געבן כּבֿוד צו זײַן פֿאָלק, און "וידע כל פעול כי אתה פעלתו? אַיז דאס נישט אין זײַן אינטערעס?. אין דער צווישן־צײַט אַנטפּלעקט דער באַשעפֿער יעדן פּעריאָד פֿון נײַ די שוועריקייט פֿון פֿאַראייניקן תּורה און וויסנשאַפֿט, און די חרדים פֿון גאָטס וואָרט מוזן יעדעס מאָל זיך רעכטפֿערטיקן.
איך האב עס שוין געמאכט א שיינע פאר יאר, און אנגעקומען פאר די תקיעות אויסגעשלאפן (אזוי ווי די נשים צדקניות).

און טאקע זייט יענע יארן האב איך גענדיגט מיט די יצר הרע. ער לאזט מיך צורוה און איך טו וואס איך וויל, און מ'האט זיך אויפגעהערט שלאגן.
 
זייער אינטערעסאנט, אבער רישא לאו היינו סיפא. עס איז בבחינת מעשה לסתור: קודם זאגסטו אז דו גלייבסט שוין נישט אין רובא דרובא זאכן; מצד שני, ווען עס קומט צו זאגן לדוד ה' אורי, כאפט עס דיך ביי דיינע עמאושענס... איט דאזנט עדד אפ!

און ווי אזוי ארבעט דאס אז טעילער סוויפט איז דיין פעיוואריט, און גלייכצייטיג ווען עס קומט אלול ווערן דיינע פרומע סטרונעס ערוועקט, עד כדי כך אז מלכיות זכרונות שופרות פילן אן דיינע מחשבות, אזש ביי די כפרות און כל נדרי איז מען משוטט אין אנדערע עולמות.

לאידך גיסא, דהער איז נאו ריזען אז איך זאל דיר נישט גלייבן, מוז איך זאגן: איי ענווי יו!
איך וואלט עם אפגעטייטש -אויב כ'מעג אריין טשיימן דא- אז ער איז פשוט אן אימאשענעל ווארעמער איד, און ס'בכלל נישט קיין סתירה צו זיין ווארעם צו א טעילאר סוויפט ניגון און ימים נוראים תפילות, נוסחאות און ניגונים.
ווארעם איז ווארעם.
 
איך האב קיינמאל נישט און איך וועל מסתמא קיינמאל נישט ענדזויען א תשרי קרית יואל סטייל. דער פרעשור וואס מ'האט אויף אונז ארויפגעצוואונגען כהר כגיגית ליגט נאך אויף מיר גוט גוט. אבער ב"ה לא אלמן ישראל, מיר לעבן אין אן אפענעם וועלט און מ'גייט צו אנדערע סארט שולן וואו ס'איז נישטא קיין פרעשור.

כפרות? מאן דכר שמיא. סתם צער בעלי חיים און זייער פּאגאניסטיש. אויפשטיין א' סליחות 3 פארטאגס צו קענען כאפן דעם באס קיין וויליאמסבורג צום רבין? פארגעטאבאוטיט. ס'איז פאראן א שפע מיט קארלבאך קומזיץ סטייל סליחות'ער מוצאי שבת. רואיג און געלאסן. ארבע מינים? 25 באָקס אלל אינקלוסיוו סעט.

ס'איז ווערד געווען צו אריינוואנדערן איין מאל אין א קול שול אום ראש השנה זיך צו אויסטשוכען פון דעם אלטן פרעשור און פרובירן א נייעם סטייל ימים נוראים. דער נורא חלק איז דאך, צווישן אונז גערעדט, לאנג פארגאנגען. בלייבט נאר איבער אויף אן אמת צו ענדזויען די טעג אין וועלכע וועג מ'קען נאר.
 
@שטארקע מאַן איך פיל דיר מיט 100 פראצענט.
איך בין נישט אזא גוטע שרייבער (ספעציעל ווען עס קומט צו געפילען) אבער האסט ממש אראפגעלייגט וואס איך גיי דורך אלול תשרי די לעצטע פאר יאר, ממש ווי דו וואלסט מיר געקענט, פארשטייט זיך מיט פרטים אביסל אנדערש.
למשל לדוד וועל איך פארפאסן אבער ר״ה און יום כיפור וועל איך אויסטרעטן פון די לעצטע ואידך זול גמור.
ווי איך פיל מער צוריסן איז נישט די אב מיט אלול, עס איז מער אפילו אין די זעלבע טאג. איך קען האבן ביי די סעודה א גוטע שמועס וועגן עוואלאציע און די נעקסטע טאג אין ביהמ״ד פארגיסען אמתע טרערן ביי וידע כל פעול כי אתה פעלתו. און דאס איז נישט נאר ימים טובים, די זעלבע ט באב לדוגמא וועל איך פארגיסן טרערן ביי קינות, און נאכדעם אויסהערן א שיעור פון אלעקס צייטלין צו אשירה איז אויך געווען אין ביהמ״ק.
איך האב אסאך געטראכט און איך קען עס נישט אויספיגערן שכלדיג, ווען איך בין אין די פרומע מאד לעב איך עס 100 פראצענט ווי די נעכטן און מארגן איז א טעות, און ווען נישט לעב איך ווי די פרומקייט איז א געפילישע זאך וואס איך קען מיך נישט שיידען.
אפאר יאר צוריק (ווען רוב פון מיינע אמונות פון אלץ קינד איז אוועקגעפאלן) האב איך געפילט ווי איך קען ממש נישט מיט די סתירות און דעמאלטס האט @מי אני מיר שטארק געהאלפן נאך וואס איך האב אים געשיקט אן אישי אויף קאווע שטיבל ז״ל, (הגם איך האב אסאך געדארפט קאסטעמייזן זיינע רעיונות).
אסאך מאל קען אפילו אריינקומען אינמיטן א שטארקע התעוררת/דביקות אזא מחשבה ווי ״קאם אן!״ אבער דעמאלטס קומט כמעט אייביג די תירוצים תיכף, א דוגמא וואס איך דערמאן מיר יעצט, פאריאר ביי היום הרת עולם האט מיר אנגעהויבן מיטשענען ״וואס? וואס? די גלייבסט דען אז 5785 יאר צוריק איז ליטערלי די גאנצע יקום געווארן פון גארנישט צו…״ תיכף אויפן פלאץ איז מיר פארענטפערט געווארן אז אה״נ ״הרת״ ווייזט אז עס איז נישט אזוי פשוט, עס איז דא א הריון וכו׳ אין בראשית איז דרך משל… און אויטעמטיש איז שוין געפארן ווייטער ״היום יעמיד במשפט״ האט זיך מיר געטייטשט ״היינט שטעלט מען זיך״ א בחינה ווי די ראשונים ברענגען אז אונז דעווענען נישט פאר גאט נאר פאר זיך…
פון דארט און ווייטער האט שוין געפארן נאר מער און מער, איך האב קוים געכאפט כתר.
אבער די צוויי זייטן מוטשעט מיר נאך גענוג. אבער איך האב שלום געמאכט אז דאס איז מיין לעבן, וואס יא א זאך וואס איז נישט א דאורייתא און איך אינדזשוי נישט, און זע נישט קיין תועלת (ווי דאווענען אין א גרינע דינסטאג, וואס אפילו איך אידזשוי נישט גייט עס סטרויקטער) קען איך סקיפען.
הצלחה
 
  • לייק
רעאקציעס: yossi
Back
Top