נטורי קרתא

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
1,202
רעאקציע ראטע
3,884
א קאנדאלענסעס ניחם אבלים בריוו איז געווארן אפגעשיקט פון די נטורי קרתא גלייך אויף איראן. אינטערסאנט צו אנמערקן אז איך האב עס אויך באקומען. וואס ווילן די אינטער-שרייבער פון מיר איך זאל וויסען אז זיי האבן מנחם געווען אדער זיי האלטן אז איך דארף אויך א ניחם. גיי ווייס אבער דא זעהט דעם בריוו.

ווי אויך איז א ספעציעלער דעלעגאציע אראף געפלויגען אהין צו די לויה. און מארשירט אין די גאסן פון איראק מיט די גאנצער לבוש כאילו די חסידים האבן געשיקט א דעלעגאציע.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Image 2024-05-22 at 11.17.23 PM.jpeg
    WhatsApp Image 2024-05-22 at 11.17.23 PM.jpeg
    209 KB · געזען: 19
  • WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.57.59 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.57.59 AM.jpeg
    104.8 KB · געזען: 18
  • WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.57.58 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.57.58 AM.jpeg
    96.6 KB · געזען: 18
  • WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.57.59 AM (1).jpeg
    WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.57.59 AM (1).jpeg
    103.9 KB · געזען: 18
  • WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.58.00 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2024-05-23 at 9.58.00 AM.jpeg
    105.6 KB · געזען: 19
לעצט רעדאגירט:
דו ווייסט אוודאי די חילוק פון איראק ביז איראן, ריכטיג? 😉
 
זיי זענען למעשה נישט אזוי פארנאטיש ווי די מענסטריעם קהילות, זיי געבן אן אימעיל אדרעסע אויף זייער לעדערהעד ווי אויך זייער וועבזייטל. מ'זעהט דאס נאכנישט ביי די היימישע קהילות און מוסדות.

מיט זייער אויספיר אינעם ניחום צעטיל בין איך הונדערט פראצענט מיט זיי....
The world won't be the same without you
 
זיי זענען למעשה נישט אזוי פארנאטיש ווי די מענסטריעם קהילות, זיי געבן אן אימעיל אדרעסע אויף זייער לעדערהעד ווי אויך זייער וועבזייטל. מ'זעהט דאס נאכנישט ביי די היימישע קהילות און מוסדות.

מיט זייער אויספיר אינעם ניחום צעטיל בין איך הונדערט פראצענט מיט זיי....
The world won't be the same without you

מ'זעט דאס כמעט ביי יעדע פראקציע אין די היימישע עולם וואס פארנעמט זיך מיט 'איין מצוה', ווי זיי האבן א קליינע פראבלעם מיט אלע אנדערע 'אידישקייט' עניינים.

נ"ק איז געהעריג אקטיוו אויפן געוועב
די חינוך מערכה איז נישט אויסן אנקעגן עדווערטייזן (קינדער וכדו')
די קדושת ביהמ"ד מערכה איז נישט אויסן אנקעגן מדנ"י
די 'אידישקייט' גליון זוכט נישט קיינע השגחה פרטיות'ן
די אינטערנעט מערכה האט נישט קיין פראבלעם מיטן רעדן ביים דאווענען
און די השגחה פרטיות מענטשן האבן א קליינע אישו מיט די שוואכע מוסדות'ן

(תמונה להמחשה בעלמא..)

איך זאג אלץ ווען איך זע די גליונות אין ביהמ"ד, זיי זאלן זיך צו ערשט אויסשלאגן צווישן זיך און זאלן קומען צו מיר ווען זיי האבן אן ענדגילטיגן החלטה...:cool:
 
ס'זעט מיר אויס ווי די נ''ק האט נישט בולט'ע, באדי גארדס אויף די בילדער און ווידיאויס פון די לווי'.


איינער איז מיט מיר?
 
ס'זעט מיר אויס ווי די נ''ק האט נישט בולט'ע, באדי גארדס אויף די בילדער און ווידיאויס פון די לווי'.


איינער איז מיט מיר?
איך זעה בכלל נישט. און פארוואס דארפן זיי דאס האבן ? מיר ווילן נישט זיין זיין גואדירט.
 
וואס הייסט פארוואס?

וואקן צווישן אראבער, אין איראן, אמעריקאנע בירגער, אן קיין שוץ?


מיינסט טאקע זיי פחד'נען נישט?
זיי פחדענען, נא איז דאך גוט זאלן זיי נישט גיין. גייען זיי יא האבן זיי זיך אריין געלייגט בגוב אריות
 
איך האלט אז נטורא קרתא טוט א גוטע סערוויס פאר כלל ישראל

איך האלט אז די מדינה איז א גוטע זאך, און איך וואלט נישט געוואלט מיין זון זאל זיין א נטורא קרתא מעמבער, אבער מיט דעם אלעם האב איך הנאה אז ס'איז דא אידן וואס גייען זאגן פאר די שונאי ישראל אז נישט יעדער איז צוקריגט מיט זיי, אזוי זאלן זיי נישט פיינט האבן יעדן איד.

איך פארשטיי אז פאר רוב שונאי ישראל מאכט עס נישט אויס, אבער אפילו אויב ס'מאכט א חילוק פאר איינעם איז עס שוין א גוטע זאך.
 
זיי האבען מילא פיינט א יעדע איד, זיי זאגן דאס קלאר.
רעד דיך נישט איין אז די אלע רציחות וואס זיי טוען איז וועגן די מדינה.
 
אוי גיי איך גאגא פאר דעם ווייס, ער שפאצירט זיך דארט ארום מיט'ן טראציגן שמייכל זיינעם ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, נאר דאס רויטן פאמפאם אויפ'ן נאז פעלט איהם.
 
איך האלט אז נטורא קרתא טוט א גוטע סערוויס פאר כלל ישראל

איך האלט אז די מדינה איז א גוטע זאך, און איך וואלט נישט געוואלט מיין זון זאל זיין א נטורא קרתא מעמבער, אבער מיט דעם אלעם האב איך הנאה אז ס'איז דא אידן וואס גייען זאגן פאר די שונאי ישראל אז נישט יעדער איז צוקריגט מיט זיי, אזוי זאלן זיי נישט פיינט האבן יעדן איד.

איך פארשטיי אז פאר רוב שונאי ישראל מאכט עס נישט אויס, אבער אפילו אויב ס'מאכט א חילוק פאר איינעם איז עס שוין א גוטע זאך.
אפאר שאלות


ס'קען אבער אויך זיין אז ס'מאכט ערגער, רייט?


אויב אין 1934 וואלטן אידן מארשירט מיט די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד, וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט?
 
אויב אין 1934 וואלטן אידן מארשירט מיט די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד, וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט?

איך וויל נישט נעמען קיין דעה, אבער טאמער וואלטן זיי מסביר געווען אז דאס מארשירן העלפט אקעגן די ביטערע שנאת ישראל וואלט איך זיי געשעצט.

איך טראכט אז די נטורי קרתא האלטן באמת אז זיי ראטעווען אידן (היינט איז געווען באשריבן אז זיי האבן גע'פועל'ט אין איראן אז כיזבאלא זאל נישט שיסן ל"ג בעומר, כאטש עס איז נאר א רומאר), און אויב טראכט מען מיט זייער געדאנקען גאנג קען מען פארשטיין זייער מהלך. א מענטש וואס ווערט פארכאפט אין וואלד מיט רויבערס און מערדער וואלט זיך אויך גע'חנפ'עט צו זיי אויב האט ער די מינדעסטע ספק אז עס וועט אים העלפן בלייבן ביים לעבן, כאטש זיי זענען מאסן מערדערס, ניין?
 
איך האלט אז נטורי קרתא טוט א גוטע סערוויס פאר כלל ישראל

איך האלט אז די מדינה איז א גוטע זאך, און איך וואלט נישט געוואלט מיין זון זאל זיין א נטורי קרתא מעמבער, אבער מיט דעם אלעם האב איך הנאה אז ס'איז דא אידן וואס גייען זאגן פאר די שונאי ישראל אז נישט יעדער איז צוקריגט מיט זיי, אזוי זאלן זיי נישט פיינט האבן יעדן איד.
די לינקע ישראלים וואס האבן געוואוינט ביים עזה גרעניץ האבן אויך געמיינט אז זיין ברודערליך מיט די אראבישע שכנים וועט זיי העלפן פארמינערן די רוצחים'ס חרון אף.

די טאג איז ליידער געקומען און זיי זענען נעבעך געוואר געווארן אז זיי זענען נישט מער ווי קאלט בלוטיגע מערדער, ס'נישט קיין נפ"מ אזוי צו אזוי.

דאס גיין און זיך מכניע זיין צו רוצחים איז נישט געווען קיין ברירה אמאליגע צייטן ספעציעל אויב מען האט געוואוינט אונטער זייער הערשאפט, לדוגמא היינט די אידן פון איראן אדער אמאל אין שפאניע. מאכן פון דעם א מסורה אז ס'איז א ענין זיך אראפלאזן די קעפ פאר רוצחים איז אבסורד, חוץ מזה טועהן זיי בעקיפין ארויסווייזן legitimacy אויף זייער מעשה רציחה.

אפגערעדט פון דעם אז נ"ק זאגט עס נאר פאר א סברא'דיגע טאלקינג פאונט, זייער גיין מיט די אראבער איז זייער'ס אן עקזיסטענץ, בעיקר ארויסציווייזן מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי די מעין סטריעם סאטמארער קנאים.
 
WOW איז דאס א סטעיטמענט מיט אזא התרגשות. איך פארליר דעם לשון.


 
Back
Top