ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2025

טראמפ'ס אייס אגענטען האבן איצט ארעסטירט דעם אידישען מעיארעל קאנדידאט ברעד לענדער. זעה די ווידיא אונטן.

זאהראן מאמדאני, קאמפיינט איצט דערמיט, אז דאס צייגט אז קואמא און עריק עדעמס ארבייטן צוזאמען מיט טראמפ.

כאטש אויבן אויף, געבט דאס מער דעמאקראטישע פריימערי וואוטס, פאר לענדער ווי פאר מאמדאני, און לענדער איז זייער נידעריג דערווייל אין אלע אנקעטעס, אבער מאמדאני און לענדער האבן זיך ''קראסס-ענדארסט, דהיינו, אז יעדער וואס וואוט פאר לענדער ערשט, איז אויפגעפאדערט פון לענדער, אויך צו וואוטן פאר מאמדאני צווייט.

ביידע, מאמדאני, מיט לענדער, זענען דאס מערסטע אנטי ציוניסטיש אנטי אייס און אנטי טראמפ פון אלע קאנדידאטן אינעם גאנצן דעמאקראטישע פרייעמערי פיעלד.

View: https://x.com/Dean_Moses/status/1935010241734651996
 
לעצט רעדאגירט:
View attachment 5910
פון די עקסטערמיסטן!....
ס'איז בטעות אריין געפאלן אפאר נארמאלע ווערטער ואתכם הסליחה :ROFLMAO:
דאס איז די גרעסטע דזשאוק אף טאון, דער האט actually אידעאלן! איך קען אפילו מסכים זיין, די דזשאוק איז אז די קאמאו וואוטערס קענען אפילו מסכים מיט זיין מיט יעדע אייטעם, אבער וואס וועט זיין מיט די געלט?.... ער זאגט דאך דיר נישט, וואוט רעכט, ער קען דאך נישט מציע זיין א צווייטער. זיי גייט אן געי מערידזש? זיי גייט אן ווער ס'גלייבט אין גאט? נישט פאר דעם וואוטן חרדים פאר אים... ס'איז דאך לצנות. געדענק דו וואוינסט אין א סטעיט ווי 70 80 פראצענט עגריט נישט מיט דיר... האסט דאך נישט קיין ראנד פאול מיט קיין ווענס... סא וואס האקסטו אין קאפ?

דאס שריי איך דאך. כאטש האט ער קאנסערוואטיווע אידעאלן, חרדים קעירן נישט!!! איך האב קאלעקטעד פעטישנס! איך ווייס עקזעקלי וויאזוי זיי טראכטן. זיי קאקן זיך אויס אויף אלע זייטן. למשל די זיך רעגן אויף קאוויד פאציענטן דאס איז זייער אייגענע אגענדע, צוליב זייער טראמא אז מ'מוזן קלעבן צו משפחה אפילו ווען מ'האט געהאלטן אז ס'איז נישט סעיף, זאג מיר איין לאטינא אדער איטאליענער וואס רעגט זיך ווייל אינמיטן א קריזיס און א כאאס וואס מ'האט נאכנישט געוויסט וואס ווען ס'גייט זיך אר
אויסלאזן האט נישט געהאט בעסערס וואס צו ברעטשענען נאר אז "ביינונז אין שוהל" טאר מען נישט גיין דאווענען און און די רשעים לאזן אונז נישט צו ... Go to hell

די וועלט דרייט זיך נישט ארום דיר און ארום דיין רעליגיע. יעצט ביזטו מיר א גאנצע מחותן קעגן א גאווערנער...

די פוינט איז נישט קאמואו, מאמדאני, מיירי. נאר אז חסידים זענען נישט אויף קיין פארטיי!! זיי האבן יעדעם אין דער ערד
 
טשעק אויס די שמועס פאר מער איבער וויאזוי די עליטע טראכטן פון ניו יארקע פאליטיק און וואו זייער פאקוס איז.
https://kraimel.community.forum/thr...prywwt-swl-s-yn-nyw-yrq-st-yt.1667/post-51731
 
די טיימס האט געהאט אן ארטיקל פרייטאג, אז די אהרונים זענען צעריסן, ווייל זיי ווילן זייער שטארק אז עריק עדעמס זאל געווינען די זשענערעל עלעקשאן, אבער טאמער קואמא מאכט די פריימערי, האט עדעמס שוואכע שאנסן, לויט זיי, צו געווינען קעגן קואמא ביים זשנערעל.

איך האלט גראדע אז עריק עדעמס האט בעסערע שאנסן קעגן קואמא ווי קעגן מאמדאני. אבער די טיימס זענען שרעקליכע ציונים. זיי האסן מאמדאני זייער שטארק. נעכטן האט די טיימס געהאט אן עדיטאריעל אז כאטש זיי אינדארסירן נישט קיינעם, איז קואמא בעסער ווי מאמדאני...

אבער צום סוף, נאכ'ן טיימס ארטיקל, זענען די אהרונים געגאנגען פוהל פארס פאר קואמא, ווי די זאליס שוין לאנג, אין די פריימעריס קעגן זיין קעגענער 'זאהראן מאמדאני', כאטש אינדיג האט דערקלערט פאר'ן טיימס אז מאמדאני איז נישט קיין אנטיסעמיט... אז ''ער האט זיך געטראפן מיט אים'' און זעהט אויס אים פארהערט...

איך פערזענליך האב געוואויט פאר 'זאהראן מאמדאני', ווייל ער איז די איינציגסטער קאנדידאט מיט שאנסן צו באזיגן קואמא. איך האב אויך א באבע וואס איז געשטארבן ביי קאווי''ד דורך קואמא'ס פאליסיס. און דערמיט אויך געשטויסן די אהרונים מיט די זאלוינים צוגלייך, וואס ביידע שעמען זיך נישט צו בעקן א גויאישער נחמי' וועבערמאן, וואס 13 פרויען טענה'ן אז ער האט זיי באלעסטיגט סעקסוא'ל, דעריבער האט ער רעזיגנירט פון ניו יארקער גאווערנערשאפט.

מ'קען וואויטן פאר 5 מענטשן. סא מיין צווייטער טשויס איז געווען דער שווארצער מייקל בלעיק. און דער דריטער, דער איד ברעט לענדער. פערטער איז געווען א שווארצער סטעיט סאנאטור פון בעד-סטיי מיט קראוינהייטס, זעלנאר מייריאו. און דער פיפטער איז געווען די שווארצע פרוי פון קווינס הויפט פון ניו יארק סיטי קאנסול, ענדריענע עדעמס.

סקאט סטרינגער, ווי קואמא, האט אויך פרויען וואס באשולדיגן אים אין סעקס אביוז; למען השם יתברך, עמו ותורתו הק', ח''ו נישט וואוטן פאר אים!

פאר'ן ניו יארק סיטי קאמפטראלער האב איך געוואוט פאר זשאסטין ברענען, פון בעי רידדש ברוקלין. קעגן דעם ציוני טמא, דער מאנהעטן בארא פרעזידענט, מייקל לעווין.

פאר פובליק אדוואקאט האב איך געוויילט זשומאני וויליאמס אויך א שווארצער ער לויפט פאר ווידערוויילונג קעגן אפאר אנדערע שווארצע ווי קעווין פארקער און נאך.

פאר'ן לאקאלע וויליאמסבורגע קאונסיל רעיס, לויפט ברוך השם א שווארצע פרוי מיט'ן נאמען 'סאברינע געיטס' קעגן לינקאלן רעסטלער, וואס סיי די אהרונים און סיי די זאליס בעקן רעסטלער, מילא האב איך אטאמאטיש געוואויט פאר געיטס, קעגן רעסטלער. זי איז זיין איינציגסטע קעגענער.

איך האב געוואוט אין 80 קליימער קארנער ווייהט עוועניו, דער אלט וויליאמסבורג אוירלי וואוטיג צענטער, ניי וויליאסמבורג אוירלי וואויטינג, איז ביי מארסי קארנער סטאקטאן אין די פובליק סקול.
נייס נייס נייס!

זאגן מאמדאני איז אן אנטיסעמיט איז ווי זאגן קלינטאן אדער טראמפ איז פרא אידן. איך רעד נישט איזרעל, אידן. זיי זענען פאליטיקאנטן.

קלינטאן האט געהאט פאוער האבן די סקווירא געדארפט צוקומען צו אים, ס'איז א שיינע זאך צו גיין מכיר טוב זיין הילערי אין די 2016 דזשענערל עלקשען, זי איז אבער נאכנישט געווארן פרא קיינעם נישט.

אויב עפעס איז די פרעסע וואס פרעגט "מאמדאני, פארסט קיין איזרעל אלס מעיאר, דו אנטיסעמיט וואס דו ביזט" פרא אידן....
 
ברוך מתיר אסורים

1000069529.png
 
1750207288770.png

זאגט נישט פאר וועם מ'זאל שטימען...
 
ס'זייער נישט געזונט צו זיין אזוי שטארק אנגעהאנגען אין (פארפוילטע) פאלאטישאנס.
 
ער זאגט אויף MSNBC אז ער וואלט עס געטוהן נאכאמאל און ער מוטיגט אנדערע עס צו טוהן.

Quite the publicity stunt הא?

וואס איז ראנג מיט די מענטשן? זיי קענען נישט קיין צורת א' אז וואס אייס טוט איז 100 פראצענט איליגעל... ער שטעלט זיך אויף קעגן אנארכיע!!! פובליסיטי? ס'איז פשוט איליגעל צו דעפארטירן אדער ארעסטירן אימיגראנטן ווייל סטיוון מיללער האט אזוי געהייסן, א ריכטער דארף הייסן! ווילן דאך די רעכטע נישט הערן פון דעם, זענען מיר די רשעים און די וואס האבן פיינט אמעריקע און ”לאזן יעדעם אריין”

ס'איז בולשיט! אייס איז א געסטאפא און טוט יעצט וואס זיי ווילן, יעדער וואס וויל וויסן וויאזוי געזעץ ארבעט ווייסט עס, יעדע אימיגרעישן לויער ווייסט עס, ווען דו טרעטסט איבער די שוועל, קענסט זיין אנדאקומענטעד ביז איבערמארגן ווערסטו אטאמאטיש פראטעקטעד דורך יו עס לאו.

אן אימיגראנט האט א רעכט צו due process דער woke ברעד ווייסט דאס און פאר דעם האט ער זיך אריינגעמישט, ער איז דארט געווען מיט א אימיגראנט רעכטן אקטיוויסט ארגענאזציע און ער האט זיי געוואלט שיקן די מעסעדזש אויפצושטיין קעגן טראמפ!! ווייל זיין קאנטראלירטע אייס טוט יעצט וואס די פאק זיי ווילן! דאס איז זיין וועג פון pitting us against one another אז דו זאלסט נישט קאנצענטרירן אויף וואס טוט זיך ביי די טאפ! ער וויל א פאליס סטעיט.

ברעד איז קלוגער פון דעם און ער שטערט זיין טראמפ פאנטאזיע אז יעדער וועט זיך צושטעלן, that's what's really going on

נישט קיין פובליסיטי סטאנט וואס גייט אים העלפן ווערן מעיאר פון ניו יארק....
 
View attachment 5963
זאגט נישט פאר וועם מ'זאל שטימען...
לאל.

קיינער האט אים נישט געפרעגט...

כ'מיין זיין פוינט איז צו גיין ווייזן א פראנט.

די פראבלעם איז:
די עולם איז ניטאמאל רעגיסטרירט צו גיין, און וויפיל פון די גייען שוין? מ'האלט נאכנישט ביי א קאנדידאט ווייסט וויפיל מענטשן זענען בכלל נישט רעגיסטרירט? זיי געבן נישט קיין שיט פאר די סיוויק פראסעס. אסאך אסאך מער מענטשן קענען ווען אויפטוהן, זיי האבן פשוט נישט קיין עדזשוקעישן צו פארשטיין פארוואס ער זאגט דאס... איי מין... צופראסקעט איז א אנדערסטעיטמענט.

דריי פערטל עולם איז נישט רעגיסטרירט... און זאגן מיט צעטלעך פאר וועם צו וואוטן איז א קולט, נישט קיין דעמאקראטישע וועג פון שטימען, דארפסט עכט מאכן דיין אייגענע ריסורטש...
 
איך קען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן גייען נישט וואטען, ספעציעל היינט וואס עס נעמט נישט מער ווי פינף - צען מינוט, איך מיין איך האב נאך נישט פארפאסט קיין וואלן זייט די 18,
 
דו ווייסט וואס די איראניע איז: ער זאגט די עולם זאל וויסן יעדע שטימע קאונטס, און אין די זעלבע מעסעדזש זאגט ער מ'פרובירט צו קעמפן די גזירת החינוך, אויב נאר דו וואלסטו געכאפט אז דאס וואס ער שלאגט זיך פאר איז די very reason פארוואס ער דארף ארויסשיקן אזא צעטל אין פורסט פלעיס!!!

וואס וויל יאפעד? לערנען סיוויקס, לערנען סאציאלע שטוידיעס!

קראנקע אומוויסנדע מענטשן! דאס איז דאך די חורבן, די עולם לערנט נישט סיוויקס און וואס זייערע רעכטן זענען צו פראטעסטירן, אקטיווירן און זיך באקענען און פארשטיין מיט די פראצעס פון עלעקשנס און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס ס'איז נישט דא צו וועם צו רעדן ... יא פייט ווייטער יאפעד... ס'איז דאך לצנות!! יאפעד העלפט דיך מיט דעם! דיין אגענדע פון שלעפן וואוטערס איז דירעקט געבינדן צו א סובדזשעקט וואס מ'לערנט נישט!!!!

Insanity
 
איך קען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן גייען נישט וואטען, ספעציעל היינט וואס עס נעמט נישט מער ווי פינף - צען מינוט, איך מיין איך האב נאך נישט פארפאסט קיין וואלן זייט די 18,
True
מ'האט אפילו געהאט די מעגליכקייט ביז 2 טאג צוריק צו ריקוועסטן א באלאט ביי מעיל

ניו יארק לאזט אפילו שטימען אויב מ'איז נישט אין אין די יונייטעד סטעיט'ס.

Find Record | NYC Ballot Request
 
איך בין נאכנישט געגאנגען אבער איך פלאן צו גיין היינט, און ביי די פרעזידענטליכע וואלן האב איך אויך געשטימט פרי, און ס'האט מיר געדויערט ווייניגער ווי 10 מינוט פון ווען איך בין אריין ביז איך בין ארויס. צו זעהן טראמפ פארלירן מיט 10 פוינטס מאכט מיין שטימע שוין איינמאל אויס....

די אלע וואס זאגן אז אין א ליבעראלע סטעיט מאכט ”סייווי נישט אויס” האבן א געפערליכע טעות. מיין נישט ס'איז נאר ביי די פרעזידענטליכע, אפילו ביי האוקל האט עס הערשט אויסגעמאכט, ס'איז געווען ממש neck on neck און זי האט קוים מיט צרות געווינען 12-13 קאונטי'ס עפעס אזוי...

וויאזוי דו וואוטסט איז דיין ביזנעס, אבער פיין מאכן די זאכן אויס. די עולם האט פשוט קיינמאל נישט געלערנט נארמאל וואס וואוטן מיינט. איך פארשטיי ווי זיי קומען פון.
 
לעצט רעדאגירט:
דער יעצטיגער מעיאר עדעמס לויפט נישט נאכאמאל פאר מעיאר?
ער איז דאך נאר געווען 1 טערמין?

איך האב געזעהן אז מאמדאני זאגט אז ער וועט ארעסטירן ביבי אויב קומט ער קיין ניו יארק ווייל עס איז דא א ארעסט באפעל פון די אינטערנאציאנאלע קאורט און ער פאלגט זיי אויס.
קאומא האט געהאט א אינטערוויא ערגעץ בין איך נייגעריג וואס ער האט זיך פארענטפערט פאר די געמיינדע.
 
Back
Top