ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2025

לעצט רעדאגירט:
א שרעקעדיגע(?) פאול איז ארויסגעקומען היינט.. מאמדאני שטייט 6% בעסער ווי קאומא..

1750704632441.png


איינער איז א עקספערט דא? וואס זענען די טשאנסן פאר עדעמס צי געווינען די דזשענראל, אויב מאמדאני איז טאקע די דעמיקראטישע נאמעני?
 
די געמבלינג פאולס געבן אים 61% טשענס צו געווינען, אקעגן קאומא מיט עטליכע און דרייסיג פראצענט.
 
געדענקט; לא תעמוד על דם רעיך!

מיין באבע איז געשטארבן ביי קאווי''ד ווי א נבילה אין א האלוועי פון א נוירסינג האום נאכדעם וואס מ'האט מיך נישט צוגעלאזט צו איר פאר חדשים לאנג. מ'האט איר געבינדן הענט און פיס זי זאל נישט קענען שרייען פאר הילף!

קואמא האט דאס צוגעלאזט ער האט געמאכט אז קיין נוירסינג האום זאל נישט דארפן געבן דין וחשבון וואס זיי טוען און אזוי זענען מיליאנען נעבעך אויסגעגאנגן!

למען השם עמו ותורתו הקדושה; שטימט נישט פאר קואמא דער נחמי' וועבערמאן מנובל וואס 13 פרויען זאגן אז ער האט זיי באלעסטיגט!

In Final Push for Mayor, Lander Appears With 2 Cuomo Accusers - The New York Times

https://www.nytimes.com/2025/06/21/...ytcore-ios-share&referringSource=articleShare
 
די עסקנים אינדארסירטע קאנדידאט פאר קאמפעטראלער, ברענען האט פארלוירן....
 
רעסטלער האט געוואונען די וויליאמסבורג סיטי קאנסיל זיץ.
א געווינס פאר די עסקנים געשטיצטע קאנדידאט.
 
  • טרויעריג
רעאקציעס: Yesh
רבותי קופטס ליידיגע שטחים איבארעל, עס גייט זיין ווערט אסאך געלט בקרוב
 
Go אראלים!!!

די סטרא אחרא האט געזיגט אין א לענדסלייט, מ'גייט פארשפארן אלע ישיבות אזוי ווי פרום ניוז האט פארגעשלאגן

ס'קומט העווי חזיר פלייש אין אלע גראסעריס

ווארט נאר אויף שווערע מציצה בכלי

נאנביינערי און קריטישע ראסע טעאריע'ס און מוסלומענישע אימאם'ס שיעורים אין ה' אייר

קרימינאלן אויף אלע קארנערס ממש ווי קאלאמביע

כ'מיין ביז א 2 יאר צייט וועלן חרדישע קינדער אינגאנצן נישט געדענקען אז זיי זענען אמאל געווען אידן...

האסט די פרישע פאספארט?
====

וויצלעך אין א זייט
ס'קומט פיינע צייטן פאר סאשאליזם, רענט פריז, פרייע טשיילד קעיר, פרייע באסעס, סיטי גראסעריס ועוד

לאכן לאכט די לעצטער, ניו יארק איז גענוג woke אז ווען טראמפ שטייט הארט פאר איינעמען ניו יארק סטעיט אין די גענעראלע וואלן, זאל קומען א ערנסטע קאונטער פון די 5 באראס, אין די גרויסע בילד אויסער סטעטן איילענד וואס איז אייביג מער רעכט גענויגט און די בראנקס האט אלעס געוואוט מאמדאני... פארוואס? סיי ווייל זיי האבן געליטן א פארלוסט אין וואשינגטאן, און שכח טראמפ פאר דיין גוטע אייס דיפארטאציע פי אר וואס העלפט אונז נאר מאכן אונזער פוינט פאר אונז ווי עקלדיג אליגאריכע איז, סיי ווייל זיי ווילן נישט קיין לעגאסי דעמאקראט, זיי ווילן יונגע וואוק דעמאקראטן ווי עי או סי וואס רעפרעזענטירט זיי, מיט פראגמאטיזם נישט קיין אויסגעדראשענע אלטע זיצערס... און די 15 מיליאן דאלערדיגע קאומא'ס ווס. די קוים 1 מיליאן דאלערדיגע מאמדאני קאמפיין האט געשיקט א שטארקע מעסעדזש אז ניו יארק דארף נישט קיין ביליאנער פאנדעד "פארסט קיין ארץ ישראל" שאלות ביי א דעבאטע איבער א ניו יארקע מעיאר... זיי דארפן גוטע פרייזן, העלטקעיר, און א לענדלארד קרעיקדאון!

און די בלאק מעסעדזשע'ס האבן געזינגען ממש פורים ניגונים.. א מינוט האט באבוב מיט די אהרוינם אינדארסירט קאומא, און די אנדערע בארא פארקע מוסדות זענען געגאנגען פאר פרוי עדריעננע עדעמ'ס, (גארנישט מיט עריק) און א וואך שפעטער האבן זיי זיך עפעס בארעכנט און געגאנגען פאר קאומא...

משה דוד נידערמאן'ס בריוו איז דאך בושות, גייט ארויס שטימען! וועם און וואס? גארנישט סתם איך האב נישט וואס צוצולייגן... די עולם פארגעסט דאך אז העריס אדער טראמפ מאכט זיבעציג מאל ווייניגער אויס ווי די לאקאלע באאמטע, און פאר עפעס א סיבה דארט לייגט מען נישט קיין גרויסע פאקוס... אפשר ווייל מ'איז ביזי פארן אין קאנטרי... אנדערע האבן פרובירט צו רופן די קינד ביים נאמען אז "קאומא האלט זיך טיף אינמיטן איבערבעטן מיט יעדע מוסד וועגן קאוויד..." יא וואס נאך? לאל, די דעספערעישן פאר אביסל רעקאגנישן אין א פראגרעסיוו מאדזשאריטי שרייט דאך ארויס.


איך מיין איך בין גערעכט געווען אלס די בלאק וואוט טו סאם עקסטענט.

ס'איז דאך א לצנות, די סיטי איז ממש הארט לינק גענויגט! גיט אווער איט, וואס איז געווען זייער חשבון צו אינדארסירן אזא בהמה ווי קאומא? די בלאק האט פרובירט עס צו שלעפן צו קאמאו און די מעין סטריט האט געזאגט ער האט געהארגעט מיינע עלטערן... די בלאק גיט דאך אבער נישט קיין שיט פאר פערזענליכע מענטשן זיי זענען דא ארויסצושלעפן נאך אפאר דאלער פאר די פראגראם און יענע ארגאנזאציע, און בעליוו איט אר נאט היינט קען יעדער מיט א דעה פרינטן שיינע צעטלעך און ס'איז געווען פלענטי פי אר פאר מאמדאני אויך, אויף אידיש!! פארוואס? טאקע אונטערצוברעכן דעם קאומאו! אזוי ווי ס'איז דא מענטשן וואס זאגן די אמת ביי לדוגמא מאימאנידיס איז שלעכטער שפיטאל און זאכן דארפן זיך דראסטיש טוישן, און אין די זעלבע קאמיוניטי וועלן זיין ריזיגע פראפאגאנדע אז ניין ווי גוט און ווי שיין די שפיטאל איז און אונז האבן שוין צוזאמארבעט שוין יארן... לאל... דאס ווייזט דאך אז נישט יעדער האלט די זעלבע! און אפילו צווישן קליינע חסידים קעגן א ריזיגע סיטי איז אויך דא דייווערסיטי....

און רעדנדיג פון דייווערסיטי
איך ווייס פערזענליך פון דעטע אין די היימישע ציבור וואס סיי ווער קען נאכקוקן אויף די BOE א גרויסער עולם איז ניטאמאל ריכטיג רעדזישסטערד! זיי טשוזן ראנג די רעפובליקאנע באקסל אויפן אפליקאציע... מיינענדיג אז זיי ווערן רעכט מיט דעם, ווען דאס האלט זיי אפ פון שטימען אין די יעצטיגע פריימעריס... די עולם קען נישט די אלף בית פון סיוויקס און וויאזוי וואטינג אין ניו יארק ארבעט בכלל...


איך בין קודם געווען סקעפטיש פון די רענקד טשויס וואוטינג סיסטעם, אבער יעצט זעה איך ווי גוט ס'איז, למשל זאהראן און ברעד זענען געווען אינגוטן אין די קאמפיין קעגן קאמאו, און ביידע האבן גערענקד דעם אנדערן, און דאס איז גאר גוט פארן לאנג טערם וויאזוי וויילער אין די סיטי טראכטן ווען מ'לייגט ארויס אזא ליסטע
 
איך קען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן גייען נישט וואטען, ספעציעל היינט וואס עס נעמט נישט מער ווי פינף - צען מינוט, איך מיין איך האב נאך נישט פארפאסט קיין וואלן זייט די 18,
ווייל מ'האט זיי קיינמאל נישט אויסגעלערנט וואס דעמאקראטיע מיינט באמת. און וויפיל ס'מאכט אויס.

מ'לערנט דאס אויס אין סקול, אבער וואס זאל מען טוהן אז ס'איז דאך דא אזויפיל סוקסעפולע ביזנעסער ממילא דארף מען נישט וואוטן אדער וויסן אליינס וואס מ'האלט...

ווילסט וויסן נאך עפעס? שטעל אפ די עוורידזש ווייבל אין וויליאמסבורג און פרעג איר וואס זי האלט איבער א מעיאר קאנדידאט, ס'איז ממש א "נארמאלע" זאך אז ס'איז איש שורר בביתו... און דער איש מאכט אפ בעסד אויף וואס די מקוה שמועס איז געווען אדער די ערשטע עד וואס ער האט געטראפן, די עולם קוקט דאך נישט קיין נייעס יעדער, איינער הערט שוין יא אויס, הערט ער טאלק רעדיא וואס איז אלעמאל רעכט, און די האטליין מעיד אין טשיינע וואס איז צענזורירט. און אויך האלטן זיי נישט ביים קומען פאר דזשורי דוטי יעצט אז דו ביזט אין סיסטעם, פאר די און אנדערע סיבות גייען אסאך נישט וואוטן און ס'איז גאר שווער צו טרעפן פרישע וואוטערס...

למעשה בין איך געגאנגען וואוטן נעכטן און ס'איז ממש נישט געווען קיין מענטש, קוים צען מינוט ווי דו זאגסט און אויב שטימט מען נאר פאר די הויפט קאנדידאט קען עס דויערן אפילו ווייניגער.
 
לעצט רעדאגירט:
א שרעקעדיגע(?) פאול איז ארויסגעקומען היינט.. מאמדאני שטייט 6% בעסער ווי קאומא..

View attachment 6087

איינער איז א עקספערט דא? וואס זענען די טשאנסן פאר עדעמס צי געווינען די דזשענראל, אויב מאמדאני איז טאקע די דעמיקראטישע נאמעני?
איך בין אן עם הארץ אין פאולינג, אבער איך קען זעהן פארוואס אין א רענקד טשויס סיסטעם זענען די פאולס טאקע מער אקוראט ווייל מ'האט שוין אויף די פאולס אויך אזוי געשטימט @אפיקורוס בין איך ראנג?
 
Back
Top