פערל רייד

געדענק אז יעדן וועמען דו באגעגנסט גייט אדורך זאכן וואס דו ווייסט גארנישט דערפון.
(יעדער האט זיך זיין פעקל, איינעם׳ס איז דורכזיכטיג און איינעם׳ס נישט…)
זיי גוטהארציג
אלעמאל,
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8746E43F-B51A-4A62-B10E-108B1C786976.jpeg
    8746E43F-B51A-4A62-B10E-108B1C786976.jpeg
    116.6 KB · געזען: 21
ווען דו ביזט גוטהארציג צו דיר אליין, און דו האסט מיטגעפיל מיט דיין פיין, מיינט עס נישט שווימען און זיך דערטרינקען אין זעלבסט-רחמנות,
ס׳איז נישט די זעלבע זאך בכלל
ס׳איז די אנערקענונג אז דו ביזט נאר א מענטש.
(נישט א מלאך, און קיינער האט נישט די רעכט צו ערווארטן דו זאלסט זיין,
אדער צו פאלאנגען זאלסט זיך מאכן
כאילו ביזט א ראבאט, און דערשטיקן דיינע געפילן)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • B2B4C0F4-9FDA-4D83-9E70-08C26363775E.jpeg
    B2B4C0F4-9FDA-4D83-9E70-08C26363775E.jpeg
    97.5 KB · געזען: 14
ס׳דא צייטן ווען די ליכטיגקייט ווערט פארלאשן אין אונז
און דאן קומט איינער און צינדט אן אונזער פלאם פונדאסניי

יעדער פון אונז קען בענעפיטן פון טראכטן מיט טיפע דאנקבארקייט וועגן די וועלכע האבן אנגעצינדן א ליכטיגקייט אין אונז
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 85B382A7-4851-48FE-9AB4-460D8531A27F.jpeg
    85B382A7-4851-48FE-9AB4-460D8531A27F.jpeg
    262 KB · געזען: 8
דריי זאכן צו געדענקען אין שווערע צייטן ווען דיין מח איז אויגעשטורעמט.

1. פארלאז דיך נישט אויף דיין מיינונג אין אזא צייט וועגן קריטיק וואס דו האסט קעגן דיר

2.מאך נישט אפ דיין מיינונג וועגן א צווייטן (ביז ווילאנג דו שלאפסט עס איבער, און געפינסט זיך אין רוהיגערע געמיט מיט הרחבת הדעת)

3.ווארט צו מאכן גרויסע באשלוסן וואס קען טוישן דיין לעבן. (שפרינג נישט אריין קיינמאל אין קיין דראסטישע אפמאך איידער דו פילסט בעסער)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 31D8E0C9-6F22-403A-8AA3-19414DBB069D.jpeg
    31D8E0C9-6F22-403A-8AA3-19414DBB069D.jpeg
    105 KB · געזען: 5
רפואת הנפש איז נישט נאר צו העלפן פארדייען די פיין וואס דו האסט דורכגעלעבט,
אבער אויך צו העלפן דיין קערפער פילן safe צו האבן הנאה און תענוג אין דיין לעבן

(ס׳זייער נארמאל אז טראומא זאל מאכן א מענטש זייער ערנסט, ער זאל מורא האבן כסדר אז די גוטע זאכן וואס ער האט וועלן אוועקגענומען ווערן,
און זאל נישט פילן רוהיג הנאה צו האבן אין לעבן (waiting always for the second shoe to drop
 

בייגעלייגטע פיילס

  • E1C236E1-C1AE-4307-867D-129876635F82.jpeg
    E1C236E1-C1AE-4307-867D-129876635F82.jpeg
    250.4 KB · געזען: 5
יעדע געוואוינהייט וואס דו האסט פיינט און ווילסט עוקר זיין, איז וויכטיג צו געדענקען אז אין א געוויסע צייט פון דיין לעבן איז עס געווען פונקט די מיטל וואס דו האסט געדארפט צו סערווייוון.

אין אנדערע ווערטער, ווען דו פארשטייסט זיך בעסער און נעמסט אן די א.ג. שוואכקייטן אלס א חלק פון דיר וואס איז דעוועלאפּט געווארן פון דיינע איבערלעבענישן- וועט עס העלפן טוישן די געוואוינהייטן וואס היינט דינט עס שוין נישט א צוועק מער וואס קומט אזוי גוט צוניץ.

מיר וועלן קיינמאל נישט מצליח זיין טוישן א געוואוינהייט וואס מ׳האט פריער נישט אקצעפּטירט.
you can’t change what you don’t accept
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 907734F0-1518-43E7-BF6D-0D61579362CF.jpeg
    907734F0-1518-43E7-BF6D-0D61579362CF.jpeg
    100.3 KB · געזען: 6
איז טאקע אפשר די צייט נישט אוועקצואווארפן דעם אידישקייט צוזאמען מיט דער ארטאדאקסיע, נאר טאקע אים באפרייען פון איר. (איזי פאזען)
 
אפט מאל איז א מענטש דעפּרעסד צוליב וואס אין אים ליגט באגראבן א חלק פון זיין נפש וואס וויל לעבן און ווייסט ס׳דא א בעסערע וועג וואס דו קענסט לעבן (ווי באקאנט איז suicidal געפילן לאו דוקא א רצון צו שטארבן, ס׳פשוט א קול פון אינעווייניג וואס שרייט: דעי סארט לעבן מיז זיך ענדיגן, עד כאן ס׳מוז זיך עפעס דראסטיש טוישן דא) און עס וועקט זיך אויף אין אים טיילן פון זיין כאראקטער וואס ער האט קיינמאל נישט באגעגענט, וואס ווילן שאפן א נייע ווערדפולע מהלך החיים
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1AEEB2F6-F9E6-4E3C-A884-A961E4207479.jpeg
    1AEEB2F6-F9E6-4E3C-A884-A961E4207479.jpeg
    268.4 KB · געזען: 2
Back
Top