פערל רייד

געדענק אז יעדן וועמען דו באגעגנסט גייט אדורך זאכן וואס דו ווייסט גארנישט דערפון.
(יעדער האט זיך זיין פעקל, איינעם׳ס איז דורכזיכטיג און איינעם׳ס נישט…)
זיי גוטהארציג
אלעמאל,
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8746E43F-B51A-4A62-B10E-108B1C786976.jpeg
    8746E43F-B51A-4A62-B10E-108B1C786976.jpeg
    116.6 KB · געזען: 34
ווען דו ביזט גוטהארציג צו דיר אליין, און דו האסט מיטגעפיל מיט דיין פיין, מיינט עס נישט שווימען און זיך דערטרינקען אין זעלבסט-רחמנות,
ס׳איז נישט די זעלבע זאך בכלל
ס׳איז די אנערקענונג אז דו ביזט נאר א מענטש.
(נישט א מלאך, און קיינער האט נישט די רעכט צו ערווארטן דו זאלסט זיין,
אדער צו פאלאנגען זאלסט זיך מאכן
כאילו ביזט א ראבאט, און דערשטיקן דיינע געפילן)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • B2B4C0F4-9FDA-4D83-9E70-08C26363775E.jpeg
    B2B4C0F4-9FDA-4D83-9E70-08C26363775E.jpeg
    97.5 KB · געזען: 19
ס׳דא צייטן ווען די ליכטיגקייט ווערט פארלאשן אין אונז
און דאן קומט איינער און צינדט אן אונזער פלאם פונדאסניי

יעדער פון אונז קען בענעפיטן פון טראכטן מיט טיפע דאנקבארקייט וועגן די וועלכע האבן אנגעצינדן א ליכטיגקייט אין אונז
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 85B382A7-4851-48FE-9AB4-460D8531A27F.jpeg
    85B382A7-4851-48FE-9AB4-460D8531A27F.jpeg
    262 KB · געזען: 10
דריי זאכן צו געדענקען אין שווערע צייטן ווען דיין מח איז אויגעשטורעמט.

1. פארלאז דיך נישט אויף דיין מיינונג אין אזא צייט וועגן קריטיק וואס דו האסט קעגן דיר

2.מאך נישט אפ דיין מיינונג וועגן א צווייטן (ביז ווילאנג דו שלאפסט עס איבער, און געפינסט זיך אין רוהיגערע געמיט מיט הרחבת הדעת)

3.ווארט צו מאכן גרויסע באשלוסן וואס קען טוישן דיין לעבן. (שפרינג נישט אריין קיינמאל אין קיין דראסטישע אפמאך איידער דו פילסט בעסער)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 31D8E0C9-6F22-403A-8AA3-19414DBB069D.jpeg
    31D8E0C9-6F22-403A-8AA3-19414DBB069D.jpeg
    105 KB · געזען: 8
רפואת הנפש איז נישט נאר צו העלפן פארדייען די פיין וואס דו האסט דורכגעלעבט,
אבער אויך צו העלפן דיין קערפער פילן safe צו האבן הנאה און תענוג אין דיין לעבן

(ס׳זייער נארמאל אז טראומא זאל מאכן א מענטש זייער ערנסט, ער זאל מורא האבן כסדר אז די גוטע זאכן וואס ער האט וועלן אוועקגענומען ווערן,
און זאל נישט פילן רוהיג הנאה צו האבן אין לעבן (waiting always for the second shoe to drop
 

בייגעלייגטע פיילס

  • E1C236E1-C1AE-4307-867D-129876635F82.jpeg
    E1C236E1-C1AE-4307-867D-129876635F82.jpeg
    250.4 KB · געזען: 8
יעדע געוואוינהייט וואס דו האסט פיינט און ווילסט עוקר זיין, איז וויכטיג צו געדענקען אז אין א געוויסע צייט פון דיין לעבן איז עס געווען פונקט די מיטל וואס דו האסט געדארפט צו סערווייוון.

אין אנדערע ווערטער, ווען דו פארשטייסט זיך בעסער און נעמסט אן די א.ג. שוואכקייטן אלס א חלק פון דיר וואס איז דעוועלאפּט געווארן פון דיינע איבערלעבענישן- וועט עס העלפן טוישן די געוואוינהייטן וואס היינט דינט עס שוין נישט א צוועק מער וואס קומט אזוי גוט צוניץ.

מיר וועלן קיינמאל נישט מצליח זיין טוישן א געוואוינהייט וואס מ׳האט פריער נישט אקצעפּטירט.
you can’t change what you don’t accept
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 907734F0-1518-43E7-BF6D-0D61579362CF.jpeg
    907734F0-1518-43E7-BF6D-0D61579362CF.jpeg
    100.3 KB · געזען: 10
איז טאקע אפשר די צייט נישט אוועקצואווארפן דעם אידישקייט צוזאמען מיט דער ארטאדאקסיע, נאר טאקע אים באפרייען פון איר. (איזי פאזען)
 
אפט מאל איז א מענטש דעפּרעסד צוליב וואס אין אים ליגט באגראבן א חלק פון זיין נפש וואס וויל לעבן און ווייסט ס׳דא א בעסערע וועג וואס דו קענסט לעבן (ווי באקאנט איז suicidal געפילן לאו דוקא א רצון צו שטארבן, ס׳פשוט א קול פון אינעווייניג וואס שרייט: דעי סארט לעבן מיז זיך ענדיגן, עד כאן ס׳מוז זיך עפעס דראסטיש טוישן דא) און עס וועקט זיך אויף אין אים טיילן פון זיין כאראקטער וואס ער האט קיינמאל נישט באגעגענט, וואס ווילן שאפן א נייע ווערדפולע מהלך החיים
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1AEEB2F6-F9E6-4E3C-A884-A961E4207479.jpeg
    1AEEB2F6-F9E6-4E3C-A884-A961E4207479.jpeg
    268.4 KB · געזען: 8
איינע פון די סיבות פארוואס ס׳קען זיין שווער צו האבן א גוט/פרייליך לעבן איז ווייל די מח איז נוטה אונז צו פארנארן:

-אז די פארגאנגענע גוטע צייטן זענען פיל בעסער ווי ס׳באמת געווען (נאסטאלגיע)
-אז די יעצטיגע שוועריקייט איז פיל שווערער ווי ס׳איז (דאס איז ווייל ווען מ׳פילט under threat סיי ווען ס׳איז פינאנציעלע סעקיוריטי, סיי ווען ס׳איז זארג וועגן א רילעישנשיפ א.א.וו. גייט די מח אפט אריין אין א בהלה)
-אז די צוקונפט האט ווייניגער לעזונגען ווי ס׳האט באמת (בשעת א מענטש פילט געדריקט איז גרינג צו פארלירן האפענונג אויב מ׳האט נישט וועמען מ׳קען געטרויען צו בעטן פאר הילף)

—-

You might ask: what’s the point of sharing this? If we’re destined to be unhappy because our brain is designed to focus on what brings sadness
then what will it benefit me to know about it
?

But the truth is AWARENESS helps a lot
it helps us understand ourselves better and then help ourselves whenever possible
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 97387F44-1269-41BD-9EBB-2351B1E51D26.jpeg
    97387F44-1269-41BD-9EBB-2351B1E51D26.jpeg
    503 KB · געזען: 12
א יעדע הקדמה איז א פירוש אויף די פריערדיגע הקדמה
און יעדע פירוש איז א הקדמה פאר קומענדיגע פירוש

א"פ
 
שטעל זיך פאר א שלאנג האט דיך געביסן און אנשטאט גיין זיך העלפן, זיך היילן און ערהוילן פונ׳ם גיפט גייסטו און פרובירסט נאכצולויפן דעם שלאנג, כדי צו פארשטיין די סיבה פארוואס ער האט דיך געביסן, און אים אויפווייזן אז עס איז זיך דיר נישט געקומען צו ווערן געביסן… אדער אז ס׳איז נישט ריכטיג צו טון זיינס.

די סוד פון היילן זיך און צוקומען צו שלוות הנפש איז ווען מ׳לערנט זיך: אפצוהאקן פארבינדונג מיט די וואס האבן דיר געשעדיגט, ווייל די רפואה וועסטו ביי זיי נישט טרעפן.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 2EB20B21-7319-4C5D-9685-F1F58FE806C2.png
    2EB20B21-7319-4C5D-9685-F1F58FE806C2.png
    810.7 KB · געזען: 10
דערשרעק זיך נישט אויב די מענטשן וואל ווילן דיר פירן ביי די נאז
זאגן אז דו ביזט "משוגע"
דערשרעק זיך נישט אויב די מענטשן וואל ווילן דיר פירן ביי די נאז זאגן דו ביזט %22משוגע%22.png
 
ס'איז קיינמאל נישט שווער געווען דיר ליב צו האבן
מ'האט דיר געמאכט אזוי פילן - פשוט ווייל ס'שווער געווען דיר צו "קאנטראלירן". דו האסט זיך נישט געלאזט פירן ביי די נאז און זיי האבן דעיס נישט ליב געהאט.

אויב א קינד וואקסט אויף מיט די איינרעדעניש אז עפעס איז "ראנג" מיט מיר - ווייל זיינע אייגענע עלטערן האבן נישט געדולד צו אים, דעמאלס קען ער נעבעך מיינען אז ער דארף זיך אינגאנצן טוישן אז מ'זאל אים קענען ליב האבן, אבער די אמת איז אז טוישן דארף ער צו וועמען ער ווענדט זיך מיטצוטיילן זיין הארץ. אויב ער געבט עס פאר די ראנג מענטשן וועלן זיי אים מאכן פילן כאילו ער איז א פראבלעם
 

בייגעלייגטע פיילס

  • kreml.png
    kreml.png
    461.6 KB · געזען: 6
Back
Top