פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

1. צו סטאפן נעמען א איידעם לפי כבודי
2. צו סטאפן נעמען א מחותן לפי כבודי
3. די בחור און די מיידל זאלן פאברענגען א ביסל מער פאר די זאגן אקעיי, און זעהן אז זיי מעטשן...
4. צו אויסלערנען ווי אזוי מדארף צו האנדלען מיט א מאן / ווייב, אויף א געזונטע אופן
5. אז מדארף גיין אויף הילף, גייט מען אויף הילף און מ'האלט זיך נישט אז אלעס איז אין ארדענונג

עס איז דא נאך איך האב שוין אמאל דן געווען מיט נאך איך געדענק נישט יעצט

אבער נאך אלעס דארפן מען וויסן אז עס איז דא פעלער, וואס ממוז זיך גט'ן

(נ.ב. איך האב נישט געשריבן מיינע נאכוויען וויל איך האב אפגע'גט מיין אשת נעורים)
 
צ/ק די עצה איז זייער פשוט, זיך נישט גט׳ן
עס איז א גוטע עצה פאר די ציפיל גיטין פראבלעם, אבער דעלמוטס ווערט ערגערע פראבלעמען.

ווי יענער דאקטער האט געזאגט 100 פראצענט פון זיינע פאציענטען האבען מער נישט די מחלה, זיי לעבען שוין נישט.
 
מ'דארף א רב א בעל שיעור קומה וואס זאל אוועקשטעלן א מהלך פון מקוואות פאר מוידן, ווי די יעב"ץ איז שוין דן, און עדיוקעיטען די יונגווארג צו עקספערימענטן אהבת רעים אויף א ערנסטע מער קאנסערוועטיווע פארנעם, אזוי ארום אז די דראנג צו חתונה מאכן/האבן שנעל און יונג זאל פאלן.
ביז דאן זעה איך נישט קיין עצה וואס איז פאסיג מיט די מציאות וואס השי"ת האט אונז אריינגעשטעלט אין.
 
Back
Top