פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

1. צו סטאפן נעמען א איידעם לפי כבודי
2. צו סטאפן נעמען א מחותן לפי כבודי
3. די בחור און די מיידל זאלן פאברענגען א ביסל מער פאר די זאגן אקעיי, און זעהן אז זיי מעטשן...
4. צו אויסלערנען ווי אזוי מדארף צו האנדלען מיט א מאן / ווייב, אויף א געזונטע אופן
5. אז מדארף גיין אויף הילף, גייט מען אויף הילף און מ'האלט זיך נישט אז אלעס איז אין ארדענונג

עס איז דא נאך איך האב שוין אמאל דן געווען מיט נאך איך געדענק נישט יעצט

אבער נאך אלעס דארפן מען וויסן אז עס איז דא פעלער, וואס ממוז זיך גט'ן

(נ.ב. איך האב נישט געשריבן מיינע נאכוויען וויל איך האב אפגע'גט מיין אשת נעורים)
 
צ/ק די עצה איז זייער פשוט, זיך נישט גט׳ן
עס איז א גוטע עצה פאר די ציפיל גיטין פראבלעם, אבער דעלמוטס ווערט ערגערע פראבלעמען.

ווי יענער דאקטער האט געזאגט 100 פראצענט פון זיינע פאציענטען האבען מער נישט די מחלה, זיי לעבען שוין נישט.
 
מ'דארף א רב א בעל שיעור קומה וואס זאל אוועקשטעלן א מהלך פון מקוואות פאר מוידן, ווי די יעב"ץ איז שוין דן, און עדיוקעיטען די יונגווארג צו עקספערימענטן אהבת רעים אויף א ערנסטע מער קאנסערוועטיווע פארנעם, אזוי ארום אז די דראנג צו חתונה מאכן/האבן שנעל און יונג זאל פאלן.
ביז דאן זעה איך נישט קיין עצה וואס איז פאסיג מיט די מציאות וואס השי"ת האט אונז אריינגעשטעלט אין.
 
יעצט דארפן זיי מאכן אן אנאנימער סורוועי אויף ווי העפי די קאפלס זענען.

בלייבן חתונה געהאט איז נישט די זעלבע ווי זיין העפי.

אויך די דריי יאר, וואס עפעס דריי?
איך וואלט געוואלט וויסן ביי צען.
אין א פלאץ ווי מ'האט גלייך קינדער, וועלן אסאך קאפלס פרובירן ארבעטן פאר א לענגערע צייט פארן אויפגעבן, צוליב די קינדער.

בקיצור, די וויכטיגסטע איז צו וויסן ווער עס מאכט די אנקעטעס און וואס די אגענדע איז.
דו גייסט שוין off script

די גאנצע ריפליי איז שוין ווייט ווייט אוועק פון זייער understanding. וואס טוסטו דא?

האט איינער אמאל געקלערט? אונז האבן סייענס, אונז האבן מענטשן אין מארס, אונז האבן מענטשן געמאכטע מוח ראבאטס וואס זענען קלוגער פון אונז און ווי האלט מען אין לעיקוואד? אז נאר 0.9 זענען נישט געבליבן חתונה געהאט דאס איז די סייענטיפיק עטשיוומענט וואס זיי האבן עררייכט.

I can't unwatch this
 
Back
Top