פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

1. צו סטאפן נעמען א איידעם לפי כבודי
2. צו סטאפן נעמען א מחותן לפי כבודי
3. די בחור און די מיידל זאלן פאברענגען א ביסל מער פאר די זאגן אקעיי, און זעהן אז זיי מעטשן...
4. צו אויסלערנען ווי אזוי מדארף צו האנדלען מיט א מאן / ווייב, אויף א געזונטע אופן
5. אז מדארף גיין אויף הילף, גייט מען אויף הילף און מ'האלט זיך נישט אז אלעס איז אין ארדענונג

עס איז דא נאך איך האב שוין אמאל דן געווען מיט נאך איך געדענק נישט יעצט

אבער נאך אלעס דארפן מען וויסן אז עס איז דא פעלער, וואס ממוז זיך גט'ן

(נ.ב. איך האב נישט געשריבן מיינע נאכוויען וויל איך האב אפגע'גט מיין אשת נעורים)
 
צ/ק די עצה איז זייער פשוט, זיך נישט גט׳ן
עס איז א גוטע עצה פאר די ציפיל גיטין פראבלעם, אבער דעלמוטס ווערט ערגערע פראבלעמען.

ווי יענער דאקטער האט געזאגט 100 פראצענט פון זיינע פאציענטען האבען מער נישט די מחלה, זיי לעבען שוין נישט.
 
מ'דארף א רב א בעל שיעור קומה וואס זאל אוועקשטעלן א מהלך פון מקוואות פאר מוידן, ווי די יעב"ץ איז שוין דן, און עדיוקעיטען די יונגווארג צו עקספערימענטן אהבת רעים אויף א ערנסטע מער קאנסערוועטיווע פארנעם, אזוי ארום אז די דראנג צו חתונה מאכן/האבן שנעל און יונג זאל פאלן.
ביז דאן זעה איך נישט קיין עצה וואס איז פאסיג מיט די מציאות וואס השי"ת האט אונז אריינגעשטעלט אין.
 
יעצט דארפן זיי מאכן אן אנאנימער סורוועי אויף ווי העפי די קאפלס זענען.

בלייבן חתונה געהאט איז נישט די זעלבע ווי זיין העפי.

אויך די דריי יאר, וואס עפעס דריי?
איך וואלט געוואלט וויסן ביי צען.
אין א פלאץ ווי מ'האט גלייך קינדער, וועלן אסאך קאפלס פרובירן ארבעטן פאר א לענגערע צייט פארן אויפגעבן, צוליב די קינדער.

בקיצור, די וויכטיגסטע איז צו וויסן ווער עס מאכט די אנקעטעס און וואס די אגענדע איז.
דו גייסט שוין off script

די גאנצע ריפליי איז שוין ווייט ווייט אוועק פון זייער understanding. וואס טוסטו דא?

האט איינער אמאל געקלערט? אונז האבן סייענס, אונז האבן מענטשן אין מארס, אונז האבן מענטשן געמאכטע מוח ראבאטס וואס זענען קלוגער פון אונז און ווי האלט מען אין לעיקוואד? אז נאר 0.9 זענען נישט געבליבן חתונה געהאט דאס איז די סייענטיפיק עטשיוומענט וואס זיי האבן עררייכט.

I can't unwatch this
 
איינער וואס איז באקאנט מיט די סיטואציע, זאגט מיר אז די סיבה איז ווייל אכציג פערצענט בחורים היינט צו טאג זיצן אויף פארן און האלב דערפון פארופען זיך עמטליך אלץ אפיקורסים און די צאמשטעל מיט די תמימות׳דיגע מיידלעך הייבט נישט אן צו שטימען
רעבוינעשעולעם.. וואס אין די פליפ האט וואטשען פארן מיט זיין אן אפיקורס?
זענען דא טויזענטער שומרי תורה וואס פאלן דורך מיט פארן און גלייבן נאכאלס און א בשעפער!
פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך וואס זענען גראבע כופרים אן וואטשען פארן
 
אין זיין דיפענס, ער זאגט נישט אז וואטשען פארן מאכט א מענטש אן אפיקורס, ער זאגט 80% בחורים זיצן אף פארן, אין 40% פון די 80% פארופן זיך גראדע אפיקורסים
(פאר מיר פערסאנאלי איז שווער צי גלייבן די 80%, ס'מיינט אז אלס בחור בין איך געווען אין די מיינארעטי..? איך האב געהאט די רונג חברים :ROFLMAO:)
 
אמת ער זאגט עס נישט אבער עס זעהט אזוי אויס פון זיינע ווערטער

(איך פערסאנלי גלייב נישט די 80% און נישט די 40% … באט איך קען נאכאלטץ זיין ראנג… איך בין נישט איינגעשטעלט און קיין ישיבה, און איך האב שוין פארלאזט די ישיבה א שיינע צאל יארן צוריק, און איך בין בכלל נישט און סיי וואספארא ליין וואס האט עניטינג צוטין מיט בחורים סוי יא…)
 
אין זיין דיפענס, ער זאגט נישט אז וואטשען פארן מאכט א מענטש אן אפיקורס, ער זאגט 80% בחורים זיצן אף פארן, אין 40% פון די 80% פארופן זיך גראדע אפיקורסים
(פאר מיר פערסאנאלי איז שווער צי גלייבן די 80%, ס'מיינט אז אלס בחור בין איך געווען אין די מיינארעטי..? איך האב געהאט די רונג חברים :ROFLMAO:)
דארף איך קודם זיין א מאמין אז דו ביסט געווען א מינאריטי ? דאן דו זיין אין די פראצענטן. 🤣
 
די סיבה פארוואס ס'איז דא מער גיטין, איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס לעצטענ'ס - אנדערש ווי אמאל - זענען דא מער מענטשן וואס גט'ן זיך...
איך האלט אז דו עצה איז אויפהערן מאכן אזויפיל קידושין וועט זיין ווייניגער גיטין.

ופשוט הוא. הייב אן אביסל פריער...
 
עס זענען דא זאכן וואס גייט שוין אן מאז היתה אדם לגוי, און יעדע שטיק צייט וואונדערט זיך פון פריש. וואס גייט לעצטנס פאר אזויפיל מלחמות? ערדציטערנישן? גיטין?

דא האסטו די זעלבע שאלה געפרעגט צען יאר צוריק
Why is There So Much Chasidic Divorces Recently - קאווע שטיבל
נאר דאס אליין אז שוין אזוי לאנג איז דאס א קאכעדיגע spicy נושא אויף די היימישע בלאג'ס און אלעס קומט צוריק צו, "איינער וואס קען זיך אויס" האט מיר אזוי געזאגט... זאגט דיר ווי ווייניג מענטשן פארשטייען ווי שלעכט זאכן זענען...
 
מיין שוואגער טוט אביסל אין שלום בית, פון די פאר מעשיות וואס איך האב ארויסגעקוועטשט פון עם (שטייטסעך אן א נאמען) קוקט מיר אויס ווי רוב פעלער איז איינס פון דריי סיבות

  1. די אינגערמאן האט געפענט די אויגן און באמערקט אז זיין ווייב איז נישט די איינציגסטע פרוי אין די וועלט, און וויבאלד זיין אשת נעורים האט געשאקלט יא נאך א 20 מינוט בעשוי רעדט ער זיך איין ער קען באווייזן די מופת מיט א מאדעל אין א באר.
  2. אידישקייט, דא אין קרעמל קוקט מען עס לכאורה אן גאר מאדנע אבער למעשה איז עס א גרויסע פראבלעם, אפשר איין טאג וועל איך האבן א מעשה וואס איך קען מיטיילן אבער דאס איז מער פאסיג פאר מילתא דבדיחותא, רוב מאל איז עס ממש שטותים און ניטאמאל א חרם דרבינו גרשון, אבער ווען די שווער און כלה טיטשער מישן זיך אריין איז אלעס הלכה למשה מסיני און עשרת הדברות.
  3. אין 99% איז נישט דא קיין אהבה in the first place, די אינגעלייט פארשטייען נישט פארוואס זיי דארפן זיך מוטשען לויפן קאונסלינג צוויי מאל א וואך, פון די אנדערע זייט די פרויען פארשטייען נישט פארוואס איר מאן איז נישט צופרידן ווען זי מאכט די בעסטע סאפער.
די שאלה איז נישט פארוואס ס'איז דא גיטין, נאר פארוואס איז נישט געווען ביז היינט, און אונז ווייסן אלע די ענטפער.
שיינע דאטא פוינט.

נומער 3 וואלט איך געזאגט איז גענוג prevalent/פארשפרייט אז ס'מוז נישט זיין mutually exclusive (מוז פארקומען באזונדער, אדער אזוי אדער אזי).
ס'איז א גיוון, וואס הייסט, איינער וואס רעדט זיך איין אז סעקולערע מערידזשעס זענען אין דורכשניט האלב אזוי dramatic ווי ביי חרדים דארף זיך אונטערזוכן פאר גאליביליטי.

מ'דארף נישט זיין דוקא פון די קאמיוניטי דאס צו דערשמעקן, פרעג 5 לאטינא'ס און 5 שווארצע וואס ארבעטן ביי אידן צו אויב זיי ווערן ווען אויפגעסעט אזוי צו דאס וואלט געווען זייער ערשטע טשויס (?) אוודאי איז נישט דא קיין אטראקשן. אז מ'קען דיסקרייבן א מיידל ווי "צוקער" "קיוט" אדער ”נעבי" אדער "יאנטשי" קענען זעקס טעראפיסטן נישט היילן די דעלוזיע. ווער דארף צוקער, איך דארף א סעקסי מיידל מיט אן exotic look און א סייז 35 ברא... קען מען רעדן רעאליסטיש פאר א גוט יאר? די עיקר איז דאך נישט דאס.. נאר צו זי הייסט "זיס" אדער ער ”הייסט” א לערנער... מיט נאך אפאר נארישקייטן...

בנוגע אויפיקן, איך בין אוטידי און איך קען מעיד זיין פון אסאך וואס זענען אויטידי ווי שווער ס'איז, אפגערעדט די חסידישע אינגערמאן וואס קען זירא וויאזוי מ'רעדט און וואס אטראקט. חוץ אויב איינער איז טשארמינג אדער די פרוי האט דוקא א חרדישע פעטיש... באקומט זיך נישט אזוי קיין פרוי...

איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א זאך פארוואס יונגעלייט לויפן זיך גט'ן וועגן דעם, און וואס איז זייער חשבון? ארומטרענירן? צו אפפארן?
 
איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א זאך פארוואס יונגעלייט לויפן זיך גט'ן וועגן דעם, און וואס איז זייער חשבון? ארומטרענירן? צו אפפארן?
אינטערסאנטע שאלה. אבער בעיסד פון מיין עקספיריענס זענען עס די פרויען וואס ווילן ארויס. דער אינגערמאן איז נישט גענוג שטארק צו זיך שטעלן און זאגן איך וויל אוט!!!

און דאס שטימט מיט זייער אסאך פיסכילאגישע שטודיעס, פארוואס דאס איז טאקע אזוי. אבער די אינגעלייט שטעלן לכתחלה נישט אויף זייער סטענד צו זיין סוקסעספול אין זייער מערידזש.
 
די עצה פאר אונזערע שידוכים איז גיטין. די עצה פאר גיטין איז ווארטן ביז די 25 פאר מ'מאכט חתונה.

די לעצטע שטיקל תיקון אין די פאזל איז בירט קאנטראל. מע'דארף רעדן צו די קינדער זיך נעמען די גוף אין די האנט. פאר מ'בויט זיך אויס א רילעשענשיפ זאל מען קאנטראלירן הריון.
 
ביאור:
די עצה פאר אונזערע שידוכים איז גיטין.
ווייל אזוי ברעכט זיך די סייקאל פון דינייעל. מ'הייבט באמת אהן זיכן עצות.
די עצה פאר גיטין איז ווארטן ביז די 25 פאר מ'מאכט חתונה.
דאס איז די עצה וואס מ'טרעפט, און מ'האפט אז ס'וועט שוין אריינברענגן דעיטינג אויך. דער 25 יאריגער וועט האפנטליך שוין נישט זאגן יא ווייל כ'זעה נישט קיין ניין.

די לעצטע שטיקל תיקון אין די פאזל איז בירט קאנטראל. מע'דארף רעדן צו די קינדער זיך נעמען די גוף אין די האנט. פאר מ'בויט זיך אויס א רילעשענשיפ זאל מען קאנטראלירן הריון.
און אזוי ווייטער, בלייבט מען גרינג מיטן אפציע פון גיטין און צוריק חתונה האבן אהן א קריץ.
 
אזוי קוק איך אן אונזערע חתונה'ס, א רילעשענשיפ מיט א הכשר, צווישען צענערלינגס.

מ'האפט זיי וועלן "חתונה האבן" פאר זיי האבן קינדער..
 
לעצט רעדאגירט:
די עצה פאר אונזערע שידוכים איז גיטין. די עצה פאר גיטין איז ווארטן ביז די 25 פאר מ'מאכט חתונה.

די לעצטע שטיקל תיקון אין די פאזל איז בירט קאנטראל. מע'דארף רעדן צו די קינדער זיך נעמען די גוף אין די האנט. פאר מ'בויט זיך אויס א רילעשענשיפ זאל מען קאנטראלירן הריון.
כן si
גיטין אדער דעטינג.

איך זאג דאך אלעמאל
די פראבלעם איז ביידע זענען off script. ס'איז דא דא א סקריפט:

Act 1
די צענע עפנט זיך ביי ר'געצל זרילוויטש אינדערהיים און מ'שמועסט אין די נעקסטע שטוב.

Act 2
מ'גיט א קידושין רינגל און מ'ברעכט טעלער. לחיים לחיים!

Act 3
חתונה

Act 4
מצוה

דאס ווענדט זיך שוין
Act 5
כולל, לערנען, שפילן פאר די וועלט אז מ'גייט זיצן על התורה

ערגעץ דא הייבט די פלעי אן צו ווערן א נייטמער... און ס'קומט גיטין ווייבס...

אין ארדער זיך אן עצה צו געבן מיט די פראבלעם מוז מען אויפהערן שפילן די פלעי...
סימפל פימפל דימפל.
נישט דא קיין לאוו, נישט דא קיין מעטשעס, נישט דא קיין ארבעטס בחור, צוקערדיג, מיט אייער און באקסער... אלעס איז א שאו...
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערסאנטע שאלה. אבער בעיסד פון מיין עקספיריענס זענען עס די פרויען וואס ווילן ארויס. דער אינגערמאן איז נישט גענוג שטארק צו זיך שטעלן און זאגן איך וויל אוט!!!
דאן וויאזוי קען זיין אז פוטסטעפס (די ultimate out) האט א אימבעלענס פון מענטשן וואס באלאנגען צו די מענער דזשענדער מער ווי די אנדערע?
 
Back
Top