איך האלט די איינציגסטע עצה איז זיך טוישן די קליידער און די נעמען און אנטלויפן באצייטנס
אז נישט דארף מען דאך נישט קיין עצות, די שידוכים וואס מיר טוען זענען דאך צוגעפאסט, איידל, וואויל און יעדער איז פרייליך, די ליטיוויקעס זענען אונז גאר מקנא.
די סעקולער גאס ווייסט ניטאמאל וואס זי פארפעלט, די קריזיס איז דאך ביי זיי
בכלל לעבט מען נישט פאר היינט נאר אויף יענע וועלט און א תורה'דיגע איד דארף זיך לאזן מוסד נפש זיין אזש ביז נזירות איז ווערט די גאנצע מערידזש אלע יארן פאר איין שטיקל זרע וואס וועט "אויפשטעלן א נייע דור" וואס איז דאך די עיקר תכלית פארוואס א מענטש איז אויף דעם וועלט די אנדערע זאכן... שוין וויפיל יאר לעבט מען שוין... חיי שעה... און דאס איז דאך נישט איידעלע זאכן צו רעדן, זיכער נישט יעצט צווישן ארון קודש ווענט... מ'וועט שוין ארבעטן אויף דעם, ס'איז דאך דא ארגענאזיציעס מיט חסד פאר די איינצעלנע בובוס... און ווען יא זענען דאך די חציפות די פרויען אלס די פראבלעם... און שוין.
שטימט?