פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

די לעצטע שטיקל תיקון אין די פאזל איז בירט קאנטראל. מע'דארף רעדן צו די קינדער זיך נעמען די גוף אין די האנט. פאר מ'בויט זיך אויס א רילעשענשיפ זאל מען קאנטראלירן הריון.
דאס דארף יעדער טוהן! צו מ'קלערט פון גיטין צו נישט.

וועלכע קראנקע מענטש דארף מען זיין צו האבן אזויפיל קינדער אן קיין פינאנציעלע חשבונות to begin with?

וואס איז די יאגעניש?
 
איך פרעג פארוואס איז נישטא אזויפיל גיטין און אונזער קאמיוניטי?

א פרוי האט געפרעגט אויף א אנדערע פארם, אז זי פארשטייט זיך נישט מיט איר מאַן, צו אויב זי וועט זיך גט'ן צו זען וועט קענען טרעפן א בעסערע מאן, די ענטפער איז געווען אז אויב זי איז איר בעסער צו בלייבן א סינגל זאל זי זיך גט'ן און אז זי וועט טרעפן איינעם איז עס נאר א באנעס, אויב זי וויל נישט בלייבן א סינגל פאר די רעסט אף הער לייף זאל זי זיך נישט גט'ן, אויב יעדער טראכט אזוי איז נישט קיין ווינדער אז ס'איז דא ווייניג גיטין
 
איך ווייס שוין פארוואס ס'איז דא אזויפיל גיטין ביי אונז, מ'מאכט שידוכים אזויווי ער ווייזט דא

<פון דא ביז דא>
 
די אמת איז אז מען דארף מאכן א געהעריגע סייענטיפישע סטאדי וואס קאמפערד קולטורן און זייערע שידוכים מיט די גירושין דעטע.
איך האס גראדע די היימישע שידוכים סיסטעם, אבער, די פאקט איז אז די דיווארס רעיט איז קלענער ווי אין די אלגעמיינע גאס אין אמעריקא.
וויאזוי זעט עס אויס אין יוראפ? אזיע? וכו'? אלע קולטורן און סוב-קולטורן.
 
וואס איז די מעלה פון א נידעריקער גט ראטע ווען די מענטשן לעבן אונטער דרוק אגאנצן לעבן?
זייער אסאך מאל איז נישט קיין מעלה ווי למשל אביוזד רילעישאנשיפס אדער סתם ווען צוויי מענטשן האבן אנדערע צילן אין לעבן וואס איז א סתירה צו לעבן צוזאמען

אבער גאר אסאך מאל יא, אויב איינעםס רילעישאנשיפ ווערט סתם אפגעשוואכט און אויסגעלאשן אדער ער/זי האט זיך פלעין פארליבט אין א צווייטען, איז גוט אז ער/זי גייט נישט אוועק נאר ארבעט אויף די רילעישאןשיפ צו עס אויפוועקן און צוריקברענגען אהבה

די קלענערע דיווארס רעיט אין די היימישע קאמיוניטי האט לכאורה נישט צו טוהן מיט די שידוכים סיסטעם, עס האט מער מיט די פרעשור בושה פון א גט און דאס מאכט אויך די פראבעביליטי פון טרעפן א בעסערע זיוויג שני קליין וחוזר חלילה
 
איך האלט די איינציגסטע עצה איז זיך טוישן די קליידער און די נעמען און אנטלויפן באצייטנס

אז נישט דארף מען דאך נישט קיין עצות, די שידוכים וואס מיר טוען זענען דאך צוגעפאסט, איידל, וואויל און יעדער איז פרייליך, די ליטיוואקעס זענען אונז גאר מקנא.
די סעקולער גאס ווייסט ניטאמאל וואס זי פארפעלט, די קריזיס איז דאך ביי זיי.

בכלל לעבט מען נישט פאר היינט נאר אויף יענע וועלט, און א תורה'דיגע איד דארף זיך לאזן מוסר נפש זיין אזש ביז נזירות איז ווערט די גאנצע מערידזש אלע יארן פאר איין שטיקל זרע וואס וועט "אויפשטעלן א נייע דור" וואס איז דאך די עיקר תכלית פארוואס א מענטש איז אויף דער וועלט. די אנדערע זאכן... שוין, וויפיל יאר לעבט מען שוין... חיי שעה... און דאס איז דאך נישט איידעלע זאכן צו רעדן, זיכער נישט יעצט צווישן ארון קודש ווענט... מ'וועט שוין ארבעטן אויף דעם, ס'איז דאך דא ארגענאזיציעס מיט חסד פאר די איינצעלנע בובוס... און ווען יא זענען דאך די חציפות די פרויען אלץ די פראבלעם... און שוין.

שטימט?
 
וויי געוואלד...

מושי העכט ציווארפט מיר דא מיין גאנצע באבל אז דעיטינג איז די וועי טו גאו...

Screenshot_20260305_225443_Instagram.webp
 
ער שרייבט אבער נישט אז סאיז נישט אסאך בעסער און אז מזעט נישט אסאך מער ווי ביי אונזערע בישאוס....
 
ס'איז דא א שטארקע סברא צו זאגן אז דעיטן איז א "רעכט". א מענטש האט א רעכט צו מאכן אן אייגענע באשלוס איבער די סאמע וויכטיגסטע זאך אין זיין לעבן.

אפי' ס'וועט זיין סטאטיסטיקס וואס ווייזן אז דעיטן איז גורם מער גיטין איז די סברא נאך אלס גילטיג.
 
וויי געוואלד...

מושי העכט ציווארפט מיר דא מיין גאנצע באבל אז דעיטינג איז די וועי טו גאו...

View attachment 13787
ס'איז אמת וואס ער זאגט, צו באמת קענען א מענטש איז דעיטן נישט גענוג, מ'דארף וואוינען צוזאמען בויפרענד און גירלפרענד פאר אפאר יאר און ערשט דעמאלטס קען מען זיך באמת.

דעט ביאינג סעד, איינער וואס טרעפט זיך איין אדער צוויי מאל פאר א בעשוי זעט כמעט זירא, ער זעט סך הכל די ממש דרויסנדיגע שיכט וזהו. די וואס גייען יא אויף אפאר דעיטס זעען שוין מער, און וועלן ענדערש אויספילטערן א טיפערע שיכט וואס שטימט נישט מיט זיי. די וואס גייען אויף אסאך דעיטס וועלן זען נאכמער. מען קען פעיקן און שפילן טשאדעלע באדעלע אפ טו אן עקסטענד, אבער אז מען גייט אסאך מאל ארויס, מאכן זיך מער סוטואציעס, מען שמועסט איבער מער זאכן, און עס קומט ארויס מער און מען קען זיך נאכמער היטן פון אריינפאלן אין פאטענציאלע נישט גוטע קעמעסטרי.

אבער ווי געזאגט פון אנהויב, די אמת'ע מענטש, דאס זעט מען נאר נאר אפאר יאר פון געהעריג זיין צוזאמען, סאו דאס איז באמת די ריעל וועג צו גיין, דעיטן אפילו אסאך איז נישט די סעלושן.

נאך א זאך, די אלע וואס פראקטיצירן שומר נגיעה ווערן אויך פארבלענדעט. די תאווה פארבלענדט די אויגן נישט צו קוקן גראד און טראכטן נארמאל, מען דעיט און די קאפ פארט דא און דארטן. משא"כ די וואס לעבן נארמאל כדרך בוי וגירלפרענד כדרך כל הארץ פאר אפאר יאר, זיי וועלן קענען נארמאל מחליט זיין און וויסן וואס זיי האבן. בכלל איז נישט נארמאל צו וועלן חתונה האבן אן וויסן אויב מען שטומט סעקשואלי - עפעס וואס וועט פארנעמען א גאנץ אויבן אן אין די רילעישנשיפ נאכן חתונה, אבער פאר דעם טרייט מען עס נישט אויס עט ליסט עטליכע מאל? בעסער איז אסאך מאל, אבער אזוי אריינצוגיין אין א שידוך און ניטאמאל רעדן דערפון? איך בין נייגעריג אויב די וואס גייען אויף זיווג שני צו מען דיסקוסירט כאטש סעקס.
 
סאו, דו טוסט עדוואקעיטען פרי-מעריטעל רילעישענס?
די סטאטיסטיק סופפארט עס נישט, ווייל די דיווארס רעיט איז נישט ווינציגער דארט ווי מען פרעקטיסט עס, וואס אזוי איז דאך די מנהג המדינה כהיום ביי די אומות אין אמעריקא, און די דיווארס רעיט איז איבער 50%. אויסער דעם עס איז דאך קעגן די חוקי התורה ויהדות, זענען לכאורה דיינע רייד מופרך, וברוב דברים לא יחדל פשע.
 
סאו, דו טוסט עדוואוקעיטען פרי-מעריטעל רילעישענס ?
די סטאטיסטיק סופאורט עס נישט , ווייל די דיווארס רעיט איז נישט ווינציגער דארט ווי מען פרעקטיסט עס, וואס אזוי איז דאך די מנהג המדינה כהיום ביי די אומות אין אמריקא , און די רעיט איז איבער 50% , אויסער דעם עס איז דאך קעגען די חוקי התורה ויהדות, זענען לכאורה דיינע רייד מופרך ,ברוב דברים לא יחדל פשע .
היתר פילגש.. יעבץ.. מ'קען טרעפן כשר'ע היתרים
 
ס'איז דא א שטארקע סברא צו זאגן אז דעיטן איז א "רעכט". א מענטש האט א רעכט צו מאכן אן אייגענע באשלוס איבער די סאמע וויכטיגסטע זאך אין זיין לעבן.

אפי' ס'וועט זיין סטאטיסטיקס וואס ווייזן אז דעיטן איז גורם מער גיטין איז די סברא נאך אלס גילטיג.
דעיטען איז זיכער א רעכט ווי דער תלמוד זאגט בעל האבידה מחזיר אחר אבידתו,און מען טוט חיפוש חיפוש מנרות, מען זוכט ,מען טרעפט זיך און מען דעסייד ,צו מען קען זיין א מעטש, וויסען ווייסט מען נישט ביז עטליעסט א שטיק צייט נאך די מעריעדזש ,
למעשה זענען די היימישע בחורים און מיידלעך דרך כלל מוותר אויף דעם רעכט,און זיי געבען די טירחא פון זוכען און נישטערן איבער פאר די עלטערן, אז זיי זאלען טון די ארבייט, און דאס איז דער סיסטעם וואס איז נוהג,-די רעזולטאטען פון די אראנדסשמענט איז גלוי ונראה - , עס איז דא צופיעל וואס איז נישט עולה יפה, אבער לויט די סטאטיסטיק איז עס נישט ארגער ווי די דעטינג סיסטעם , סיי פון די וואס מאכען די לימיט 8 מיטינגס , סיי פון די וואס גייען אויס א יאהר און דער פאקט איז אז שלום בית איז א לייף לאונג ענטערפרייס ,און רוב פון גיטין איז ווייל מען האט נישט געטון צווישען זיך, אויס צוגראדען דיפערעננצען ,ווי משלי
זאגט ,בעצלתים ימך המקרה .
 
דעיטען איז זיכער א רעכט ווי דער תלמוד זאגט בעל האבידה מחזיר אחר אבידתו,און מען טוט חיפוש חיפוש מנרות, מען זוכט ,מען טרעפט זיך און מען דעסייד ,צו מען קען זיין א מעטש, וויסען ווייסט מען נישט ביז עטליעסט א שטיק צייט נאך די מעריעדזש ,
למעשה זענען די היימישע בחורים און מיידלעך דרך כלל מוותר אויף דעם רעכט,און זיי געבען די טירחא פון זוכען און נישטערן איבער פאר די עלטערן, אז זיי זאלען טון די ארבייט, און דאס איז דער סיסטעם וואס איז נוהג,-די רעזולטאטען פון די אראנדסשמענט איז גלוי ונראה - , עס איז דא צופיעל וואס איז נישט עולה יפה, אבער לויט די סטאטיסטיק איז עס נישט ארגער ווי די דעטינג סיסטעם , סיי פון די וואס מאכען די לימיט 8 מיטינגס , סיי פון די וואס גייען אויס א יאהר און דער פאקט איז אז שלום בית איז א לייף לאונג ענטערפרייס ,און רוב פון גיטין איז ווייל מען האט נישט געטון צווישען זיך, אויס צוגראדען דיפערעננצען ,ווי משלי
זאגט ,בעצלתים ימך המקרה .
בולשיט
ווען נישט דער יונגערמאן טרעפט זיך שוין מיט קינדער און ווען נישט ס'וואלט געווען א סטיגמע און א גאנצע אפעראציע זיך צו גט'ן ביי אונז וואלט מען זיך געג'ט אויף רעכט און לינקס.
 
היתר פילגש.. יעבץ.. מ'קען טרעפן כשר'ע היתרים
קאום אאן, יו קענט בי פאאר ריעל, אונטער צוברענגען די
פאמיליע סיסטעם און זיך ארין לאזען מיט פילגשים און
אופען רילעישענשיפ עס איז בכלל שווער צו פארשטיין דעם יעב״ץ אז ער האט געהאלטען אז מען קען דאס מתיר זיין אפילו מען האט א פרוי , ווי קען דאס האלטען די שלום בית - די כלל איז - אין אשה מתקנאת אלא בירך חבירתה - וואס האט איהם עולה על הדעת געוועהן מתיר צו זיין פילגשים - והא דרבי יעב״ץ בדותא
 
אסאך מענטשן וואס גט'ן זיך, ווייסן זייער גוט ביים דעיטן, אז עס איז פראבלאמאטיש. נאר וואס דען?

"מען וויל נישט וויסן" מען ווערט פארבלינדעד פאר ליבשאפט סעקס און האפענונג...
 
Back
Top