דעיטען איז זיכער א רעכט ווי דער תלמוד זאגט בעל האבידה מחזיר אחר אבידתו,און מען טוט חיפוש חיפוש מנרות, מען זוכט ,מען טרעפט זיך און מען דעסייד ,צו מען קען זיין א מעטש, וויסען ווייסט מען נישט ביז עטליעסט א שטיק צייט נאך די מעריעדזש ,
למעשה זענען די היימישע בחורים און מיידלעך דרך כלל מוותר אויף דעם רעכט,און זיי געבען די טירחא פון זוכען און נישטערן איבער פאר די עלטערן, אז זיי זאלען טון די ארבייט, און דאס איז דער סיסטעם וואס איז נוהג,-די רעזולטאטען פון די אראנדסשמענט איז גלוי ונראה - , עס איז דא צופיעל וואס איז נישט עולה יפה, אבער לויט די סטאטיסטיק איז עס נישט ארגער ווי די דעטינג סיסטעם , סיי פון די וואס מאכען די לימיט 8 מיטינגס , סיי פון די וואס גייען אויס א יאהר און דער פאקט איז אז שלום בית איז א לייף לאונג ענטערפרייס ,און רוב פון גיטין איז ווייל מען האט נישט געטון צווישען זיך, אויס צוגראדען דיפערעננצען ,ווי משלי
זאגט ,בעצלתים ימך המקרה .