קאסא גראנדע סאמעטוכע

פארבאטן צו קויפן איז איין זאך, און ארויסשיקן פון א פריוואטע ביהמ"ד איז א צווייטע זאך. די ערשטע קען זיין מ'קען נישט טון אין א פרייע לאנד, אבער אסר'ן צו טרענספעסן אין מקוה/ביהמ"ד ווען ניטאמאל איז עס דיסקרימינאציע (ווייל עס האט א נארמאלע סיבה), וואס איז די ארגומענט אז יענער איז אומבארעכטיגט?

ווי איך פארשטיי איז אבער סתם אזוי דא וועגן פון 'באשיצן' א געגנט פון פליפערס און פון מענטשן וואס מ'וויל נישט, ס'איז א לעגאלע פראצעדור פון פארוואנדלען די געגנט צו א געוויסע סארט ווילעדזש מיט שטייפע רולס.. איך קען מיך נישט אויס, אבער אליעזר קרויס האט דערפון גערעדט אויף קול מבשר לגבי זיין פלארידא וויזיע.
באשיצן פון פליפערס? ווער אין די וועלט וויל בכלל וואוינען אין א מדבר שממה, רובין זאל טאנצן פאר שמחה אז ער האט כאטש פליפערס וואס ברענגן אינטערעסע צו דעי געגענט.

איך קען נישט רובין פערזענליך, געהערט האב איך פון עמיצער וואס איז געווען דארט אויף וואקאציע אין געדאווענט אין רובין׳ס שוהל ער האט געפרעגט איינעם עפעס אינמיטן דאווענען, אין דער רובין האט מקיים געווען דעים וגוערין בו מיט אלע דקדוקים, אזש ער האט דער אומשולדיגער אינגערמאן ארויסגעטראסקעט פון שוהל.

וואודעראום ראבינאוויטש קען איך, כאטש נישט פערזענליך, ער קוקט מיר אויס צו זיין גאר אן איידעלע אין צוגעלאזענער איד

So judge for yourself
 
לעצט רעדאגירט:
די ראבינאוויטש מענטשן זענען קודם געווען מיט רובין?
יא.

אזוי אויך הרב גאלדבערגער מרימנוב, אזוי אויך ר' יחיאל שטיינמעץ מלפנים גאב"ד קאסאגראנדע וואס שטיצט היינט די צווייטע קהילה ועוד ועוד.
 
איך האב שוין געדאוונט ביי רובין אין בית מדרש און גערעט אינמיטן דאווענען אוו ער שישקעט טאקע אבער נישט קיין גוערין בו, ער האט נישט געשריגן און געבאנטעוועט, פארקערט ער נעמט יעדעם זייער שיין אויף.
וואס יא ער איז א מיקרא מענעדזשער, ער האלט אז עם קומט זיך צי קאנטרעלירן די פלאץ וויבאלד ער האט עס אויפגעשטעלט, וואס לדעתי איז לגמרי wrong, אבער קיין שלעכטער איז ער נישט.
 
1. איך פארשטיי רובין'ס ווייטאג all the way, אבער פילינגס איז נישט שכל און אפילו נישט רעכט
2. רובין האט געמאכט אסאך טעותים אין וויאזוי ער האט געהאנדעלט מיט די "שלעכטע" מענשטען [לדעתו]
3. רב ראבינוביטש אזי נישט די צד שני נאר זייער אויפגענימענע רב, איז ער אוטאמאטיש געווארען זייער פנים אין בי"ד וכדומה
איך קען איהם גוט ער איז א גבר מיט ביצים, דערשרעקט זיך נישט אזוי שנעל
4. צו רובין איז גערעכט אדער נישט, באגראבט ער "זיין" שטעטל בידים
קריך אראפ און לאז די פלאץ בליען ארויס פון "דיין" קאנטראל
 
איך האב שוין געדאוונט ביי רובין אין בית מדרש און גערעט אינמיטן דאווענען אוו ער שישקעט טאקע אבער נישט קיין גוערין בו, ער האט נישט געשריגן און געבאנטעוועט, פארקערט ער נעמט יעדעם זייער שיין אויף.
וואס יא ער איז א מיקרא מענעדזשער, ער האלט אז עם קומט זיך צי קאנטרעלירן די פלאץ וויבאלד ער האט עס אויפגעשטעלט, וואס לדעתי איז לגמרי wrong, אבער קיין שלעכטער איז ער נישט.
אין מאנסי פלעגט ער צאמרעדן א גאנץ דאווענען, וואס איז ער געווארן א פרומער ?!
 
אין מאנסי פלעגט ער צאמרעדן א גאנץ דאווענען, וואס איז ער געווארן א פרומער ?!
דאס איז מסתם געווען נאך פאר די תוספות יום טוב דענסמאלס האט מען נאך געמעגט,...

אויסער דעים איז דא א חילוק ווען איינער רעדט אין א גרויסע שול אדער אין א קליינע שול, פון 15 מענטשן
 

בייגעלייגטע פיילס

  • a5qNkdH_wide_m.jpg
    a5qNkdH_wide_m.jpg
    323.7 KB · געזען: 164
לעצט רעדאגירט:
דער בעל הבית פון א בליק איז יושע רובינ'ס ברודער.
 
די מחלוקה האט גארנישט מיט פליפערס און היים פרייזען.
מעגליך אז דו ביסט גערעכט, אבער דאס איז וואס זיי טענה'ן.
אז דו וועסט הערן די פאדקעסט הנ"ל וועסטו זעהן אז גענוי דאס טענה'ן זיי.
 
באשיצן פון פליפערס? ווער אין די וועלט וויל בכלל וואוינען אין א מדבר שממה, רובין זאל טאנצן פאר שמחה אז ער האט כאטש פליפערס וואס ברענגן אינטערעסע צו דעי געגענט.

איך קען נישט רובין פערזענליך, געהערט האב איך פון עמיצער וואס איז געווען דארט אויף וואקאציע אין געדאווענט אין רובין׳ס שוהל ער האט געפרעגט איינעם עפעס אינמיטן דאווענען, אין דער רובין האט מקיים געווען דעים וגוערין בו מיט אלע דקדוקים, אזש ער האט דער אומשולדיגער אינגערמאן ארויסגעטראסקעט פון שוהל.

וואודעראום ראבינאוויטש קען איך, כאטש נישט פערזענליך, ער קוקט מיר אויס צו זיין גאר אן איידעלע אין צוגעלאזענער איד

So judge for yourself
אינטערעסאנט, צו מיך איז ער צוגעקומעו אינמיטן דאווענען זאגן עפעס.
 
בקיצור איין בית דין האלט אז ראבינאוויטש איז גערעכט, און די אנדערע בית דין שרייט אז עס איז א קארופטירטע בית דין אין בעצם איז רובין גערעכט.
השתא דאתית להכא אז די בית דין סיסטעם איז מודה אז א בית דין קען זיין קארופטירט (איך ווייס נישט צו עס איז טאקע אזוי, אבער אזוי טענהען זיי) אויב אזוי לדידך פארוואס זאל איך טראסטן די בית דין סיסטעם, וועלכע סיסטעמס און באווארענונגס מיטלען האסטו איינגעשטעלט אקעגן קארופציע? וועלכע שטראף באקומט א דיין וואס נעמט שוחד? פארוואס ווערט א דיין באצאלט פער דין תורה אוואדאי גייט ער עס ארום שלעפן די מערסטע מעגליך, פארוואס ווערן זיי נישט באצאלט פעיראל אזויווי אין די קאורט סיסטעם?
אין איז דא א basic code of ethics וואס א טוען דארף האלטען און אויב נישט פארלירט ער זיין רעכטען פין זיין א טוען? למעשה שטעלען זיך אויף טוענים און זאגען שקר און בי״ד זאגט נישט קיין ווארט
 
ער זאגט הויך און קלאר אין זיין אינטערוויו מיט א בליק אז ער האלט אז ער האט אלע רעכטען צו זיין אין קאנטראל ביז עס איז דא 200 משפחות, ווייך איך האב געבויעט די פלאץ און משקיע געוועהן די געלט, אויב איינער האלט ער קען בעסער קען ער עס טון אויף א צווייטע פלאץ

he lost me then הער אויף צו זיין גערעכט, מ'קומט קיין ערגעץ נישט אהן מיט זיין גערעכט
 
Back
Top