קאסא גראנדע סאמעטוכע

עשרה גליות גלתה המחלוקת בישראל, ממקהלות (קורח) למעברות הירדן (גלעד ואפרים), וממעברות הירדן למצפה (פלגש בגבעה) וממצפה למחלקות הצורים (בית שאול ובית דוד), וממחלקות הצורים ליער אפרים (דוד ואבשלום), ומיער אפרים לבית שמש (יהודה וישראל), ומבית שמש למים רבים בגבעון (גדליהו), וממים רבים בגבעון לסאטמאר אשר ברומעניע ומסאטמאר אשר ברומעניע לוויליאמסבורג במעברות האיסט ריווער ומוויליאמסבורג במעברות האיסט ריווער לקאסא גראנדע אשר במדבר סאנאראן.
 
לעצט רעדאגירט:
איך קען נישט די פרשה מיט אלע קליפערלעך, אבער טאמער ס׳איז אמת אז רובין׳ס עיקר קאנסערן איז געווען יוקר השער, האט ער אלע בארעכטיגטע טענות שבעולם.
 
ער קען זיין גערעכט ביז מארגן, זיין גאנצע קהילה באשטייט פון פיפצן משפחות, חרוב געלייגט א שטאט בידים אין נאמען פון גערעכטיקייט, weird.
 
אפשר איז די גאנצע ״מחלוקת״ סתם א מארקעטינג־סטראטעגיע, כּדי די קאסא־גראנדע קהילה זאל זיין אויף אלעמען’ס צונג. ווייל, ווער רעדט היינט וועגן דער קאנעטיקעט־קהילה, וואס איז פיל גרעסער — נאר פעלט ביי זיי מחלוקת
וואו איז די קאנעטיקוט קהילה?
 
ער קען זיין גערעכט ביז מארגן, זיין גאנצע קהילה באשטייט פון פיפצן משפחות, חרוב געלייגט א שטאט בידים אין נאמען פון גערעכטיקייט, weird.
אז איך וואלט געווען אים וואלט איך געזאגט א כפרה די שטעטל, איך האב א מיסיע, קען איך די מיסיע נישט אויספירן, זאלן זיי זיך אלע צוריק גיין קיין רעמעפא און א גוטן פורים

דער קהילה האט בלויז אן ערך אז ער איז פליפּלאָז, אז נישט, ווער דארף עס בכלל, החסר שטריימלים בטריי סטעיטס
 
לעצט רעדאגירט:
אפשר איז די גאנצע ״מחלוקת״ סתם א מארקעטינג־סטראטעגיע, כּדי די קאסא־גראנדע קהילה זאל זיין אויף אלעמען’ס צונג. ווייל, ווער רעדט היינט וועגן דער קאנעטיקעט־קהילה, וואס איז פיל גרעסער — נאר פעלט ביי זיי מחלוקת
די מציאות ווייזט אז מחלוקת לייגט צוגרינד נייע שטעטלעך.
 
עס קוקט מיר אויס אז עס איז נישט אזוי פשוט.

ווען זיינע קעגנערס זאלן זיין די פליפערס וואלט איך פארשטאנען, אבער עס קוקט מיר אויס ווי די אנדערע קהלה אונטער רבינוביץ זענען די זעלבע פרומע אידן, און טייל אפילו קבצנים, ווי די ארגינעלע קהלה. איך פארשטיי אז געוויסע פליפערס זענען להשמיד ולהרוג אקעגן רובין, און אי משום הא הייב איך מיר דאס היטל פאר רובין, אויסגעריסן זאלן ווערן די מייקרי שער און זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט און דארטן אינוועסטירן אין נאך שווארצע פעפער, אבער די איידעלע שטילע אידן, מלמדים און כולל אינגעלייט, פון די קהלת המתנגדים, האבן געוויס אנדערע טענות, און אט דאס וויל איך וויסן.

א שטיק צייט צוריק האט זיך ארומגעדרייט א אינטערוויו פון יושע רובין מיט זיין ברודער (פון די בליק), דארט האט יושע אויסגעדרוקט חרטה אויף געוויסע זאכן, געוויסע קעגנער טענה'ן אז ער קאנטראלירט אלעס, פון די שול ביז די מוסדות החינוך, כאטש איך כאפ נישט די אישו, אויב איז עס זיין שטעטל.

עכ"פ עס מוז זיין יותר ממה שכתוב כאן.
 
אפשר איז די גאנצע ״מחלוקת״ סתם א מארקעטינג־סטראטעגיע, כּדי די קאסא־גראנדע קהילה זאל זיין אויף אלעמען’ס צונג. ווייל, ווער רעדט היינט וועגן דער קאנעטיקעט־קהילה, וואס איז פיל גרעסער — נאר פעלט ביי זיי מחלוקת
אויב איז עס א מארקעטינג סטראטעגיע זאל ער שוין פייערן זיין מארקעטער
דאס לייגט צוגרינד די ישוב נאך פאר עס האט א שאנס צו בליען
 
עס קוקט מיר אויס אז עס איז נישט אזוי פשוט.

ווען זיינע קעגנערס זאלן זיין די פליפערס וואלט איך פארשטאנען, אבער עס קוקט מיר אויס ווי די אנדערע קהלה אונטער רבינוביץ זענען די זעלבע פרומע אידן, און טייל אפילו קבצנים, ווי די ארגינעלע קהלה. איך פארשטיי אז געוויסע פליפערס זענען להשמיד ולהרוג אקעגן רובין, און אי משום הא הייב איך מיר דאס היטל פאר רובין, אויסגעריסן זאלן ווערן די מייקרי שער און זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט און דארטן אינוועסטירן אין נאך שווארצע פעפער, אבער די איידעלע שטילע אידן, מלמדים און כולל אינגעלייט, פון די קהלת המתנגדים, האבן געוויס אנדערע טענות, און אט דאס וויל איך וויסן.

א שטיק צייט צוריק האט זיך ארומגעדרייט א אינטערוויו פון יושע רובין מיט זיין ברודער (פון די בליק), דארט האט יושע אויסגעדרוקט חרטה אויף געוויסע זאכן, געוויסע קעגנער טענה'ן אז ער קאנטראלירט אלעס, פון די שול ביז די מוסדות החינוך, כאטש איך כאפ נישט די אישו, אויב איז עס זיין שטעטל.

עכ"פ עס מוז זיין יותר ממה שכתוב כאן.
What the heck!
קאסא גראנדע איז א סיטי פונקט ווי אלע אנדערע סיטי׳ס דא אין די USA עס איז נישט קיין שטעטל ווי קר״י אדער סקווער, רובא דרובא איינוואוינער דארטן זענען גוים עס באלאנגט פאר קיינעם נישט פריוואט, נישט פאר רובין אדער סיי אימער, וואספארא גערעדאכט׳ס דאס?! זאל רובין ג׳יין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, היימישע אידן האבן שוין געוויילט דארטן פיל בעפאר רובין איז אנקומען דארטן, דער רובין איז א משתלט על הציבור פשוט אין פראסט!
 
איז עס אמת אז היימישע אידן האבן שוין געוואוינט דארטן פאר רובין? איך מיין משפחות, מקווה, גראסערי, מוסדות, מנינים? אויב יא טוישט דאס די גאנצע בילד. טאמער אבער זאגסטו א פערטל אמת ווייל ס׳האט דארט א סוחר געהאט א ווינטער הויז וכדו׳, האט רובין אלע רעכטן צו פארשרייען די מיקרי השער. בכלל, דאס איז דאך נישט א שאלה פון משתלט צו נישט, דא האנדלט זיך פון אן ערנסטער מאראלישער שאלה, מייקר זיין די פרייזן איז בכלל נישט קיין דזשאוק, קל וחומר אז עס נחשון׳ט עמיצער א קהילה אין א ניי ארט בתנאי כפול ומכופל, דאס איז מיין באדינגונג, וואס איז אפילו די שאלה?! ס׳דאך השחתה ממש, א בחינה פון משיג גבול, וואס קריכסטו אין יענעם׳ס בוזעם.
ס׳אמעריקא פרי קאנטרי בולשיט, איז א מושחת׳דיגער ארגומענט, ס׳הייסט ווייל איך מעג, ווייל איך קען, וועל איך פאקן מיט דיר.
 
וויפיל ס׳זעהט מיר אויס, האט דער רובין איין חיסרון, ער איז נישט קיין מענטשן קענער, ער האט פון דעם סובסטאנד וואס הייסט נודניק, איז ער אבער נישט חייב מיתה פאר דעם, ער שיינט צו זיין אן ערליכער.
 
קיינער האט נישט געוואוינט דארט פאר רובין, ער האט אינוועסטעד דארט אסאך געלט און ער האט גערעכטע טענות.
פון די אנדערע זייט האבן זיי אויך געוויסע טענות אקעגן עם.
 
ווי די שווארצע פעפער וואקסט, ווייסט איינער?
 
וויפיל ס׳זעהט מיר אויס, האט דער רובין איין חיסרון, ער איז נישט קיין מענטשן קענער, ער האט פון דעם סובסטאנד וואס הייסט נודניק, איז ער אבער נישט חייב מיתה פאר דעם, ער שיינט צו זיין אן ערליכער.
כפי הנראה איז ער א קאנטראלער מער וויפיל רוב מענטשן האבן ליב, אבער די חלק קעגן די פליפערס איז ער 100 פראצענט גערעכט. זיי האבן 'רעכט' צו פליפן, און ער האט רעכט נישט אריינצולאזן אין 'זיין' שול, מקוה און גראסעריי ווער עס פליפט אדער דינגט פון א פליפער.
 
ס׳דא צוויי חלקים, איינס איז דער ״לשיטתך״ ארגומענט וואס דאס ברענגסטו ארויס, דאס הייסט, לשיטתך אז דו ״מעגסט״ טון וואס דו טוסט בטענת הרשות נתונה, ״מעג״ איך אויך און דזשאמפ אין די לעיק. דער צווייטער איז מאראליש בלי קשר צו לשיטתך, ס׳אן ארגומענט אויף די אייגענע פיס, הלמאי, ס׳דאך א שייגעץ שטיק, וואס ווארסטו ווי יענער בויט און טשעפעסט, לייגסט אריין דיינע לאפעס
 
ביי מיר איז די אינטרעסאנטסטע זאך, אז די רב וואס רובין האט געברענגט (ר' יחיאל שטיינמעץ), וואס האט מסדר געווען די תקנות העיר וועגן די פרייזן/דירות וכדו', האלט מיט די אנדערע קהילה היינט.
 
What the heck!
קאסא גראנדע איז א סיטי פונקט ווי אלע אנדערע סיטי׳ס דא אין די USA עס איז נישט קיין שטעטל ווי קר״י אדער סקווער, רובא דרובא איינוואוינער דארטן זענען גוים עס באלאנגט פאר קיינעם נישט פריוואט, נישט פאר רובין אדער סיי אימער, וואספארא גערעדאכט׳ס דאס?! זאל רובין ג׳יין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, היימישע אידן האבן שוין געוויילט דארטן פיל בעפאר רובין איז אנקומען דארטן, דער רובין איז א משתלט על הציבור פשוט אין פראסט!
פרעגסט מיך וואט-דע-העק?
איך פרעג דיר!!
די רשעים די פליפערס זענען גענוג ווייטאגליך אין אנדערע מקומות, באדן זיך אין אידיש בלוט פונקט ווי פרעה הרשע!

קומט א איד, אינוועסטירט מיליאנען צו מאכן א נייע עפפארדעבל פלאץ פאר אידן אין אנדערן עק אמעריקע, און בעט זיך צו יעדן אז ער טוט דאס בתנאי כפול אז מען זאל סך הכל נישט מייקר זיין דעם שער "אויף זיין חשבון" - קיינער איז נישט געגאנגען וואוינען דארט בעפאר יושע רובין האט געגרינדעט דעם פלאץ - קומען די נידריגע יונגען רשעים פליפערס, און טענה'ן אז דא איז אמעריקע פונקט ווי אלע אנדערע סיטיס... געלט גייציגע עוכרי ישראל!

דער גיהנם איז נישט גענוג פאר זיי. זיי וועלן דארפן מגולגל ווערן אין קאמאדא דראגאנס....... 😉

דערווייל קען מען שרייען פוי........
 
אפשר איז די גאנצע ״מחלוקת״ סתם א מארקעטינג־סטראטעגיע, כּדי די קאסא־גראנדע קהילה זאל זיין אויף אלעמען’ס צונג. ווייל, ווער רעדט היינט וועגן דער קאנעטיקעט־קהילה, וואס איז פיל גרעסער — נאר פעלט ביי זיי מחלוקת
אויב זיכט ער דעי מיני מענטשן וואס לעבן אויף מחלוקת'ן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די רשעים די פליפערס
@קעניינע הארע איך זוך מיך נישט צו טענה׳נען מיט די כבודפולע מאָדעראַטאָר, אבער איך זעה נישט פארוואס זיי זענען רשעים. וואס איז עס אנדערש ביי זיי ווי סיי וועלכע ריטעילער אדער ביזנעס וואס לייגט ארויף געשוואלענע פּרייזן צו סערוויס פיעס? דאס איז א טייל פון קאַפּיטאַליזם; welcome to USA — ב״ה דא זענען דא אפּורטוניטיע׳ס און אזוי קענסטו אויך מאכן דיין טוּלער. וואס איך גלייב אז די טוסט אויך ביי יענעם אויסמעקלען די הויזן, און טאמער גלייכסטו טאקע מארקסיזם. זאג מיר, וואלטסטו געטוישט דיין בירגערשאפט צו קובאַ? אויב יא — כל הכבוד
 
Back
Top