קאסא גראנדע סאמעטוכע

@קעניינע הארע איך זוך מיך נישט צו טענה׳נען מיט די כבודפולע מאָדעראַטאָר, אבער איך זעה נישט פארוואס זיי זענען רשעים. וואס איז עס אנדערש ביי זיי ווי סיי וועלכע ריטעילער אדער ביזנעס וואס לייגט ארויף געשוואלענע פּרייזן צו סערוויס פיעס? דאס איז א טייל פון קאַפּיטאַליזם; welcome to USA — ב״ה דא זענען דא אפּורטוניטיע׳ס און אזוי קענסטו אויך מאכן דיין טוּלער. וואס איך גלייב אז די טוסט אויך ביי יענעם אויסמעקלען די הויזן, און טאמער גלייכסטו טאקע מארקסיזם. זאג מיר, וואלטסטו געטוישט דיין בירגערשאפט צו קובאַ? אויב יא — כל הכבוד
אויב די פליפּערס מעגן? מסתם יא.
אבל נקרא רשע.
 
איך פארשטיי נישט ווי ס'קומט אריין קובא vs אמעריקא.
לא תונו איש את עמיתו. מען טאר נישט גיין בידיים אריינשטעקן די נאז אין יענעם'ס ביזנעם און עס אים פאר'הרג'ענען. פרי קאנטרי מיינט נישט ס'יעצט א הפקר וועלט, נישטא קיין ווירדן.
 
אין א פרי קאנטרי מעג איך שיקן אן ערל זאל מפתה זיין דיין ערוואקסענער טאכטער זי זאל מיט אים חתונה האבן, האסטו געזעהן א מעשה, פרי קאנטרי
 
ר' שמעון ראלניצקי איז א לאנגיעריגער פריינט פון ר' חיים שלמה בערגער, פון מאנסי נאך, זיי האבן ביינאזאם געליטן פון די יושבי חושך ביי די 'דער שטערן' מערכה.

יעצט ווען ר' חיים שלמה האט זיך אהינגעצויגן, אלס אב"ד הקהלה (דורך ר' יושע רובין, מייסד הקהלה), האט זיך שפעטער זיין ידיד ר' שמעון אויך אהינגעצויגן.

ווי עס קוקט אויס איז א טייל פון די געשריבענע ווערק בשבח הקהלה והישוב, און בכלליות דאס פאזיטיווע נערעטיוו אויף הרב רובין וסייעתו, מעשי ידיו פון ר' חיים שלמה בבחינת באצאלטער אנאנס.
 
זאל זיין באצאלט, אז ס׳אנאונסט א גוטער פראדוקט, איז אדרבא. אויסער דעם, אז א מענטש ציט זיך אריבער אין א נייער פלאץ בפועל ממש, הרי אין לך פידבעק גדולה מזו
 
ר' שמעון ראלניצקי איז א לאנגיעריגער פריינט פון ר' חיים שלמה בערגער, פון מאנסי נאך, זיי האבן ביינאזאם געליטן פון די יושבי חושך ביי די 'דער שטערן' מערכה.

יעצט ווען ר' חיים שלמה האט זיך אהינגעצויגן, אלס אב"ד הקהלה (דורך ר' יושע רובין, מייסד הקהלה), האט זיך שפעטער זיין ידיד ר' שמעון אויך אהינגעצויגן.

ווי עס קוקט אויס איז א טייל פון די געשריבענע ווערק בשבח הקהלה והישוב, און בכלליות דאס פאזיטיווע נערעטיוו אויף הרב רובין וסייעתו, מעשי ידיו פון ר' חיים שלמה בבחינת באצאלטער אנאנס.
בערגער איז מיט רובין?
 
ר' שמעון ראלניצקי איז א לאנגיעריגער פריינט פון ר' חיים שלמה בערגער, פון מאנסי נאך, זיי האבן ביינאזאם געליטן פון די יושבי חושך ביי די 'דער שטערן' מערכה.
אינטערעסאנט! באזירט אויף זיינע א. ג. השקפה ארטיקלען אין "מאמענט" שיינט חיים שלמה בערגער זעלבסט צו זיין אן ארכי 'יושבי חושך' אנהענגער... גאר עקסטרעמיסטיש געשטימט צו די רעכטע זייט, און זייער פרא סיסטעם​
 
ווי האט מיין חבר געזאגט אפאר תגובות ארויפציהר??
זאל זיין באצאלט, אז ס׳אנאונסט א גוטער פראדוקט, איז אדרבא.
 
יא, ער איז די רב ביי רובין
נישט אזוי פשוט, מ'דארף האלטן קאפ.

רובין'ס טאטע איז מרה דאתרא (וואטעווער דעט מינז)
ר' חיים שלמה בערגער איז אב'ד הקהילה
שפעטער איז דא נאך א בערגער וואס איז דיין
 
נישט אזוי פשוט, מ'דארף האלטן קאפ.

רובין'ס טאטע איז מרה דאתרא (וואטעווער דעט מינז)
ר' חיים שלמה בערגער איז אב'ד הקהילה
שפעטער איז דא נאך א בערגער וואס איז דיין
דער דיין איז א זוהן פונעם אב"ד הקהלה.
 
פון ערגעץ דערקען איך דער רובין; כ'געדענק נישט פון װאוּ.

אז ער לאזט זיך אינטערװיוּען האלט איך שױן פון אים: א נארמאלער מענטש. ער רעדט צום ציבור.

דרך אגב, דער זײענץ פרעגט נישט אינטרעסאנטע שאלות און ער פארגעסט װעמען מען אינטערװיוּט דא - ער רעדט צופיהל.
 
נאכן אים אױסהערן א שעה און אהאלב האלט איך אז ער איז אביסל נאאיװ און גײט אנטקעגן די נאטור פון די מענטשהײט. פארװאס?

װײל ער מאכט נישט קײן קהילה פאר גױם מיט אידן צוזאמען. ער מאכט דאך א קהילה נאר פאר חסידישע אידן און דאס אײניגע איז די סיבה פארװאס אינװעסטירער קענען מײקר זײן דעם שער - װײל חסידישע אידן האבן ליב צו װאױנען אין דער געגנט אײנער נעבן צװײטן און זײ האבן א שוהל װי זײ קענען קומען פארברענגען צוזאמען. איז דאך דאס, העכערע שערים, נישט מער װי נאטורליך אז ס'מוז געשעהן. ולכן זענען די תקנות װאס ער מאכט א סתירה מניה וביה.

אדער מאכט ער א ײשוב פאר אלעמען, גױם מיט אידן צוגלײך, און אזױ װעלן מענטשן נישט קענען מײקר זײן די שערים אפילו זײ װילן, װאס איז דאך א זאך װאס װעט אװדאי קײנמאל נישט געשען, אדער לאזט ער מענטשן קױפן אלײנס און װי-אזױ זײ װילן. ודו"ק.
 
לכאורה רעדט מען פון דעם
1764243406977.webp
1764243384685.webp

😂😂😂
 
לעצט רעדאגירט:
אז דו קוקסט דורך די אלע אימעיל'ס זעט מען זייער קלאר אז דאס איז יושע רובין וואס מאכט זיך ווי כאילו ס'איז ראבינאוויץ וואס שיקט עס ארום. אלע אימעיל'ס האבן רובין פראפעגאנדע באריכות, צוגעלייגט איין צוויי נעסטי קאמענט אז ס'זאל אויסזעהן ווי ראבינאוויץ שיקט עס, אבער די עיקר איז עס רובין סחורה.

דוק ותשכח
איך גלײב נישט אז ס'איז רובין; די אידיש איז זײער אומקלאר. ס'קוקט אױס געסעקנט אדער געOCRד. ס'איז מסתמא ארױסגעשניטן פון א גרעסערע דאקומענט װאס האט אנהאלטן מער סחורה פון ראבינאװיטש זײט אבער פארשפרײט האט דאס לכאורה אײנער פון רובין'ס זײט נאר געלאזט די ערשטע און די לעצטע פײדזש פאר ליצנות און צו װײזן װי זײ באנוצן זיך מיט זײערע קהל חסידים לעדערהעד.

די געשריבענע אין ײדיש איז אזױ גוט אז איך װאלט מציע געװען דאס האט ראלניצקי אלײנס געשריבן.
 
Back
Top