בערך. שטימט?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
בערך. שטימט?
אהה סאוי דאס שטערט זיך, אז ער איז אנטי סאטמאר?לעצטנס די סאטמארע וואס זענען פריער געווען פארקויפט פאר אים, שאקלען זיי זיך פון דארט אפ.
איך מיין צו פרעגן
וואס איז יעצט געשען פון פריש? מ'האט זיך דאך שוין אדורכגעקומען אפאק יאר צוריק מיט אן אפעציעלע שלום?אויף די גאס שמועסט מען אז סטוטשין פון 50 האט גערופן ר' מאטל צו דין תורה אז ער זאל זיך נישט רופן סטוטשין. גייט זיין אינטרעסאנט דאס מיטצוהאלטן.
ר' מאטל רופט זיך תלמידי סטוטשין אנשטאטס חסידי סטוטשין לויט די פאריגע הסכם, יעצט האט זיך עס פאר א דערווייל אומבאקאנטע סיבה צוריק אויפגעפלאקערט און מען איז צוריק אין דין תורהלויט וויאזוי איך ווייס האט מען שוין זיך אדארך געקומען אין מאָטל ריפט זיך נישט סטוטשין
נו פארוואס טאקע דארף ער מצער זיין דעם סטוטשין אייניקעל זאל ער זיך רופען הארימלוב ווי דו שלאגסט פאהר און פארשפאהרען א דין תורה מיט די עלטערע גאליציאנער יידן און שלום על ישראלכ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת אבער בכלליות איז די יארן לאנגע רייבעריי גאר מאדנע.
בנוהג שבעולם ווען מ'קריגט זיך אויף א ברענד נאמען איז עס ווערט געלט אדער חסידים וכיו"ב. למשל באבוב'ע חסידים ווילן זיך אנגעהערן קיין באבוב דווקא, און אויב וואלט בי"ד געצווינגן פאר איין זייט זיך צו אויפהערן רופן וואלט עס גמיינט א ערנסטע פארלוסט.
משא"כ דא, נניח אז האדמו"ר רבי מאטיל דארף זיך אויפהערן רופן סטוטשין גייט ער לכאורה נישט פארלירן אפילו איין חסיד, אדער דאלער, אפגערעדט פון רוב רובו פון זיינע חסידים וואס זענען בכלל נישט קיין סטוטשינע חסידים מבית אבותם, מצידם קען ער זיך רופן הארימלוב אדער סיי וועלכע נאמען, זיי קומען צום גברא הנקרא ר' מאטל נישט צו זיין ברענד. ס'איז באמת מאדנע זיין רצון זיך צו רופן סטוטשין.
מאידך, די האס פון חצר האדמו"ר רבי אליעזר איז אויך זייער מאדנע, מילד גערעדט. ווארום אפילו אויב זאלן זיי מצליח זיין אז רבי מאטל זאל אויפהערן זיך צו באנוצן מיט'ן נאמען סטוטשין גייט ער גארנישט פארדינען זאכליך דערפון, קיינער פון ר' מאטל'ס חסידים גייען נישט אריבערקומען צו אים, זיי זענען בכלל נישט געקומען מעיקרא וועגן די ברענד סטוטשין, וכנ"ל.
אלזא, לכאורה איז עס אפאר עלטערע גאליציאנע חברה, מיט זעלטענע מידות וואס זוכן צו קאכן 5 קאשע, ונראה מה יהיו חלומותם.
מחלוקת ברענגט געלט. און פרסום.נו פארוואס טאקע דארף ער מצער זיין דעם סטוטשין אייניקעל זאל ער זיך רופען הארימלוב ווי דו שלאגסט פאהר און פארשפאהרען א דין תורה מיט די עלטערע גאליציאנער יידן און שלום על ישראל
כ'פארשטיי טאקע נישט. אבער כ'פארשטיי אויך דעם אייניקל כאשר הארכתי לעיל.נו פארוואס טאקע דארף ער מצער זיין דעם סטוטשין אייניקעל זאל ער זיך רופען הארימלוב ווי דו שלאגסט פאהר און פארשפאהרען א דין תורה מיט די עלטערע גאליציאנער יידן און שלום על ישראל
ר' מאטל רופט זיך תלמידי סטוטשין אנשטאטס חסידי סטוטשין לויט די פאריגע הסכם, יעצט האט זיך עס פאר א דערווייל אומבאקאנטע סיבה צוריק אויפגעפלאקערט און מען איז צוריק אין דין תורה
דא האט איר א לינק צו קאווע שטיבל ווען די ערשטע הסכם איז געשען
היסטארישער שלום אין סטוטשין! - קאווע שטיבל
איך ווייס נישט צו דאס איז א פאשקעוויל אדער אמת. אבער ר' מאטל זילבער גייט צום כותל, בפרהסי' קעגן סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע'ס איסור (רחמנא ליצלן מהאי דעתא, שומו שמים!). און ער זיצט דארטן אפ ביי די ציונים אגאנץ זומער אנשטאט גיין אין קאנטרי ווי רוב כלל ישרא'. מילא דאס אז ער זיצט אפ ביי די ציונים אגאנץ זומער, אבער ער גייט נישט אין קאנטרי?! ווי ווייט קען א איד פאלן?!
פורים ביי מאטל זילבער איז ס'מערסטע אינטערסאנט פון א גאנץ יאר. ווערט געזעהן דא טאנצן רעכטס, מיט'ן צווייטן בארא פארק'ן משפיע ר' בנימין אייזנבערגער שליט''א לינקס.
ר' מאטל זילבער הייסט רבי מרדכי מנשה זילבער, ער איז געבוירן ג' אלול תשי"א, ער איז דער רבי פון קהל תולדות יהודה סטיטשין אין בארא פארק אויף די 60גער גאס ביי 16 עוועניו ביים גרעניץ צו בענסנהוירסט. דער שוהל איז א פרעכטיג הערליך געביידע, נתנדב דורך זיין מאמע'ס ברודערס די באבובע רייכע שארף פאמיליע. די שארף'ס זענען זיינע קרובים, אבער נישט פעטער'ס.
ער האט אסך חסידים ואוהדים תלמידים און סתם עמך אידן וואס הערן אים אויס אנליין אויף קול הלשון און וואצעפ פון איבעראל איבער די גארער וועלט. אויסער דעם צענטראלן שוהל אין בארא פארק, האבן זיינע חסידים געעפנט שטיבלעך אין אלע געגענטער ארום די גארער וועלט אוואו עס וואונען נאר חסידישע אידן. וויליאמסבורג מאנדרוי מאנסי פלעטבוש וכדו' ווי אויך אין אייראפע און אין ארה''ק.
ער האט געלערנט אין ישיבת תורה ודעת אוואו זיין משגיח פון ישיבה הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאהן, רב פון ביהמ"ד אמונת ישרא' בבארא פארק דאן קענזינגאטן, האט אים גענומען פאר א איידעם.
View attachment 7284
מאטל נעמט א טאלער אדער משקה פונעם משיח שקר פון קראונהייטס וואס לעבט נאך ערגעץ ווי אין א עזה טונעל למטה מעשרה טפחים יחי לחיים תיכף ומיד ממ''ש דידן נצח...!
מאטל זייענדיג א בעל בתיש קינד, אבער אויך א מבקש, און א גוט קעפל, פול מיט ענערגיע, איז געווען דער 'משה גאבע' ביים פריערדיגן סטיטשינער רבי, כאטשיג ר' מאטל האט ארויסגעהאלפן אין שטוב און דעם רב, איז ער קיין גבאי נישט געווען (ר' יהודה'לע האט נישט פארטראגן זיין שלימזלות). גבאים זענען געווען ר' מענדל ליפשיץ און ר' העשיל מאנדל. ער איז אן אייניקל ביי די באבובע רייכע שארף משפחה, מילא האט ער אין זיין לעבן נישט געדארפט ארבייטן פאר פרנסה. ווי געשריבן פריער איז ער נישט קיין אייניקל פון קיין רייכע שארף משפחה, אנפאנג האט זיין טאטע ר' שמחה געארבעט מצאת החמה עד צאת הנשמה פאר פרנסה, ר' יהודה'לע סטיטשינער האט אפי' געהייסן ר' מאטל גיין ארבעטן אין זיין טאטן'ס ביזנעס, נאך איין טאג האט זיך ר' שמחה געבעטן ביי ר' יהודה'לע זאל אים פריילאזן און אים לאזן גיין לערנען. שפעטער האט ר' שמחה שוין יא געהאט שיין פרנסה, און ער האט אויסגעהאלטן ר' מאטל. ער איז געווארן אן איידעם ביי די 'מוניס' קולט פירער ר' משה וואלפסאהן א ליטפאק וואס איז געווארן א חב''דסקער חסיד. און א אייגן רבי. וואס קיינער אין חב''ד פירט זיך נישט ברביסטעווע, טאקע נאר דער מוני לידער מיט זיין איידעם מאטל זילבער. אמונת ישרא' האט געהייסן 'מוניס' צוליב נאך עפעס א קריסטליכע קולט, וואס האט אזוי געהייסן, יענע צייט, וואס איז געווען שטארק פאפולער, אין די 60ער יארן אין אמעריקע, ווען דער וואלפסאהן האט זיך אויפגעריסן אלץ רבי אין בארא פארק.
מאטל האלט פון חב''ד, בעיקר 'ביטול היש', זיך צו פירן מאדנע, שפעטער שרייבט שמייכל אז ר' מאטל האלט אז מ'דארף זיך פירן נארמאל, קשיא שמייכעל אדשמייכעל... אז מ'זאל הייסן א עובד השם יתברך, כאטש דאן איז געווען די צרות פונעם צאר אין רוסלאנד און שפעטער די צרות פון די קאמוניסטן אונטער סטאלין און שפעטער די צרות פון די נאציס אונטער היטלער, האלט זילבער אז די היינטיגע אמעריקאנע צרות פון פארגרעבטע קאפטיליזם ווי די היימישע אינגעלייט ריעל עסעיט פליפערס און נוירסינג האום טייקאנס, וואס נעמען זייערע חברים אויף רייכע לוקסוסדיגע קרוז שיפן אדער מקומות הקדושים אין טיילאנד קומזיצן מיט עם.בי.די. און זיין זוהן יודל זיי צו מפנק זיין נאקעט אין שוויצן על סיר הבשר אז לא נשתכח דרך הבעל שם טוב. האב איך נישט געכאפט ווי די סענטענס פאנגט זיך אן, און ווי ס'ענדיגט זיך. אבער שוין. ר' מאטל האלט גראדע אויך אז נשתכח דרך הבעש"ט, און דאס וואס אונז האבן איז נאר ספיחין פון די דרך הבעש"ט. אבער וועם גייט אן פאקטן?
איי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע איז נאך געווען אזוי קלוג ווי מאטל זילבער און ער האט יא געהאלטן אז נשתכח דרך הבעל שם טוב? ענטפערט ר' מאטל אז פאר זיינע אינגערישע חסידים וואס זענען געווען על פי רוב מלחמה סורווייווער, נישט געהאט קיין צייט צו לערנען און דאווענען וויל זיי זענען געווען פאריאגט על המחי' ועל הכלכלה, נאר פאר זיי האט חסידות גארנישט געהאט צו פארקויפן, טאקע צוליב דעם וואס רוב רעביס זענען ליידער געווען זייער ציוניסטיש געשטימט דאן. דאס זאגט ר' מאטל אויף די חלק פארוואס סאטמאר רב האט נישט גערעדט פון קיין העכערע זאכן, גארנישט איינגעשטויסן מיט דרך הבעש"ט.
ר' מאטל זילבער שרייט קעגן סאטמאר, אז היינט צוטאגס ווען מ'זעהט שוין איין דעם פאלשן צוזאג פון ציונות, אז זיי הארגענען זיך ארום דארטן אין מיטל מיזרח, מער ווי אייביג בעפאר, איז שוין צייט זיך צו צוריק אויפוועקן צו דעם דרך הבעל שם טוב ווי אמאל אין דער אלטער היים פאר'ן מלחמה. די גרויסע רעביס וואס זענען געווען ציונים, ווי דער חב''דסקער, און נאך, זענען שוין לאנג טויט. על כל פנים מאטל האלט אז דער משיח שקר פון קראוינהייטס איז שוין נישט היינט קיין ניסיון אז אזא נידערטרעכטיגער מיסיאנער, ווי מענדל וועכטער, זאל אהין שלעפן זיינע סאטמערע תלמידים, קעגן זייער מסורה און אייגן רבי'ן אז זיי זאלן ווערן ליידער נארישע ציוניםלעך.
לגופו של ענין, פון דעם פאשקעוויל, איך גלייב נישט אז מאטל זילבער האט געזאגט אז סאטמאר רבי האט נאר פארלאנגט קנאות פון זיין עולם. איך ווייס פון די שובבי''ם וואכן, וואס דער רבי האט יאמערליך תשובה געטאן ברבים, איבער דעם 'חטא הידוע', וואס דאס איז בלויז גראבע סעקסואלע זינד. דאס האט סאטמאר רבי באוויינט אסאך אסאך מער ווי די ציונות זינד.
ווי אויך די חסד פון סאטמאר איגנארירט מען דא, כאילו דאס איז נישט קיין עבודת השם?
האט דען סאטמאר ווייניגער תורה ווי אין חב''ד פון ווי מאטל זילבער קומט?
מאטל רעדט כסדר מיט די ברילן אויפ'ן שפיץ נאז כדי ער זאל נישט דארפן קוקן אויף זיינע צוהערער אזוי ארום צו קענען רעדן ווילד ''פאני'' בלי בושה און אן ''דיגענטי'' פון 'כבוד הבריות', אלעס כדי ס'זאל זיך הערן אינטערסאנט ''ענטערטעינינג''.
איך האלט אז דער סאטמער עולם וואס ווייסט פון מאטל זילבער צו זאגן זענען בעיקר די בארא פארקע אהרונים, זיי זאלן זיך טאקע אפלאזן פון קנאות, ווייל זיי זענען פיל ארגער פון די ציונים, זיי זאלן זיך יא צוהערן צו מאטל זילבער'ן, צו אויפהערן האקן אויף ציונות, און אנהייבן דינען השם יתברך.
די איבעריגע סאטמערע חסידים וואס זענען קעגן ציונות, ווי די זאליס בני יוא' ונטורי קרתא, זענען פיהל גרעסערע עובדי השם יתברך, ווי מאטל זילבער אליינס, צוזאמען מיט זיינע אלע שווענץ.
קנאות איז א חלק פון עבודת השם יתברך, פונקט ווי סיי יעדער אנדערער משוגעת, וואס מאטל זילבער פארלאנגט פון זיינע חברה, וואס ער רופט אן עבודת השם יתברך; פאריגער וואך האבן מיר געלייענט, פרשת פינחס, אין די תורה הקדושה; מאטל זילבער איז דאס דען נישט גורס? איי שפעטער שטייט אז ר' מאטל איז א גרויסער קנאי, קשיא שמייכעל אדשמייכעל
גראדע איז ר' מאטל נישט נאר א חב''דסקער, נאר אויך א ברסלבער, און בכלל קאכט ער זיך אין קבלה מער ווי יעדן חסידישן איד, דאס האט ער מסתם גענומען פון זידיטשוב קאמארנע, ער פלעגט גיין מיט זיינע חסידים איינמאל א יאר קיין טאהש. ער האט דארטן אנגעהויבן דעם מנהג פון טאנצן ביי לכה דודי שבת ביינאכט ארום דעם באלעמער טאנצן ארום די באלעמער איז נאר אין א"י אדער א יו"ט'דיגע שבת דוכט זיך טאהשער רבי האט דאס נישט געטאן אבער זינט ר' מאטל האט דארטן געמאכט לעבעדיג, האבן זיי דאס שוין אויך געטאן. איך ווייס נישט צו היינט אין טאהש טאנצט מען ארום דעם באלעמער מסתם שוין נישט ווייל עס איז דאך א ריזיגע שוהל, מקען נישט טאנצן מיט אזויפיל מענטשן.
View attachment 7286
מאטל'ס 'משה גאבע' דער קומענדיגער סטיטשינער רבי ו''פאני'' משפיע, לייביש ליש, ער שרייט היינט אויף יעדן רובאשקין סטיל מסיבה, און איז א מלמד תשב''ר דורכ'ן טאג, דעריבער שרייבט ער אין אלע קינדערישע מאגאזינען וועכנטליך, סיפורי צדיקים בעיקר פון זיין רבי'ן ר' מאטל זילבער.
ווי אויך האט ר' מאטל זילבער גאר אסאך זאכן פון סאטמאר גופא; קודם כל איז ער א געוואלדיגער קנאי, ער איז דער איינציגסטער משפיע ביי כלל ישרא' וואס האקט אפען אויף די גרעסטע רביס בדורינו אלו, א שטייגער, ווי אויף דעם אהרוני מקרי, און זיינע שוואגערס, די בעלזער בער ומענדאלע הגר המצרי דער שוואנץ! ער האט נישט מורא פון קיינעם! אויב ער הערט אן עוולה, יהי' מי שיהי' וועט ער יענעם באשמוצן ביי זיין שלוש סעודות תורה. ווי אויך טוהט ער נאכטאן נאך סאטמערע מנהגים, ווי לאנגע נענועים הושענא רבה, והקפות בשמחת תורה. בכלל זאגט מאטל נאך א געוואלד תורות פון סאטמאר, אן אן אויפהער, מער פון יעדן אנדערן צדיק.
רוב פון זיינע הייסע חסידים, דהיינו די חבורה אין בארא פארק, זענען בעלי מדריגה, כולל אינגעלייט, אדער בעלי בתים וואס זענען נישט מעורב בין הבריות, אזאלכע עובדים, אמאליגע יושבים פון בעלז. גראדע פארלאנגט ר' מאטל אויך צו זיין נארמאל, נישט פליען אין הימל, זיינע פשוטע 'מסילת ישרים' שיעורים איז ס'מערסטע מיטגעהאלטן אויף 'קול הלשון', נישט די טיפזיניגע חסידות שיעורים, פאר געהויבענע סעלעקטירטע יראי שמים מרובים.
ר' מאטל זילבער דינט היינט צוטאגס ווי די גרעסטע חסידישע רבי, ווייל זייער אסאך מבקשי ה' קלעבן זיך צו אים. מסתם ''אפ דעהר'' צוזאמן מיט ר' מיילעך בידערמאן און דער גורער צבי מאיר זילבערבערג; נאר די לעצטע 2 וועלן קיינמאל נישט וויי טאהן א פליג, ווי ר' מאטל דער חב''ד'סקער שארפער חסיד; מילא וועלן זיי קיינמאל נישט האבן א אייגן שנירל אינעם 'אנשי שם' פארום אויפ'ן 'קרעמל' וועב-סייט... וחבל!
דער סטריקאווער רבי האט גיטייטשט על שלשה דברים העולם עומד על דין על אמת ועל שלום , מיט די דריי זאכען שטייט די וועלט אויף א סטענדסטיל גארנישט ווערד נולד -אז מען וויל עס זאל זיך געבן א שאקעל עס זאל זיין חידושים ,דארף מען מחלוקת
הה"ד אויף שלום שטייט די וועלט, אויף מחלוקת בויעט זיך די וועלטדער סטריקאווער רבי האט גיטייטשט על שלשה דברים העולם עומד על דין על אמת ועל שלום , מיט די דריי זאכען שטייט די וועלט אויף א סטענדסטיל גארנישט ווערד נולד -אז מען וויל עס זאל זיך געבן א שאקעל עס זאל זיין חידושים ,דארף מען מחלוקת