רבינו הגדול והקדוש הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
240
רעאקציע ראטע
834
פונקטן
113
חלק א': זיין יוגנט און זיין קשר צו חב"ד

1749581419220.png

די אור גדול פון רבי אביגדור האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט, מיט בערך 125 יאר צוריק אין באלטימאר. געבוירן צו רוסישע אימיגראנטן עלטערן, זייער ארים אבער גאר פרום. דער טאטע איז געווען א קצב, געהאקט פלייש פאר פרנסה. אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז ער איז געווען זייער א חשובער איד, ווייל דאן אין יענער צייט צו בלייבן פרום האט געמיינט מסירת נפש. ר' אביגדור רעדט נישט צופיהל ארום פון זיין טאטע, א. ווייל ער איז נישט קיין בנש"ק רעביש קינד וואס פארופט זיך אויף זכות אבות און ב. רבי אביגדור איז געווען זייער א פריוואטער מענטש, ער רעדט נישט פון זיך קיין איין ווארט נישט קיינמאל. הגם אסאך מעשיות אויף גדולי ישרא' פלעגט מען וויסן אז ער רעדט פון זיך אבער ער האט דאס אנגעלייגט אויף אן אנדערן.

בלויז איין ווארט איז יא דא פון ר' אביגדור אויף זיין פאטער, אז א בוך א ספר מוז האבן 2 דעקלעך, וואס אויב איין דעקל פאלט אוועק, צעפאלט דאס גאנצער ספר, אזוי אויך א משפחה דארף 2 עלטערן, אז נישט קענען נישט די קינדער אויסוואקסן געהעריג. מיר האבן דאס פארשטאנען אז וועגן דעם איז ר' אביגדור אויסגעוואקסן ר' אביגדור צוליב זיין טאטע און מאמע וואס זענען געווען דא פאר אים אייביג ביידע צוזאמען ווי א ספר, די משל וואס ער געט אן.

דער קליינער אביגדור איז געגאנגען אין פובליק סקול, ער האט נאכגעזאגט פון קינדווייז אן אויף א טיטשערקע א שיקסע, אז אייביג האט זי אים אריינגעגעבן די שמחת החיים אין לייף! שטענדיג געדענקט ער איר גרויסע ענטוזיאסטישע ברייטע 'שמייכעל' פון די 'גוט מארגן' גריס צו אים יעדן טאג ווען ער איז אנגעקומען דארטן אין סקול. ער האט געזאגט שטענדיג אז ער האט פאר איר א געוואלדיגער הכרת הטוב פאר'ן אויפבויען זיין יסוד אין לעבן צו זיין שטענדיג פרייליך גוטמוטיג און לוסטיג אפי' אין די שווערסטע צייטן זאל מען זיך מאכן פאלשערהייט שמייכלען און צווינגען צו ארויסווייזן א סבר פנים יפות!

דערנאך איז ער געגאנגען אין אפאר היברו דעי סקולס נאכמיטאג און זונטאגס ווי מ'האט אים פון איבעראל ארויסגעווארפן לויט זיין עדות. נישט ווייל ער האט נישט מיטגעהאלטן, נאר ווייל ער איז געווען א מחוצף, צו ווילד, צו סתם אזוי נישט זיך צושטעלנדיג צו סדרים, אדער קען זיין ווייל, ווי ער פלעגט אייביג זאגן, אז זיין טאטע איז געווען זייער ארים, פשוט נישט געהאט געלט צו צאלן שכר לימוד, איך ווייס נישט פונקליך די סיבה. דאס אבער האט ער יא קלאר עדות געזאגט אז ער האט בעסער געלערנט די לימודי קודש ווי יעדן איינעם.

ער איז געווען לויט אים זייער א שטילער איינגעהאלטענער מענטש אייביג, דעריבער האט ער זיך געצווינגען צו ווערן א ראביי פון אלץ אינגערמאן, ווייל ער האט געוואלט מאכן אזא תשובת המשקל גיין פונקט פארקעט פון זיין תכונת הנפש, עקסטרעם "פאולער אפאזיט" זיך צו ברעכן זיינע מידות מגונות פון זיין א אינטראווערט שטיל און באשיידן. דהיינו ס'האט אים נישט געפאסט צו רעדן צו קיינעם, האט ער זיך געצווינגען צו זיין א רב כדי צו מוזן רעדן צו מענטשן.

ער איז דערנאך געווען א רב דא אין יאנג איזראעל פאר לאנגע יארן, קודם אין טשעלסי מאסעטשוסעס, אזא סובארב נעבן באסטן, דערנאך אין איסט פלעטבוש ברוקלין ניו יארק. דערנאך ווען דארטן איז געווארן אויסגעשפילט פון ווייסע איינוואוינער האט ער געפענט זיין אייגענע קהילה על שם זיין טאטע, און דאס א נאמען געגעבן בית ישרא' תורה סענטער, אזא בית מדרש קעגן איבער מירער ישיבה אויף אוישן פארקוועי צווישן עוועניוס אר. און עס. רוב פון די מתפללים זענען געווען זיינע מתפללים פון יאנג איזראעל וואס האבן מיט אים מיטגעמופט אהין.

ער איז געווען אביסל מער פון צוואנציג יאר א משגיח אין ישיבת חיים בערלין, דאן איז דאס נאך נישט געווען אין פלעטבוש נאר אין בראנסוויל, די ירושלים דאמעריקע יענע יארן, אויף פיטקין עוועניו די הויפט גאס. היינט איז דאס ריזיגע פראזשעקטס פאר ארימע איינוואוינער אבער חב"ד ליובאוויטש אינגע פאמיליעס פון קרוין הייסט באנייען די געגנט דארטן צוריק. נישט נאר בראנסוויל נאר אויך איסט פלעטבוש א געגנט נעבן בראנסוויל אין קרוין הייטס ווי טאקע ר' אביגדור'ס אלטער שוהל איז געווארן איצט איבערגעפרישט אלץ א חב"ד שוהל!

די קשר צווישן ר' אביגדור'ן מיט חב"ד גייט צוריק איבער הונדערט יאר, ווען דער קליינער אביגדור'ל האט זיך צוגעשארט צום רב פון זיין טאטענ'ס רוסישע קהילה נוסח אר"י מנין ווי דער רב איז געווען דא א 'שליח' פון ר' יוסף יצחק פאר די מלחמה פון דערהיים ליובאוויטש גופא, ער האט געהייסן רבי אברהם אלי' אקסלעראד זצ"ל. ער האט איבערגעלאזט זיין משפחה און קינדער אין די אלטע היים, מסתם זענען זיי שוין געווען אלע חתונה געהאט, און געווארן א רב אין באלטימאר פאר די רוסישע אימיגראנטן. ער האט דארטן פארגעלערנט משניות, אבער פאר'ן קליינעם אביגדור'ל האט ער פארגעלערט גמרא. געווען זיין איינציגער תלמיד ווי א חברותא זיי האבן געלערנט מסכת ראש השנה משך פון 2 יאר, זאגט רבי אביגדור אויף טעיפ. אבער ר' אביגדור האט מעיד געווען אז די חברותא'שאפט, כאטש ס'האט אנגעהאלטן בלויז 2 יאר, האט אים געראטעוועט צו אידישקייט. ווי ס'רוב פון זיינע חברים זענען אלע געווארן אסימילירט אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ שפעטער.

דעריבער ווען מ'האט געפרעגט רבי אביגדור פארוואס ער שטעלט זיך נישט צו צו הרב ש"ך און סאטמאר קעגן חב"ד האט ער דאס נאך פארציילט אז זיין גאנצער אידישקייט איז צו פארדאנקן חב"ד ליובאוויטש דורך זייער שליח דאן הרב אקסלעראד זצ"ל.

מ'האט אים געפרעגט פארוואס באדערט אים נישט אז ליובאוויטשער רבי האט זיך ערקלערט אלץ משיח שקר? זאגט ער אז נאר א כהן ווי אים אליינס (ר' אביגדור איז געווען א כהן) קאן נישט זיין משיח אבער ליובאוויטשער רבי קען יא זיין משיח.

רבי אביגדור פלעגט אייביג אויסרימען ליובאוויטשער רבי צוזאמען מיט אנדערע גדולי ישרא'; די ליובאוויטשער איז געווען ביי אים א אוהב ישרא', דער סיגוטער דער בייראך מוישע א עניו, און ר' שלמה באבובער א רעבי, וואהטעווער דעהט מיענס... די 3 אידן פלעגט ער דאס מערסטע רימען און אויסזינגען, איך ווייס נישט פארוואס, איך בין משער ווייל ער האט געזען סאטמערע חסידים ביי זיינע שיעורים מיט באבובע היטן און ער האט געוויסט אז מיר האבן פיינט ליובאוויטש... אבער דאס איז בלויז מיין השערה. הגם ער האט גערעדט פון אלע גדולי ישרא' זייערע מעלות, איז ער אליינס נישט געגאנגען צו קיינעם נישט אבער געזאגט אז ער האלט פון זיי עולמות. אחוץ סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע וואס ער איז יא געגאנגען עטליכע מאל, סיי פריוואט ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן, און סיי צו זיינע הקפות, ווי ער האט אריין שפאצירט פון איסט פלעטבוש, ווי מיר וועלן באלד מער באשרייבן.

ער האט אונז אויפגעפאדערט צו גיין איבעראל, כאטש ער אליינס איז נישט געגאנגען דארטן, ווי למשל; צו די דף היומי סיום הש"ס כאטש זיי זענען אגודיסטן, צו די בעלזע חתונה פון אהרן מרדכי, כאטש זייער רבי [ר'] בערל רוקח האט זיך מתחצף געווען קעגן סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי"ע פון וועמען רבי אביגדור האט געהאלטן ווי פון פייער און איז צו אים געגאנגען זיך ווייקן ווי מיר וועלן באלד באשרייבן. ווי אויך צו די כ"א כסליו מסיבות, וכו' - ער האט דאס געבעטן, געפאדערט פון אונז שטענדיג, זאגנדיג אז ווי מער אידן ריבוי עם איז דא מער קדושה יראת שמים - אבער דאס איז געפאלן אויף מיר על כל פנים ווי אויף טויבע אויערן. ווייל איך האב אים אנגקוקט ווי א היפאקריט אז פארוואס גייט ער נישט אליינס, פארוואס שיקט ער מיך נאר?

פון הרה"ח ר' חיים שניצלער הי"ו, טשאבא רב'ס זוהן אין וויליאמסבורג, האב איך אמאל געהערט א פשט אויף די אויבן דערמאנטע קושיא, אז רבי אביגדור האט אמאל געזאגט פאר די אייניקלעך און פאר די נאנטע מענטשן זיינע אז זינט די זיבעציג יאר האט ער מער נישט קיין צייט ווי בעפאר, ער גרייט זיך צו זיין יום המיתה, ער דארף חזר'ן מסכתות הש"ס פאר'ן גרויסן פארהער נאך זיין פטירה. איך פארשטיי דאס נישט, ווייל ביי ר' אביגדור איז די אלע זאכן געווען תורה פונקט ווי ש"ס. אבער ר' חיים איז געווען זיינס א נאנטער מענטש, ער האט דאס יא פארשטאנען. קען זיין ר' אביגדור איז אזויפיל געגאנגען צו פריערדיגע כינוסים פון ערליכע אידן און צו גדולי ישרא' אז ער האט שוין נישט געמוזט גיין מער.

פון אן אייניקל הרה"ג רבי ישרא' ברוג שליט"א ראש ישיבת תפארת אביגדור נעבן טעלז אין קליפוואוד-הייטס, א סובארב אין קליבלאנד אוהייא, Beautiful Words Of Torah | Sichos Yisroel האב איך געהערט ביי ערשטן יארצייט סעודה אויף ר' אביגדור זיין זיידע אין בית המדרש לעמבערג פון הגאון החסיד רבי אברהם שלמה יאווא שליט"א (די טאטע פון נחי די פאדקעסטער) א מורא'דיגע געשיכטע וואס דאס טוהט פארענטפערן די פליאה פון ר' אביגדור וויאזוי איז מעגליך ער זאל פארלאנגען פון יענעם א זאך וואס ער טוהט אליינס נישט?

זייענדיג אן אנגעשטעלטער ראביי ביי די אלוועלטליכע יאנג איזראעל באוועגונג, האט ער געמוזט גיין צו זייערע רבנישע קאנפערענצן און מיטינגען. איינמאל האט מען דארטן גערעדט קעגן ר' אהרן קאטלער, אז ער ברענגט אהער קיין אמעריקע די ישיבה'שע גייסט קעגן קאלעזש עדיושקעישן, מ'זאל זיין בטלנים די קינדער. זיי האבן געבטן דארטן מ'זאל נישט לאזן מאכן קיינע אפיעלס פאר לעיקוואדער ישיבה אין די יאנג איזראעל בתי מדרשים. ר' אביגדור, זייענדיג אליינס א בן ישיבה, האט זייער היציג רעאגירט דארטן. ר' אביגדור אליינס פלעגט רעדן פון דעם אסאך. אבער אין אדם משים עצמו רשע, איך וויל דאס נישט איבער פארציילן. הקיצור ער האט זיך אויפגעפירט ווי א קנאי, געטאן א זאך וואס מ'טאר נישט נאכזאגן. על כל פנים איך אלץ א פרעמדער טאר דאס נישט מקבל זיין לשון הרע.

אבער די אויבנדערמאנטע אנעקדאט מפי רבי אביגדור אליינס און פון זיין אייניקל ווארפט אויף מיר אסאך ליכט אויף די פליאה פארוואס ר' אביגדור איז מער נישט געגאנגען צו קיין גרויסע פארזאמלונגען פון כלל ישרא'. נעמליך אז איך טראכט טאמער וועט ער הערן אדער צוזעהן אן עוולה ווערט ער נאכמאל מוזן מוחה זיין ווי דאן!... איי וואס איז דער פראבלעם? מען מוז דאך מוחה זיין אויף עוולות? אבער זעהט אויס אז ער איז שוין געווען צו שוואך צו געווינען די מחאה, און ווי פאפא רב זאל זיין געזונט האט מיר אמאל פערזענליך געזאגט אז 'אל תוכח לץ', מיינט נישט נאר א לץ, נאר יעדע מחאה וואס מ'וועט נישט אננעמען, עס וועט פאלן אויף טויבע אויערן, איז אויך בגדר 'אל תוכח להן'! ווייל דו אליינס וועסט זיין די לץ, ווייל דו וועסט גורם זיין אנדערע צו אפלאכן און זיין קאלט פון אידישקייט אינגאנצן! מילא איז בעסער צו פארהוילן זיך פון די גאנצע פרשה, און זיך מאכן כאילו מ'ווייסט נישט פון די עוולה בכלל.

פאר ווער עס ווייסט, איז רבי יעקב יחזקי' גרינוואלד שליט"א גאר א גרויסער קנאי אבער ער שפילט אויך תמימות'דיג אז ער פארשטייט נישט גארנישט, אזש אז אהרן טייטלבוים האט אים צונאר געלייגט ביי די פרשה פון ר' שמוא' אויערבאך'ס גיוס מערכה זאגנדיג אויף טעיפ "פאפא רב איר זענט דאך א קלוגער איד...!"

עניוועיס צוריק צו רב מילער; דאס איז מיין השערה פארוואס ער האט נישט געטארט גיין אין פובליק פלעצער מוחה זיין; אבער אונז האט ער יא געשיקט.

איך אליינס בין טאקע געווארן אמאל פארשעמט צוליב ר' אביגדור, דער פאשקעוויל פאר די גוים האט מיך מיאוס באשמוצט, אויפ'ן 'פראנט פעידזש' פונעם 'ניו יארק פאוסט' האט מען מיך געזען מוחה זיין, צוזאמען מיט קאשוי חסידים, קעגן מעיאר רודי זשוליאני, אויף א געוויסער חוק של תועבה דאן אין סיטי האלל. מיט זייער א שמוציג קעפל ליידער, איך שעם זיך טאקע זייער דערפון, עד היום הזה ווען איך שרייב די שורות, אבער אז א רבי הייסט גיין, מוז מען ליידן בושות; איך האף האבן אפגעקומען אביסל גיהנם אויף מיינע עבירות און חטאים.

איך האב דאן געפרעגט נאך אסאך רבנים יעדער האט מיטגעשטימט, אחוץ טאקע פאפא רב שליט"א, וואס האט מיר געזאגט דעם אויבן דערמאנטן טייטש אויף אל תוכח לץ. אבער בערך 30 אנדערע רבנים, ס'רוב פון סאטמאר, האבן מיר געשטיצט צו פאלגן הרב מילער'ן!
 
חלק ב': זיין סאטמערע קנאות ותורת המוסר מסלובודקא דהיינו 'גדלות האדם'!

1749582223402.png


רבי אביגדור איז געווארן א מאדערן-ארטאדאקס תלמיד פון וויי. יו. ישיבה אוניווערסיטעט. דאן איז נאך נישט געווען קיין חרדים דאהי, און די גאר מאדערנע ערוואקסענע בחורים זענען געגאנגען היטן אבער נישט שווארץ און נישט בערד. רבי משה סאלאוויטשיק ז"ל, דער בית הלוי'ס זוהן און שפעטערדיגער בריסקער רב, ר' וועלוול'ס ברודער און זשעי.בי.'ס פאטער, איז געווען זיין ראש ישיבה דאן. ר' אביגדור דערמאנט אים קיינמאל ווייל ר' משה איז געווען מער א למדן א חריף, נישט עוסק געווען אין השקפה, און ר' אביגדור רעדט בלויז השקפה אויף די ליל שישי מוסר שמועסן טעיפס וואס איז באקאנט. קאן זיין אז ביי די אנדערע שיעורים - ר' אביגדור פלעגט האבן 36 שיעורים א וואך, גמרא נ"ך מוסר ספרים על פי סדר וכו' - דערמאנט ער יא זיין רבי'ן ר' משה, איך בין קיינמאל נישט געווען דארטן דערביי צו וויסן, איך פלעג נאר גיין פאר בערך צעהן יאר צו ר' אביגדור'ס דאנערשטיג נאכט שיעורי מוסר.

ר' אביגדור האט געהאט איין שטריך פון די מוסר אפטיילונגען, נישט קעלם, נישט נארווארדהאק, נישט ווי די חפץ חיים, נאר ווי סלאבאדקע. ווי אויך איז ער געווען א געוואלדיגער קנאי, א שטייגער ווי די איצטיגע תלמידים פון ר' שמוא' אויערבאך ז"ל, דהיינו נישט קיין סאטמערע חסידים, אבער האלטן זיך נאנט צו סאטמאר און קאכן זיך אין קנאות קעגן ציונות און אלע אנדערע זאכן וואס זיי האלטן אז דאס איז נגד התורה, בלי פחד ובלי מורא. ער האט געקענט האקן אויף סאטמאר כאטש ער האט זיי מער גערימט, ווי צום ביישפיל פאר די וואוטס פאר קואמא און קאטש, האט ער זיי באשמוצט אפענערהייט אז זיי טוען דאס בלויז פאר געלט! ר' חיים פלאהר שליט"א טוט דאס איצט מיט די זאליס, טענה'דיג אז וויבאלד זיי באקומען אזויפיל געלט דעריבער גייט מען איין אויף פשרות דורך פוירל'ס. ער איז דאך אויך א ליטווישער סאטמוירי, פון די מלאכים וואס איז א תלמיד פון ר' ראובן גרוזאבסקי ז"ל, אבער א פייערדיגער חסיד פון בעל ויוא' משה זי"ע.

ר' אביגדור האט איבערגעלאזט צוואה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך אז "ער פארלאנגט נישט גארנישט פון זיי ווייל ביים לעבן האט ער אויך נישט גארנישט קיינמאל פארלאנגט פון זיי, אבער ער עצה'ט זיי צו זיין פרייליך שטענדיג און דאנקען הקב"ה אייביג נאכאנאנד בלי הפסק, און אז מ'זאל רעדן אין שטוב בלויז אידיש ווי ער האט גערעדט צו זיי בחייו, און אז מ'זאל זיך האלטן נאנט צו ערליכע אידן ובפרט חסידי סאטמאר". זיי האלטן דאס איין ערליך, זיי גייען צו זאלי און דעם אהרוני אויף שבתים וימים טובים זיך ווייקן דארטן.

וועט איר פרעגן וואס איז די שיטת סלובודקא אנדערש און מער געניאל פון אנדערע שיטות המוסר? דאס איז בעיקר 'גדלות האדם', אויף ענגליש קען מען דאס אנרופן 'סעלף דיגניטי'. דהיינו, זיך אליינס שעצן, זיך אליינס ליב האבן, זיך אליינס גרויס האלטן, אין קורצן אויף איין פיס.

אנדערש ווי אין נאווארדוהוק וואס איז געווען בעיקר 'ביטול היש', זיך נאריש מאכן כדי אראפקלאפן דעם אייגענעם גאווה, אדער ווי די חפץ חיים וואס איז געווען בעיקר קעגן לשון הרע און אנדערע זאכן ווי הלכה און חסד וכו', אדער ווי אין קעלם וואס מ'האט געארבייט סיסטעמאטיש אויף אלע מדות ווי כעס גאווה און אזוי ווייטער, האט סלאבאדקע זיך געקאכט אין כבוד האדם. צלם אלוקים - ר' אביגדור פלעגט אייביג פראקטיצירן מיט אונז אינמיטן זיין מוסר שמועס, אז מ'זאל זיך אויסדרייען איינער צום אנדערן די שכנים ווי מ'זיצט אין שוהל, נישט קוקן אויף אים, נאר "שמייכלען" איינער צום אנדערן אזוי פאר א גוטע לאנגע מינוט וואס מיר האבן געמיינט מיר שפרינגען פון די הויט, ווייל אפט מאל האב איך זיך געהאט צעשלאגן מיט דעם שכן איבער נארישקייטן און דא מוז איך צו אים שמייכלען, אז נישט מוז איך ארויסגיין פון דא...

ר' אביגדור האט געהאלטן אז מען פאפט זיך אז מ'זאגט מ'האט ליב דעם אייבערשטן אבער א חבר א שכן דאס ווייב און טאטע מאמע האט מען נישט ליב. ער האט געגעבן דעם משל פונעם פרומען כולל אינגערמאן כניאק וואס קומט אהיים פון שחרית, איילט זיך צום כולל, עסט אפ פרישטיג, שרייט הויך ביי ברכת המזון, שאקלט זיך פון דא ביז קאנארסי מיט כוונה, אבער פאר'ן ווייב האט ער פארגעסן צו דאנקען פאר'ן פיינעם פרישטיג; אזא מענטש איז גאר א כופר בעיקר! ער גלייבט נישט אין קיין ג-ט. ווייל מה-דאך ממה נפשך קל וחומר א בשר ודם וועמען ער זעהט בחושית אז זי טוהט אים אזויפיהל חסד דאנקט ער נישט, זאל ער מיר נישט איינרעדן אז אן אבסטראקטער אמונה'דיגע קאנצעפט וואס ער זעהט נישט און פיהלט נישט - גלייבט ער יא אין זיין חסד...! ער איז נאר א גוטער שקרן.

סלאבאדקע האט געהאלטן אז אויב מען שעצט זיך אליינס שעצט מען הקב"ה, וויבאלד מיר זענען סעלפיש, מיר זענען פשוט'ע מענטשן. נאר אויב מען האט ליב א בשר ודם דאן האט מען ליב דעם אייבערשטן. 'עורה כבודי' הייסט איינע פון ר' אביגדור'ס ביכער, דהיינו אז מיר אליינס זענען די כבוד ה', אויב מיר עקטן בכבוד'יג זענען מיר מכבד הקב"ה. אוודאי האט סלאבאדקע אויך אנדערע חלקים, אבער אויף דעם האט מען זיך בעיקר געקאכט, אז מיר זאלן זיך ליבן און שעצן.

אבער אן ארימאן א קראנקער, איינער וואס האט באמת א שווערע לעבן, וויאזוי קען ער זיך שעצן און ליבן?

דא קומט אריין דעם עבודה פון ר' אביגדור וויאזוי זיך צו שעצן וויאזוי זיך צו ליבן!

ער האט גע'טענה'ט אז יעדער איינער, אפי' דער גרעסטער "לוזער", איז א "לאקי בעסטערד". פארוואס?

ווייל די מעטאמאטיקס אויף לייף צו פון שער הבחינה פון חובת הלבבות צו פון עוואלוציע "סורווייוועל אפ די פיטעסט" זאגט אונז אז מיר זענען גליקליך אין לעבן.

יא, אונזער פאריאגטקייט און פארפלאגטקייט פאר געזעלשאפט צו געפעלן פאר זיי, מאכט אונז איגנארירן אונזער גוטער לעבן. דעריבער האט ער געהאלטן און זיך געקאכט און געפאדערט כסדר נישט צו געפעלן פאר קיינעם, נאר צו טראכטן ווי גוט אונזער לעבן איז!

ער פלעגט זיך ארומדרייען מיט עפל קערנדליך אין זיין טאש, זאגנדיג אז ער ציילט דאס ווי א עושר זיינע מיליאנען אין שווייצע באנק.

ער פלעגט דאס שיקן אויף פאסט פאר ווער עס האט אים געבעטן אפאר קערנדליך פון זיין קאלעקשען פון הונדערטע מיני אנדערע עפלעך... ווען ער איז נפטר געווארן האט מען געטראפן פילע זעק מיט אזאלכע קערנדליך.

ווי אויך פלעגט ער פאדערן נישט נאכלויפן מותרות, נאר ענדזשויען וואס מ'האט יא!

ער איז געשלאפן אויף א ברעט די לעצטע דרייסיג יאר פון זיין לעבן אונטערן ליילעך. פאר'ן רביצין האט ער געזאגט אז ער האט געהאט רוקן ווייטאג און א דאקטער האט אים דאס מייעץ געווען.

ער האט געגעסן די זעלבע סאפער פון זיין רביצין די לעצטע פופציג יאר פון זיין לעבן, זאגנדיג אז ער ארבייט נאך צו ענדזשויען יעדן שלונג, יעדן לעפל באזונדער! ער איז קיינמאל נישט "באורד" געווארן פון "פאטעיטעס מיט טשיקן יעדע נאכט, פאר פופציג יאר סטרעיט", האט זיין רביצין עדות געזאגט.

אז מ'לעבט אזוי, קען מען זיין פרייליך און ליב האבן דאס לעבן, האט ר' אביגדור גע'טענה'ט.

און די משפחה האט עדות געזאגט אז ער איז קיינמאל נישט געווען נערוועז, קיינמאל נישט אויפגעהערט צו זיין פרייליך, גוטמוטיג, און שמייכלען א גאנץ לעבן.

ער איז אוועק פון די וועלט אלץ 93 יעריגער אינגערמאן, די אדערן זענען פשוט געווארן שוואך פון אלטקייט, אבער ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום מחלה אויף די וועלט אין זיין גאנץ לעבן! ער איז אוועק מיט אלע זיינע ציין אין טאקט, קיין איין פאלשע ציין נישט!

ווייל א פרייליכער צופרידענער מענטש איז אויך געזונט בגוף, האט ער גע'טענה'ט.

***

האלט מיט א שיעור "לייוו", ווי ר' אביגדור רעדט ארום פון 'נפלאות הבורא', זיין מערסט-גערעדטע טעמע נאך תיקון המידות וקנאות.

מ'זעהט אים דארטן אויפהייבן א עפל קערנדל אין די הייך פאר אלעמען צו זעהן דאס חכמה חן תבונה חסד ודעת דערפון.

View: https://www.youtube.com/watch?v=gx_NgHIBRt4
 
ר' אביגדור פלעגט אייביג פראקטיצירן מיט אונז אינמיטן זיין מוסר שמועס, אז מ'זאל זיך אויסדרייען איינער צום אנדערן די שכנים ווי מ'זיצט אין שיהל. נישט קוקן אויף אים. נאר ''שמייכעלן'' איינער צום אנדערן אזוי פאר א גוטער לאנגער מינוט וואס מיר האבן געמיינט מיר שפרינגן פון די הויט ווייל אפט מאל האב איך זיך געהאט צעשלאגן מיט דעם שכן איבער נארישקייטן און דא מוז איך צו אים שמייכעלען אז נישט מוז איך ארויסגיין פון דא
😂

פון דא קומט דיין ניק "שמייכעל"?
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ג': עיקר תורתו זה 'דרך המוסר', דהיינו די כלליות'דיגע 'הלכות דעות שזה תיקון המידות'

1749585168358.png

הרב הוטנער איז געגאנגען א ספאדיק פאר זיינע תלמידים און אינדערהיים שבתים וימים טובים

אלס לאנג-יעריגער משגיח אין ישיבת 'חיים בערלין' - באלד וועלן מיר פארציילן וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען - איז ער געווען כל כולו פארנומען מיט מוסר, דהיינו ער האט געהאלטן אז דאס איז די גאנצע תורה ועבודת השי"ת פון א איד אויף די וועלט, זיך משלים זיין די מדות. ער האט רעקאמענדירט דעם בוך 'האו טו מעיק פרענדס' פון 'דעיל קאנארגי' כאטש דאס איז בגדר ספרים חיצונים. ער האט געהאלטן אז סברא איז נישט נאר אן אלטערנאטיוו צו קרא, נאר אז קאמאן סענס איז בעפאר תורה! קומט דאך אויס אז א שכל'דיגע ספר איז הייליג, אפי' עס איז געשריבן פון א גוי א מושחת אין פערזענליכן לעבן. ווי דער חובת הלבבות ברענגט אייביג קודם אראפ די שכל און ערשט דערנאך די תנ"ך און ערשט נאכער חז"ל, בזה הסדר.

כ'האב אים אמאל געפרעגט נאך א דאנערשטיג נאכט מוסר שמועס אין פובליק אז אויב אזוי, אז שכל איז הייליגער בעסער און בעפאר תורה, דאן למה לי קרא, פארוואס דארף מען טאקע לערנען תורה? מ'קען זיך דאך זיך פארלאזן אויפ'ן שכל גענצליך אויף יעדע ענין? האט ער מיר גענטפערט זייער קורץ און שארף: אז מיר האבן ליידער אויך א יצר הרע בנוסף צו אונזער יצר טוב דער שכל, וואס קען אונז מטעה זיין צו טאן שלעכטס, זיך איינרעדנדיג אז ס'איז גוט, דעריבער דארפן מיר די תורה צו באלאנצירן אונזער שכל דאס צו העלפן דרייווען אויפ'ן גוטן ריכטונג דעם דרך הישר והטוב.

ער פלעגט נישט זאגן קיינמאל קיינע מוסר שמועסן אין ישיבה, און אפי' נישט רעדן פערזענליך צו קיין איין בחור בין כותלי הישיבה 'חיים בערלין'. אבער ער האט יא געהאט "וועדים" פון תלמידים וואס פלעגן קומען צו אים אהיים. ער האט געזאגט אז אין ישיבה איז בלויז ר' יצחק הוטנער ז"ל דער משפיע, דער דעות זאגער, דער דעת תורה, דער מנהיג, דער רבי - און ער איז נאר די וואטשער, בלויז א "גארד". ער פלעגט שטיין און זיצן מיט זיין שטענדער ביים טיהר פון בית מדרש א גאנצן טאג, מיטהאלטנדיג די שיעורים פון ר' יצחק הוטנער ווי א תלמיד, אזוי ארום אז טאמער א בחור איז אמאל געקומען שפעט האט מען געמוזט דורכגיין זיינע בליקן... ער פלעגט האבן א גמ"ח פון אלע קנסות פון שפעט קומערס און דאס באצאלט חתונה מאכן ארימע בחורים אדער קויפן מלבושים פאר ארימע בחורים.

די חשבונות פון די קנסות איז אויך געווען משוגע אויסגערעכנט, פאר ארימע בחורים א פעני און פאר רייכע בחורים א הונדערטער... אבער קיינמאל נישט גערעדט קיין איבריג ווארט, אויב האט ער פארשטאנען אז א בחור האט א שווערע שטוב אדער יענער דארף גיין אין קאלעזש ממילא קומט ער שפעט צו לימודי קודש האט ער גארנישט געזאגט, נאר פון די גריסן האט מען פארשטאנען צו ער איז ברוגז צו נישט. געפירט די ישיבה בלויז מיט די אויגן. אויב א בחור האט געפרעגט עפעס אין לערנען האט ער געשיקט צום מגיד שיעור, אויב איז די שאלה געווען בהשקפה אין אידישקייט האט ער יענעם געשיקט צו הרב הוטנער'ן.

אבער קיין איינער האט אים נישט געקענט איגנארירן, ווייל ער איז געזעצן שטענדיג ביים טיהר, דארטן געגעסן פרישטיג און לאנטש, געדאווענט דארטן שחרית מנחה ומעריב, און געגריסט יעדן איינעם וואס קומט און גייט, אבער קיין ווארט מער!

איצט צו די מעשה וויאזוי ער איז געווארן משגיח? געווען איז ער דאן רב אין טשעלסי מאסעטשוסעטס, זיינע קינדער זענען שוין געווארן גרויס. דעם זוהן ר' שמוא' ז"ל (א גרויסער תלמיד חכם, שפעטער אליינס ראש ישיבה, אוועק ביי קאוויד צוזאמען מיט זיין רביצין אין עלטער פון פריע אכציג יאר אלט) האט ער געשיקט קיין לעיקוואד לערנען צו ר' אהרן קאטלער'ן ז"ל. זיין זוהן ר' לעיזער ע"ה אוועק פאראיאר אין טיפן עלטער בן תשעים, ער איז געווען דער בכור געבוירן אין סלאבאדקע ווען די טאטע איז דארטן געווען א כולל אינגערמאן, ער איז געווען א גרויסער אקאונטענט - האט ער אליינס געלערנט מיט אים און די 3 טעכטער האבן זיך ליידער גע'חבר'ט מיט גאר מאדערענע אידן און פאלנע גוים, האט ר' אביגדור געשעפשעט א תפילה אז ער זאל קענען אוועקמופן קיין ניו יארק צו א קיבוץ ערליכע אידן, אז זיינע טעכטער זאלן האבן ערליכע חבר'טעס.

אבער ר' אביגדור האט ווייטער געארבייט דארטן אין טשעלסי, אפילו געעפנט אליינס א ישיבה, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג ווייל די עולם דארטן האט נישט געהאלטן דאס ביים שטיצן. ער רעדט אסאך ארום פון יענע יארן. ער רופט דאס אן "די זיסע יארן" ווייל ער האט דאן א סאך געליטן פאר אידישקייט, עס איז אים אנגעקומען זייער זייער שווער זיין לעבן דארטן.

ר' אביגדור פלעגט מוטשען די אינגווארג צו גיין אין ישיבה. ער פלעגט אליינס קאלן און שיקן בריוו פאר הרב הוטנער איבער יעדן בחור זייערע מעלות וחסרונות און וויאזוי צו האנדלען מיט זיי. ער האט זיי דאך געקענט פון געבורט ווייז אן אין זיין שוהל וקהלה.

איינמאל האט א בחור'ל פון ר' אביגדור'ס קהילה געטאן א מעשה שלא יעשה און ר' יצחק האט אים געווארפן! מ'האט אים משלח געווען! באקומט ר' יצחק הוטנער א טעלעפאן קאלל פון ר' אביגדור 'מאי האי'? פארוואס האט מען ארויסגעווארפן זיינ'ס א חסיד פון ישיבה? אז יענער גייט ווערן א גוי גמור.. זאגט ר' יצחק פאר ר' אביגדור, איך בין נישט דן קיין דיני נפשות, ער מאכט איצט אנדערע גוים גמורים, זאל ער גיין פון דא וועט נאר זיין איין גוי. ר' אביגדור טענה'ט און וויינט, אבער ר' יצחק זאגט נישטא וואס צו רעדן, דער בחור איז א שטער פאר אנדערע תלמידים, די גאנצע ישיבה גייט אונטער אויב יענער בחור קומט צוריק! ר' אביגדור וויינט און ברעטשעט אז ר' יצחק טוהט דא עפעס פרא-אקטיוו, נישט פאסיוו, א נפש אחת מישרא' לייגט ר' יצחק בידים צוגרינד, אלעס נאר ווייל ער קען זיך נישט אן עצה געבן מיט אים, צו מעג מען דאס טאן?!

אבער ר' יצחק בשלו, ער ברעכט זיך נישט פאר ר' אביגדור. אבער ווען ער לייגט אראפ דעם טעלפאן נאך דעם הייסע געפעכט, די ביטערע ארגומענט, ווארפט ר' יצחק אריין א ווארט וואס האט געטוישט ר' אביגדור'ס לעבן. איר דארפט פארשטיין אז ביידע - אי ר' אביגדור און אי ר' יצחק - זענען געווען הייסע בעלי מוסר, סלאבאדקע תלמידים. ר' יצחק אסאך עלטער, ער איז נאך געווען א תלמיד פונעם 'אלטער'. ר' אביגדור איז שוין אנגעקומען שפעטער, ווען דער אלטער איז ארויף אויף חברון ארה"ק. ר' אביגדור איז א תלמיד פון ר' אייזיק שעהר, דער איידעם ביים אלטן. זיי האבן זיך זייער גוט פארשטאנען.

זאגט ר' יצחק: "איך זעה עס גייט אייך בנפשו אריין פון דעם בחור, אז אייך באדערט אזוי א פרעמדנ'ס רוחניות אז איר קענט וויינען, פארגיסן טרערן אויף דעם, נישט אויף זיין גשמיות נאר אויף א פרעמדן'ס רוחניות, אזא איד וויל איך אלץ משגיח אין מיין ישיבה! - אויב ווילט איר קומען אהער אים וואטשן ער זאל ביהעיווען, נעם איך אים צוריק און איך וועל אייך אויך געבן א פעי-טשעק!"

ר' אביגדור האט פארציילט פאר זיינע קינדער אז ער האט געענפערט פאר ר' יצחק '"לאמיך מיך איבערטראכטן, איך וועל דיך צוריקקאלן שפעטער". דערציילט ר' אביגדור, איך האב מיך נישט געדארפט איבערטראכטן בכלל, איך האב געוואוסט איך וויל דעם זשאב, איך האב נאר געוואלט קודם דאנקען הקב"ה אז מיינע תפילות ווי איך האב געבעטן איך זאל קענען מופן אויף ניו יארק איז מקויים געווארן! אין א 3 סעקונדעס דערויף האב איך צוריקגעקאלט הרב הוטנער'ן אז איך נעם אן דעם זשאב-אפפער!

די קינדער פארציילן אז מ'האט געפאקט פעק און געפארן אויף ניו יארק תיכף יענעם אנהייב זמן! זיי האבן געוואוינט אין ישיבה צוזאמען מיט די בחורים אין די דארמיטארי, אפי' די מיידלעך, ביז זיי האבן זיך אנגעזאמעלט גענוג וועידזשעס נאך א יאר צו רענטן א קליינער דירה'לע!

אזוי ארום איז ר' אביגדור געווארן באקאנט פאר זיין תורת המוסר פון תיקון הנפש, נישט פאר זיין לומדות אדער גאונות. ער האט טאקע געהאט גמרא שיעורים און נ"ך שיעורים, אבער בעיקר איז ער באקאנט אלץ מוסר'ניק.

ער האט געהאלטן אז מיר זענען דא אויף די וועלט פאר איין ציהל ותכלית: זיך צו פארבעסערן די מדות, דהיינו אויב די ווייב אדער די באסס שרייען זאל מען שווייגן. מ'זאל שטארבן א מושלם במידות ווייל דער אייבערשטער איז א שלם! דאס האט ער געזאגט מיינט הייליג, נישט פרישות מעריות ווי רש"י טייטשט קדושים תהיו נאר פרישות איז א לייטער אנצוקומען צו שלימות די ריכטיגע קדושה.
 
חלק ד': זיין קשר מיט סאטמאר און פארוואס זענען אזויפיל אידן פון אלע שיכטן און קרייזן ביי כלל ישרא' דבוק ומקושר אזוי שטארק צו אים - נאך איצט שוין 25 יאר לפטירתו; כאטש ער איז געווען אזוי עקסטרעם?

1749587046108.png

דער הייליגער סאטמארער רבי דער ויוא' משה זי''ע

צו דאס ענטפערן קלער איך אז די סיבה איז געווען ווייל ר' אביגדור איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד און אזוי ווי גאנץ תורה שבעל פה אלע ערליכע אידן אין אונזער מסורה ראשונים אחרונים וכו' זענען פארהייליגט ביי יעדן איינעם נישט קיין חילוק צו דו גייסט א ספאדיק צו אן א קאפל ווי מיין אויגן דאקטער האט נישט קיין קאפל אבער בילדער פון ר' אביגדור הענגן איבעראל אויף אלע זיינע ווענט פון זיין פרעקטיס, און ווי רוב ספרדים וואס האבן זיך געדרייט ביי ר' אביגדור און פאר זיי האט ער גערעדט ענגליש ווייל זיי קענען נישט קיין אידיש. יעדער איינער אהרונים זאלוינים חב''ד בני יוא' נטורי קרתא קוקניקעס וכו' - אלעס זאגט נאך א ווארט פון ר' אביגדור מיט אזא געשמאק אזא התעוררות אזא ליבשאפט צום לעבן אזא ברען צום אייבערשטן. ער איז דאך נישט געווען קיין חסידישע רבי ער פלעגט נישט לאזן אים באדינען קיינעם, אדער אים באגלייטן קיינמאל. ר' חיים שניצלער פלעגט זיין א מחוצף ער האט אים יא באדינט די לעצטע טעג פון זיין לעבן ווען ר' אביגדור האט שוין נישט געהאט קיין כוח אים צו פארשיקן!... אבער רוב מענטשן האבן געציטערט פון ר' אביגדור אימת מוות ווייל ער האט נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט. און ווען יא האט דאס געמיינט פיהל!...

ער פלעגט האבן א סיסטעם אז מענטשן פון די גאנצע וועלט האבן אים גערופן ווען ער האט געגעסן לאנטש ער האט געקייט האט ער דיך געלאזט רעדן און ווען דו האסט געפארטיגט האט ער גענטפערט מיט אפאר ווערטער קורץ און שארף. ער פלעגט זאגן אז מענטשן ווילן סיי ווי נישט הערן וואס ער האט צוזאגן מ'וויל פשוט מ'זאל זיי אויסהערן... א ריכטיגער טעראפיסט... בכלל האט ער זיך געקאכט אין די עבודה פון שווייגן מער פון אלע עבודות איינס נאך שער הבחינה. ער האט נאכגעזאגט די גמרא אז שווייגן איז אן אומנות דאס איז א פאך א קונסט וואס מ'מוז זיך שטארק פלאגן דערויף. סייג לחכמה שתיקה האט ער געזאגט איז א פראקטישער עצה נישט סתם א מליצה מען באשאפט חכמה מלערנט זיך גאר אסאך ווען מ'איז שטיהל.

איז אפי' ווען ר' אביגדור האט געהאקט לאמיר זאגן אויף סאטמאר ווען זיי האבן אינדארסירט תועבה קאנדידאטן פאר געלט, האט ער דאס געטאן ווי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה מיט ליבשאפט און אמת'ע קנאות וואס אויף דעם קען קיינער נישט האבן קיין טענות.

ער פלעגט זאגן וואס מיינט קנאות און פארוואס איז דאס אזוי חשוב פאר'ן אייבערשטן אז עס שטייט ''השיב את חמתי''?

האט ער דאס מסביר געווען מיט א משל אז קנאים האבן אזוי שטארק ליב דעם אייבערשטן ווי אונז אונזערע ווייבער און עלטערן אדער קינדער אז טאמער איינער טשעפט זיי נעמען מיר דאס זייער פערזענליך אזוי אויך פאר א קנאי איז ג-ט אן אמת'ער זאך. און דאס זעהט מען צו איינער פאפט זיך צו נישט. - אויף ר' אביגדור האט מען געזען אז ער מיינט עס אמתדיג ווי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע, אפי' ווען זיי האבן אונז וויי געטאן און אונז פארשעמט האבן זיי דאס געטאן צו בארואיגן זייער ג-ט ברוך הוא און אונז ראטעווען פון זיכערן טויט!

על כל פנים, זיין קשר מיט סאטמאר רבי מער דירעקט נישט נאר בהשקפה, וואס איך האב אייך צוגעזאגט צו פארציילן אין חלק א' איז ווי פאלגענד:

א. ער איז געווארן גערופן דורכ'ן רבין צו שרייבן די ניו יארק טיימס עדיטאריעל עדס קעגן ציונות, וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען איז געווען אז די רבי האט גרעדט צו אים אין אידיש, און ער איז ארויס מיט ר' סענדער דייטש אין א זייטיגן צימער דאס צו בארבייטן קודם אויף אידיש פאר'ן רבין זיי זענען אריין און ארויס אסאך ביז שפעטע שעות ביינאכט די רבי האט כמו געזאגט שובבים תורה נישט גערעדט צו זיי ווי איך שמועס מיט דיר נאר געוויינט און געשריגן צום בורא כל עולמים וויאזוי מקאן אזוינס טאהן?!... ביז מער ווייניגער די 2 ר' אביגדור און ר' סענדער האבן אויסגעארבייט דעם מעסעדש צווישן זיך. דאן איז ר' אביגדור אהיים צו זיך זאגענדיג אז ער איז נישט געגאנגן שלאפן ביז ער האט גענדיגט דעם ארטיקל אויף עננגליש פאר'ן טיימס דעם אנדערן פריה-מארגן. כ'האב געהערט אפאר מאל די מעשה פון ר' אביגדור אבער איינמאל האב איך פארשטאנען אז ער איז אויפגעווען די נאכט פאר דעם ווייל ער האט געציטערט פון סאטמאר רב'ס קדושה ווי פון פייער ער האט פשוט נישט געקענט שלאפן...!

ב. ער האט דערציילט אז א האלבער יאר האט אים וויי געטאן זיינע פיס ווען ער האט איינמאל אריין שפאצירט פון איסט פלעטבוש קיין וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די הקפות און סאטמאר רבי איז שוין דאן געווען א זקן מופלג אבער געשפרינגן ווי א קליין קינד פאר שעות ארוכות בשמחת התורה. די מראה וועט אים קיינמאל נישט ארויסגיין פון זיכרון זאגט ער אויף די טעיפס.

בכלל האט ער ארום גערעדט פון סאטמאר רביס קנאות זייער אסאך, הגם ער פלעגט אויך זאגן אז ר' אהרן קאטלער איז געווען א קנאי אבער סאטמאר רבי מער אויסגערומט פשוט ווייל ר' אהרן קאטלער האט געהאט אנדערע הינזיכטן צו זיך אז ער האט אוועק געשטעלט די ישיבה וועלט לתחי' דאהי אין אמעריקע. אבער סאטמאר רב האט ר' אביגדור געזאגט האט געראטעוועט אידישקייט מיט זיין קנאות!

געדענקט, ר' אביגדור איז געווען אן אמעריקאנער אינגל וואס איז געגאנגען לערנען אין אייראפע און דארטן חתונה געהאט און אנטלאפן פון היטלער, ער פלעגט אייביג זאגן: אלע מיינע חברים זענען אדער פארלוירן געווארן צו היטלער אדער צו סטאלין אדער צו קאפיטיליזם אין אמעריקע. - ער האט אבער עדות געזאגט אז ווען ניט סאטמאר רבי לעבט איבער היטלער'ן וואלט אידישקייט נישט איבערגעלעבט!

איי וועט איר פרעגן וואס טוהט זיך אין ארץ ישרא'? מזעהט דאך מירער ישיבה און בעלז גור און קלויזנבארג און אזוי ווייטער? זיי האבן דאך גארנישט קיין שייכות מיט סאטמאר רב? קען זיין ר' אביגדור האט גהאלטן ווי סאטמאר רבי אז ארץ ישרא' גייט אונטער עני דעי. אפשר איז דאס א נבואה איך ווייס נישט.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ה': מעשה נורא וואס צייגט זיין אויסערגעווענליכע גבורת הנפש בעבודת השם פראקטיצירנדיג אליינס אלעס וואס ער האט געלערנט מיט די וועלט!

1749595027417.png



אויב זענט איר פאראינטערסירט צו לייענען נאך איבער'ן לעבן און שאפן פון הרב מיללער ז''ל, איז דא א בוך פון א תלמיד הרב האמבורגער שליט''א, משגיח בישיבה גדולה אפ בעיאן ניו זשערסי, ארגינעל אויף ענגליש, אבער לעצטענס האט מען דאס אויך איבעגעזעצט אויף לשון קודש.

Rav Avigdor Miller, His Life and His Revolution

איך האב גענומען אסאך פרטים פון דעם בוך אויכט. בנוסף צו מיינע פערזענליכע עדות.

דא וויל איך איבעדערציילן איין מעשה וואס איז געווען ברבים, וואס איך בין געווען דערביי און דאס צוגעזעהן פערזענליך. הרב האמבורגער באשרייבט דאס אדערשט ווי מיר קען זיין מיין זיכרון איז נישט אזוי גוט ווי זיינס אבער וואס קען איך טאן:

איינמאל ביי איין ליל שישי שיעור קומט ער אריין שפעט א פינעף מינוט דוכט זיך, עס איז געווען זיין סדר צו זיין ביים שיעור אייביג פריערט פאר יעדן איינעם ער פלעגט ווארטן דארטן שטיהל און רואיג פאר אונז. א ערך פון 150 פארזאמלטע מכל המינים. עס קען זיין איך בין טועה אין דעם פאקט פון זיין שפעט קומען. ווייל עס איז געווען דארטן א שטארק אנטיסיפעישן וואס וועט זיין דעם שיעור. דער עולם איז געווען אין א שרעקליכער ''סוספענס''. זייער נייגעריג וואס ער גייט רעדן און צו ער וועט בכלל רעדן. קען זיין וועגן דעם געדענק איך אז ער האט געשפעטיגט בטעות.

וואס איז געווען די טריגער פון אונזער נייגער פרעגט איר?

זיין אייניקל א בכור זוהן פון זיין באליבטער בכור זוהן ר' לעיזער האט געהייסן ר' ישרא' מילער, ער איז געווען א מעדיק הצלה מעמבער אין פלעטבוש געפארן קיין ארץ ישרא' בר מצווה מאכענדיג זיין אייגן בכור זוהן דארטן. זייער א באליבטער אינגערמאן איז געווען ר' ישרא', ער איז ליידער אוועק אויפ'ן וועג צום כותל אין א קאר עקסידענט פלוצינג גייענדיג לייגן תפילין דארטן ס'ערשטער מאל פאר זיין זוהן. די קאר האט זיך אראפגעראולט א מעסיוו בארג ממש ווי עזאזל א מיתה משונה הארט פאר זיין זיידע'ס פובליק שיעור פאר די וועלט, מ'האט געדארפט שווער ארבייטן דורך זק''א וואלענטירן צו ברענגן זיין גוף לקבר ישרא' אזוי צושטיקלט איז ער נעבעך געווען. דאנערשטיג נאכט האט מען געמאלדן גייט זיין די לווי' און דאהי אין ניו יארק וועט זיין א הוק-אפ אין די הצלה גאראדזש פון פלעטבוש אויף אוישען עוועניו!

אבער דאנערשטיג נאכט לערנט דאך די זיידע פאר זיין קביעות'דיגער ליל שישי מוסר שמועס. איז וואס גייט דא זיין גייט הרב מילער דאס מבטל זיין זאל איך גיין פון וויליאמסבורג בכלל, אנדערע אידן פון מאנדרוי לעיקוואד מאנסי וכו' האבן זיך אויך געפרעגט די זעלבע שאלה. זאלן זיי אריין קומען קיין פלעטבוש צום שיעור. פון איין זייט האט ר' אביגדור אין זיין לעבן נאך נישט מבטל געווען א שיעור ברבים, אבער פון די אנדערע זייט גרייט מען זיך דאך דא צו א לווי' פון זיין אייניקל? כ'האב יא גענומען די ריסק סתם פאר נייגעריגקייט געזיצן א שעה אין טראפיק אויפ'ן בי.קיו.אי.און אוישן פארקוועי מאכנדיג דעם וועג צו זיין בית מדרש. איך קום אן דארטן זעה איך אז איך בין נישט דער איינציגסטער משוגענער, הונדערטע אידן - אסאך א גרעסערער עולם האט זיך פארזאמעלט די וואך מער פון סיי יעדער וואך. זיי אלע זענען נייגעריג וואס גייט ר' אביגדור דא טאן צו גייט ער רעדן פון זיין אייניקל'ס פטירה צו נישט? צו גייט ער בכלל רעדן? וואס גייט ער רעדן די וואך? וכו'

מיר ווארטן און מיר ווארטן און ר' אביגדור באווייזט זיך ביים טיר, ער רופט צו ר' חיים שניצלער, חיים איז פשוט געווען די העכסטער פון אונז אלע מילא קען זיין אז ער האט אים נישט גערופן ספעציעל נאר איינער פון אונז. אבער חיים איז צוגאנגען צו אים, ר' אביגדור זאגט אים עפעס שטילערהייט און צייגט אויפ'ן וואנט א צעטל א מודעה. חיים גייט צו און רייסט דאס אראפ פון וואנט. שפעטער האט אונז חיים מיטגעטיילט אז ר' אביגדור האט אים געהייסן אראפרייסן די מודעה איבער די לווי' הוק-אפ אין הצלה גאראדזש פאר זיין אייניקל.

יענער שיעור איז געווען די העפיעסט מאוסט זשויפוהל שיעור וויאזוי מען דארף זיין אזוי פרייליך אז מ'לעבט! ממש ער האט געלאכט גקראכט זשאוקס לייק נעווער בעפאר ליטערלי ווי א דריי יעריג קינד האט באקומען אן אייז-קריעם קאון אדער ס'ערשטער מאל געגאנגען אויף א ראולער קאוסטער אזוי האט ער זיך געפרייט.

דער עולם איז געווען שאקט! דא קלויבט מען צוזאם די בלוט פון דיין אייניקל, דער אייניקל איז געווען זייער באליבט ביים זיידען. און בכלל א גרויסער עסקן פון די חברה הצלה ממש א דאקטער אין א פאראמאדיק פון יענע יארן איז געווען א גדולה. - און דו נישט באוויינסט אים נישט נאר דו טאנצט דא ווי א חתונה לפני כל עם ועדה! דער טעיפ איז דא מענטשן ווייסן די נומער דערפון מ'קען דאס הערן נישטא נאך אזא פרייליכע טעיפ ווי יענץ!...

אז מיר דארפן דאנקן און לויבן הקב''ה יעדער רגע פון לעבן מ'מוז זיין שיכור פון פרייד אז מיר לעבן! און אזווי ווייטער א שעה און א האלב פון 830 ביז צעהנע! דער וועלט איז דאן געווען אויף מיט ר' אביגודר אז ער איז נישט מן המיושב רח''ל...

געדענק איך האט מען אים דאן געפרעגט דאס אין פובליק 'מאי האי'? איז דאס מענטשליך? איז דאס אידישלעך? איז דאס נישט קעגן אנושית והלכה? ווי באקאנט די לעצטע 15 מינוט איז געווען מיוחד פאר שאלות ותשובות לייוו ער האט זיך נישט געקענט צוגרייטן דערפאר. די פרויען האבן געשיקט קליינע צעטעלעך פון ווייבער שוהל אבער מיר מענער האבן געמוזט רעדן הויך און קלאר אז יעדער זאל הערן אונזערע שאלות!

האט איינער א געזונטער חצוף, איך געדענק נישט צו ס'איז געווען ר' אברהם שלמה יאבא אדער ר' חיים שניצלער, אבער קלאר א סאטמוירי מיט חוצפה געפרעגט לאוד און קלער: ''פארוואס האסטו נישט געזאגט א גוט ווארט אויף דיין אייניקל אלץ הספד? נישט נאר האסט אים נישט דערמאנט זיין פטירה נאר האסט גאר געווען גאר שטארק פרייליך מער ווי אייביג כאטש ג-ט ברוך האט געהארגעט דיין אייניקל איצט אין ירושלים!?"

דער גאנצער עולם האט פארפאסט א אטעם די געספ וואס מ'האט דארטן געהערט איז געווען עד לב השמים אבער פאר נישט לאנג ווייל ר' אביגדור טראכט ניט קיין סעקונדע ניט און ענטפערט תיכף ומיד אפ דעם פרעגער: ''מיין פריוואטער טראגעדיע איז א חשבון צווישן מיר מיט ג-ט, דאס האט נישט מיט אייך צו טאן קיין כי הוא זה, פאר'ן רבים מוז מען זאגן די דרשה וואס איך האב אייך איצטערט געזאגט!"

דערנאך האט אונז חיים פארציילט אז ער האט אים געזאגט אז ער קען נישט אריין קומען צום שיעור ווילאנג מ'נעמט נישט אראפ די צעטל פון זיין פערזענליכע משפחה אבילות. ווייל פאר'ן רבים טאר זיין אייגענע צער נישט אנרורן קיין כי הוא זה.

די לווי' הוק-אפ איז דערנאך פארגעקומען נאכ'ן שיעור ערשט אין הצלה גאראדזש ווי ר' אביגדור איז אהין געפארן אבער נישט געוואלט קיינער פון זיין שוהל זאל מיטקומען מיט אים. ווייל די וועלט מוז ווייטער דאנקן און לויבן הקב''ה אויף זייער לעבן!
 
לעצט רעדאגירט:
אבער ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום מחלה אויף די וועלט אין זיין גאנץ לעבן!
איך געדענק איך בין איינמאל געגאנגן צו זיינס א שיעור ליל ששי און ער איז נישט געווען אנוועזענד נאר זיין איידעם האט געגעבן דעם שיעור און זיין ווייב איז געווען ביים שיעור און געזאגט אז די סיבה פארוואס איר מאן האט נישט פאר געלערנט איז ווייל ער איז נישט געווען געזונט ער האט געהאט מענעדזשיירעס
 
איך געדענק איך בין איינמאל געגאנגן צו זיינס א שיעור ליל ששי און ער איז נישט געווען אנוועזענד נאר זיין איידעם האט געגעבן דעם שיעור און זיין ווייב איז געווען ביים שיעור און געזאגט אז די סיבה פארוואס איר מאן האט נישט פאר געלערנט איז ווייל ער איז נישט געווען געזונט ער האט געהאט מענעדזשיירעס
דאס איז לכאורה נישט אמת

מענעזשיירעס איז נישט אזוי פשוט מ'דרייט זיך נישט ארויס דערפון אין משך פון איין וואך אזוי שנעל...

און איך האב נישט געהערט קיין שיעורים די ליל שישי טעיפס פון זיין איידעם.
 
חלק ו': היינט צוטאגס די תורה אימפעריע 'תורת אביגדור'

1749602250825.png

רעכטס ר' עמיחי מארקאוויטש לינקס ר' פינחס וואלהענדלער די 2 ארויסגעבער פון תורת אביגדור
1749602326305.png


זייער עקזעמפלעראר 'תורת אביגדור' תורה בלעטער וואס מ'זעהט איבעראל ליגן צו נעמען פאר יעדן צו לערנען.

2 אידן, איינער א סאטמאר-באבובער חסיד פון סיגעיט ניו יארק, ר' פינחס וואלהענדלער. און איינער א ענגליש טיטשער אין חסידישע מוסדות אין בארא פארק, ר' עמיחי מארקאוויטש, ער וואונט אין פלעטבוש, פלעגן זיך שיקן פאר זייערע חברים משפחה וידידים, יעדער וואך א חיזוק ווארט, אויף די פרשה פון ר' אביגדור מילער.

די צוויי אידן האבן נישט געהאט קיין שייכות איינער מיט'ן אנדערן. ביז איין טאג האבן זייערע מיוטשעל חברים פארציילט פאר זיי, אז זיי באקומען חיזוק יעדער וואך פון ר' אביגדור, פון ביידע, און ביידע זענען זייער גוט, פארוואס שטעלן זיי זיך נישט צוזאם?

פון דא איז געבוירן געווארן די ריזן היסטארישע תורה בלעטל אימפעריע וואס הייסט 'תורת אביגדור', וואס ווערט געדרוקט אויף 6 שפראכן ענגליש אידיש לשון קודש ספאניש פארטוגעיזיש און פראנצויזיש. דאס ווערט אויסגעטיילט בחינם איבער די גארער וועלט אין אלע געגענטער ווי עס וואונען אידן אין די גראסערייען דאקטער'ס אפיסעס שוהלען וכדו'. אין די הונדערטע טויזענטע קאפיס, גענצליך בחינם.

זיי גייען נאך געלט דערפאר דאס איז אזא נאן-פראפיט צדקה מוסד לזכות את הרבים.

אט דא איז זייער וועב-זייטל ווי איהר קענט אראפלאדענען אויף אייער שפראך די וואכענדיגע תורה בלעטל, יעדעס יאר פון פריש, בחינם.

Home - Toras Avigdor

יעדעס תורה בלעטל איז מלוקט פון פארשידענע טעיפס געווענליך פינעף זעקס אנדערע שיעורים, אבער עס רעדט זיך פון די זעלבע נושא, וואס איז אויף א פסוק פון יענער וואך.

עס איז א געוואלדיגער ארבייט וואס די אינגעלייט לייגן אריין דערין, אפט מאל הערט זיך אסאך בעסער ווי ר' אביגדור'ס טעיפס. ווייל עס איז מסודר אייביג, אין 3 חלקים. טאקע די זעלבע נושא, אבער אראפגעלייגט אויף 3 מינע וועגן, אלעס פון ר' אביגדור אויף זיין אייגן לשון. אבער ר' אביגדור אליינס האט געזאגט דעם ענין אויף 3 פארשידענע וועגן אופנים און סטילס, משך פון די 6 טעיפס וואס זיי טראנסקרייבן אויף דעם ענין.

זיי לייגן יא צו זייערע אייגענע קעפעלעך נאך יעדע 15 שורות, אויף היינטיגע ענינים ווי למשל טראמפ אהרן מאסק וכדו' נאך אינטערסאנטע קאנצעפן נעמען און פעלעצר וכדו' צו כאפן דעם אויג פונעם לייענער אז מ'זאל נישט איינשלאפן אדער זיך פארטראכטן פון עפעס אנדערש. איך בין זיי דאס מוחל, ווי למשל זיי האקן סתם אויף ליבעראלן... אבער יעדער פארשטייט ס'איז א וויץ פון די 2 עדיטערס ר' עמיחי מיט ר' פינחס מיר זאלן זיך אוילעבן צו דורך כעס צו דורך א שמייכעל...

1749726583466.png

זיי געבן אויך ארויס א קינדער תורת אביגדור פון א מעשה אין פארזעצונגען אזא לאנגער בוך המשך יעדער וואך אין ליפלעטס און אויך אין אימעיל, ווי ר' פינחס וואלהענדלער איז א תפיסה טשאפלען בעיקר. אבער אסאך היינטיגע פאליטיקס אויסגעמישט אין דעם נאוועלע. דער אויפטוה דערפון איז אז ברענגט ארויס די זעלבע מוסר פון תורת אביגדור אדאלטס נאר צולייגט אויף קליין געלט נאר אז אפי' קינדער זאל דאס ציען.

די קינדער תורת אביגדור איז אויסגעארבייט יעדער וואך מיט פרישע קאמיקס אז די קינדער שטוינען אויפ'ן בילד מילא הערן זיי אויס די מעשה מיט שרעקליכע נייגער.


1749726684341.png


איך שטעל זיך פאר אז די ספרים וואס זיי דרוקן פון אט די תורה בלעטער מאכט זיי א אינקאם אבער ווי מער געלט זיי מאכן אלץ מער קאפיעס ווערט פארשפרייט. דאס זעהט מען דאך איבעראהל. און דאס קאסט אפ אסאך געלט, א הון תועפות. יעדער וואך זעה איך אן אנדערע נדבן. א נגיד צו א ספרדי אדער אשכנזי. צו א סאטמאר חסיד צו א בעלזער. וואס איז דאס מנדב לזכות א רפואה שלימה אדער לעילו נשמת פאר א יארצייט, אדער סתם א שמחה בביתם להודות ולהלל להשם יתברך!

זיי האבן א פאנדרעיזער ר' משה הורוויץ הייסט ער פון די באסטאנע רבי'ס אייניקלעך וואס גייט ארום פאר דעם נאך געלט.

אט דא האט איר א לענגערע באשרייבונג וויאזוי דאס איז געגרינדעט געווארן און צושטאנד געקומען, אין משפחה מאגאזין; עס איז גאר א אינטערסאנטער בליק אריין אין זייער מאסיווער אפארציע פון זיכוי הרבים. RABBI FOR PRACTICAL PEOPLE - Mishpacha Magazine
 
לעצט רעדאגירט:
ער איז א סאטמארער?
ממקורו זיין משפחה, איך קען אים נישט פערזענליך, נאר זיין טאטע. די וואלהענדלערס זענען פוילישע סאטמערע חסידים, די גאנצע משפחה.

אין משפחה מאגאזין זאגט ר' פינחס וואלהענדלער אז בעת ר' אביגדור האט געלעבט האט ער נישט געוויסט פון אים, ער האט זיך דערוויסט פון ר' אביגדור אסאך נאך זיין פטירה.

ר' עמיחי מארקאוויטש פלעגט יא קומען יעדע וואך צום שיעור פון ר' אביגדור'ן, אן פארפאסן אפי' איין וואך! ער פלעגט האבן א צוזאם לייג בענקל ביי די דורכגאנג. איך געדענק אויב האט מען געמוזט ארויסגיין אינמיטן שיעור האט ער זיך געמוזט אויפהייבן. וועגן דעם געדענק איך אים...

גראדע פירט ר' פינחס וואלהענדלער אן נאך א תורה ארגענאזיציע, 'קנין הוראה', ווי מ'לערנט אין א מסגרת די 'הוראה', נישט רבנים, נאר בעלי בתים עמך אידן מיט כולל אינגעלייט.

זעהט אויפטריט ביי 'קנין הוראה' מעמד הסיום פון ווינע דיין הרב ברייער שליט''א R' Pinchas Wolhendler | קנין הוראה מעמד הסיום ב - הרב ברייער .

ר' פינחס אליין לערנט אויך פאר שיעורי תורה אנליין

Rabbi Pinchas Wolhendler
 
לעצט רעדאגירט:
ממקורו זיין משפחה, איך קען אים נישט פערזענליך, נאר זיין טאטע. די וואלהענדלערס זענען פוילישע סאטמערע חסידים די גאנצע משפחה.
אין מישפאחא מאגאזין זאגט וואלהענדלער אז בעת ר' אביגדור האט געלעבט האט ער נישט געוויסט פון אים, ער האט זיך דערוויסט פון ר' אביגדור אסאך נאך זיין פטירה.

ר' עמיחי מארקאוויטש פלעגט יא קומען יעדע וואך צום שיעור אן פארפאסן אפי' איין וואך ער פלעגט האבן א צוזאם לייג בענקל ביי די דורכגאנג. איך געדענק אויב האט מען געמוזט ארויסגיין אינמיטן שיעור האט ער זיך געמוזט אויפהייבן. וועגן דעם געדענק איך אים...
איך מיין אז ער אליין איז א באבובער תלמיד
 
ווען ער איז געשטארבן האט מען געטראפן 3 זעק מיט אזאלכע קערנדליך.
וואס איז טאקע פשט?

און סתם פאר נייגעריגקייט. וואס וואלט ר' אביגדור געזאגט וועגן ראבערט סאַפּאָלסקי? ;)
 
וואס איז טאקע פשט?

און סתם פאר נייגעריגקייט. וואס וואלט ר' אביגדור געזאגט וועגן ראבערט סאַפּאָלסקי? ;)
ער האט ליב געהאט דאס לעבן. ער איז נישט געווען ביזי נאכלויפן מותרות. ער האט זיך פארנומען צו דאנקן וואס ער האט. נישט ארויסגעווארפן קיינמאל קיין קערענדליך. נאר דאס אפגעהיטן ווי געלט. זעה די קליפ.

ראבערט סאפאלסקי איז נישט קיין שלעכטער מענטש אדרבה ער געבט זיך אפ צו שטודירן די בריאה. איך זעה נישט אז ר' אביגדור זאל האבן א פראבלעם מיט אים. אפשר די לעצטע בוך איבער בחירה איז א פראבלעם, אבער יענץ האב איך נאך נישט געלייענט.

בכלל דארפסטו וויסן אז ר' אביגדור איז נישט געווען פרעדיקטעבעל, אז זאלסט מיך פרעגן וואס ער וואלט געזאגט אויף מיר און דיר אדער אויף אן אנדערן; ער האט אבסאלוט ''יא'' געלייענט סייענס ביכער, און דאס נאכגעזאגט גאנצעטע שטיקער, פאר די וועלט פון זיי די נפלאות הבורא, כאטש זיי האבן דאס געשריבן אלץ נפלאות הבריאה פון עוולאציע נישט פון א בורא, ער פלעגט נאר צולייגן אייביג אז זיי זעהן ''דעזיין'' פארוואס זעהן זיי נישט דעם ''דעזיינער''?!

סא איך בין זיכער אז ער האט ווען געלייענט ראבערט סאפאלסקי'ס ערשטע ביכער, אויב איז דאס ארויס ווען ער האט נאך געלעבט. און אפי' נאכגעזאגט דערפון פאר די וועלט, מ'דארף איבערהערן די טעיפס אויב סאפאלסקי ווערט דערמאנט ביים נאמען.
 
לעצט רעדאגירט:
מענטשן וואס זענען אויף די אוטיזם ספעקטרום זאגט מען אז זיי האבן ליב צו האָרדן אינטרעסאנטע קאטעגאריעס פון זאכן.
 
פארוואס ווערט ר' אביגדור אלעמאל גענוצט אלס א דוגמא פון אַן אַפּאָלעדזשעטיקער?
 
מענטשן וואס זענען אויף די אוטיזם ספעקטרום זאגט מען אז זיי האבן ליב צו האָרדן אינטרעסאנטע קאטעגאריעס פון זאכן.
געמישט א קאשע און דאס אריין געווארפן דא, סתם כדי צו פארדרייען דעם אשכול.

עס זענען דא דריי באזונדערע זאכן:

א. אויטיזם. אז מ'איז נישט סאשעל מ'לעבט זיך אויף די לבנה. פארשטייט זיך ס'איז דא א ספעקטרום דערין אז נישט יעדער איז דאס זעלבע, איינער שווערער און איינער ווייניגער.

ב. ''הארדינג'' אז מ'זאמעלט אלע זאכן, דהיינו מקען גארנישט ארויסווארפן. פארשטייט זיך זייער אסאך פון דיע חברה זענען גייסטיש צערודוערט מילא זענען זיי על פי רוב אויך אויפ'ן ספעקטרום.

ג. און דערנאך איז דא מענטשן וואס האבן 'האביס' צו זאמעלען אלטע סטעמפס, אדער מטבעות פון אלע קאנטריס, אדער ספארט'ס קארדס, און דאס לעצטע איז נאכגעמאכט ביי אונז ווען איך בין געווען א קינד בילדער פון רעביס.

אבער ר' אביגדור האט געזאמעלט עפל קערנדליך אלץ צו צייגן דאס חשיבות פון 'נפלאות הבורא'. ער איז באגייסטערט געווארן פון די פליאה פון דאס קערנדל אז ער האט דאס געהאלטן און נישט ארויסגעווארפן.

דאס איז ווייל ער האט פראקטיצירט שער הבחינה פון חובת הלבבות אז כדי צו זיין א איד מוז מען האבן יראת שמים. - ער פלעגט זאגן 'יראת שמים' איז נישט סתם א פארכט פון ג-ט, אוודאי דאס אויך, אבער בעיקר איז עס AWERNESS און AWE מלשון ראי', זעהן דעם אייבערשטן'ס ניסים נפלאות חכמה בינה דעת חסד חן וגדולה! מילא אז מ'האט אמונה חושית, האט מען דערנאך א פחד און א מורא אויכט פון אייבערשטן.

זעהט דעם קליפ ווי ער איז דאס מסביר, אז אזוי ווי רוב מענטשן אלגעמיין זענען מחשיב געלט זיי ציילן דאס כסדר זיי קאלעקטן עס ווייל געזעלשאפט האט אפגעמאכט דאס איז חשוב, אזוי האט ער אפגעמאכט צו קאלעקטן עפל סיעדס ווייל ער האלט דאס חשוב! ווייל דאס דערמאנט אים פון חסד השם יתברך שטענדיג!
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס ווערט ר' אביגדור אלעמאל גענוצט אלס א דוגמא פון אַן אַפּאָלעדזשעטיקער?
קודם פשוט ווייל ער האט גערעדט א סאך השקפה. אבער בעיקר ווייל ער האט זיך געשלאגן אסאך מיט אפיקורסים און ליבעראלן לגבי כל מיני אידישקייט ענינים. איך גיי דאס אי''ה איצט באשרייבן באריכות. אלץ חלק ז' ח' וט' איבער זיינע קאטראווערסיעס.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top