שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 164
- רעאקציע ראטע
- 569
- פונקטן
- 113
חלק ז': זיין קאטראווערסיאלע שטעלונג קעגן עוואלוציע.
זשיען-באפטיסטע לאמארק וואס האט אויסגעטראפן עוואלוציע בעפאר טשארלס דארווין
די וועלט האט אסאך טענות אויף ר' אביגדור'ן אז ער איז געווען משוגע עקסטרעם אין זיין אמונה בהשם יתברך פון בראשית ברא אלוקים, אז ג-ט האט באשאפן די וועלט אין 6 טעג ליטערלי. ווי באקאנט דער בעל פירוש המשניות תפארת ישרא' האט אנגענומען די סייענס פון עוועלאשן אלץ פאקט וואס מקען דאס נישט ארויסווארפן סתם אזוי. און מ'מוז אויסטייטשן די פסוקים פון חומש על פי די נייע סייענס פון אוועלוציע און די ביג בענג וכו'. פונקט ווי מען האט אנגענומען אנדערע מציאות בעפאר אז די וועלט איז נישט פיר עקיג פלאך מיט זיבן הימלען.
גראדע האט ר' אביגדור אנגענומען דעם פשטות פון הייליגן רמב''ם אז אלע מציאות'ער פון חז''ל אויב עס איז נוגד די היינטיגע סייענס מוז מען דאס נישט אנעמען. ווי צום ביישפיל ר' אביגדור פלעגט נישט רעדן פון שדים גילגול נשמות און רוחות וכו' אנדערע מיסטישע זאכן וואס ווערן יא ערווענט אין גמרא. איך האב אים קיינמאל נישט געהערט נאכאזאגן קיין זוהר כאטש די היינטיגע אינגעלייט פון תורת אביגדור שטעלן אלעס צו צום זוהר, יעדעס ווארט זיינער.
איז וויאזוי קען מען פארשטיין ר' אביגדור'ס עקסטרעמע האקן אויף דעם סייענס פון אוועלוציע?
דער ענטפער איז אז ר' אביגדור האט בעיקר געוואלט ארויסברענגן דעם שער הבחינה פון חובת הללבות. נישט אז מיר זאלן סתם גלויבן אין א באשפער. ער האט קלאר געזאגט אז עס איז נישטא אזא קאנצעפט אין די תורה פון ''גלויבן'', דאס איז א נייע קריסטליכע אידעיע. ביים דאווענען זאגט מען ויאמינו בשם ובמשה עבדו, דאס מיינט צוזאגן אז זיי האבן צוגעזען אזא נס האבן זיי אויפגעפלערט זייער גלויבונג אבער אין חומש טרעפט מען נישט אזא מצוה בכלל.
דאס גאנצער פארלאנג כלפי א בורא איז אהבת השם ויראת השם. דאס מיינט מיר מוז ליב האבן ג-ט און פארכטן פאר אים. אוודאי מוזן מיר קודם גלייבן אין ג-ט כדי אים צו ליבן און פארכטן. אבער די תורה הקדושה קימערט זיך בכלל נישט מיט דעם גלייבן חלק. דאס איז א נייער זאך וואס די חומש איז נישט גורס בכלל.
'אמונה' פלעגט ער זאגן מיינט נישט גלייבן עס מיינט נאמנות לויעלטי געטריישאפט טרייהייט, אז מיר זענען געטריי דעם באשעפער אויף אלע חסדים וואס ער טוהט מיט אונז. און בטחון מיינט טראסט אז מיר פארלאזן זיך אויף דעם טוב ומטיב לכל אז ער וועט אונז נישט פארלאזן, וויבאלד מיר זעהן דאך אז ער געט אונז אזויפיהל גוטע זאכן.
איז צוריק צו די קושיא? וויאזוי קאן זיין אז ר' אביגדור זאל אזוי שטארק לייקענען די מציאות פון עוואלוציע?
ווייל די טעראיע פון 'אוועלוציע' ביי די פשוטי המון עם, מאכט אונזער גאנצער לעבן אן עקסידענט. די פראצעדור פון ''סורווייוועל אפ די פיטעסט'' איז קעגן דעם מציאות פון זיין פרייליך אין לעבן, לויט די עמך וואס פארשטייען דאס נישט געהעריג. ווייל זיי טראכטןן אז דאס מיינט צוזאגן אז נאר די שטארקע קלוגע גענעס לעבן איבער, אדער נאר די גענעס וואס שטעלן זיך צו צו די ענווייראמענט.
ווי למשל ראבערט סאפאלסקי ברענגט אראפ דעם גרויסן עוואלאשעניסט בעפאר טשארלס דארווין זשיען לאמראק, וואס רוב סייענטיסטן האבן אפגעלאכט פון אים בשעתו, ווי ער איז מסביר דעם לאנגן האלז פונעם זשיראף, אז דאס איז געווארן 'איוואלווד' כדי צו קענען עסן פון שפיץ בוים די פרוכט. דאס מיינט צוזאגן אז די אלע זשיראפס וואס האבן געלעבט קודם מיט א קליינער האלז זענען אויסגעשטארבן? אבסאלוט ניין. אבער עוואלאשען איז מסביר אז מיר האבן 'איבערגעלעבט' משך פון מיליאנען יארן, נישט איין דור איז געשטארבן ווייל ער האט געהאט א קליין האלז און גראד דערנאך דער נעקסטער דור האט שוין געהאט א לאנגער האלז...
ר' אביגדור האט נישט געוואלט מיר זאלן מיינען לייף איז א ביטערע עקסידענט ווי רוב נארישע מענטשן לערנען אפ עוואלאשן אז ווער עס האט געהאט א קליינער האלדז, דער איז פשוט געשטארבן פון הונגער. ניין, זיי האבן געהאט אנדערע טובות וואס האט זיי געמאכט לעבן, צו איז דאס געווען אסאך גראז מילא האט נישט אויסגעפעלט צו האבן בכלל א לאנגער האלז.
ר' אביגדור האט קלאר יא געוואלט מיר זאלן איינזעהן די חלק הטוב פון עוואלאשן, דהיינו אז מיר זענען א פראדוקט פון מיליאנען יארן טוישונגען צו פאר'ן אנדערן קלימאט וואס פעלט זיך אויס צו האבן א לונג, צו פאר'ן אנדערן וועג פון לעבן פון 'האנטער געטערער' צו 'תבואה פלאנצוגען' צו 'פאקטאריס' צו 'אפיסעס' וכו'. און אז פון בעפאר דעם מיליאנען יארן, זענען מיר געווען זייער א פרימיטיווע זשערם אבער היינט קענען מיר ב''ה ענדזוישען לייף אסאך מער און אסאך בעסער. - ר' אביגדור אליינס פלעגט דאך שטענדיג נאכזאגן ביי יעדן שיעור פון 'סייענס' 'עוואלאשן' ביכער חכמה וחסד פון אונזער באשאף! - ער האט נאר אויך געהאקט אז זיין ווילן נישט איינזעהן די מטיב דערין.
ער האט געהאלטן אז א טובה איז אסאך שטערקער און בעסער אז מ'זעהט און אנערקענט דעם מטיב. ער פלעגט נאכזאגן די גמרא אז 'הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע' פארוואס? להרבות ריעות. פארוואס? ווייל אז מ'זעהט א נותן המתנה איז די מתנה פיהל געשמאקער, עס שפירט זיך אסאך בעסער.
אדרבה ער האט געהאלטן אז מ'קען נישט מתאר זיין הקב''ה אלץ א גוף פון א זאך אדער מענטש. נאר אלץ א כלליתדיגער מטיב וועגן דעם רופן מיר הקדוש ברוך 'השם' יתברך ווייל ער איז באקאנט מיט זיין גוטס. זיין 'נאמען' איז א גוטער. אז דאס איז עפעס וואס וויל אונז געבן גוטס, און ער געט אונז נאר גוטס.
כן נראה לפי עניית דעתי ובזה יצאתי ידי חובתי צו פארענפטערן דעם צדיק איצט לאמיר גיין צום נעקסטן סקאנדאל.

לעצט רעדאגירט: