שערן די האר

איך זעה דא די קינטרס פון תקנות פון סאטמער רבי נאך אין שטאט סאטמער דאס איז די תקנות פאר די חסידישע עולם וואס אסר׳ט שייטלעך און אסר׳ט צו לייגען די בעטן אינמיטען די צימער וכו׳. איז נישט דא קיין איין ווארט אז מ׳דארף שערען די האר. ער רעדט טאקע פון ביי האר אבער ער זאגט קלאר אז דאס מיינט "שערות היוצאות חוץ לצמתיהן" דאס מיינט אז מ׳לאזט זייטיגע האר זיין אויפגעדעקט, נישט סתם לאזען וואקסען האר. אינגאנצען אנדערש ווי די היינטיגע סאטמערע רבי׳ס טייטשען אז ס׳מיינט פשוט לאזען וואקסען האר אפילו מ׳איז אינגאנצען ציגעדעקט

a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg

a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_003.jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_004.jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_002.jpg
 
דו מאכסט מיך יעצט טראכטן, איז דא ערגעץ בכלל וואו סאטמאר רב רעדט פון זיך שערן (צוגעדעקטע) האר?
 
וואס איז דער פראבלעם מיט בעטן אין מיטען פון די רום , און אויך נאך בחדרי ילדים ?
עס איז דא דינים עס דארף זיין הרחקות אבער וואס עפעס פונקט מוזען די בעטן זיין ביי א וואנט .
 
זעהט אויס אז די וואס האבען זיך נישט גישאהרען די האר האבען עס גילאזט בגילוי שער היוצאת מחוץ לצמתן, און פון דארט קומט די מנהג זיך צו שערן .
 
  • הממ..
רעאקציעס: Yesh
איך זעה דא די קינטרס פון תקנות פון סאטמער רבי נאך אין שטאט סאטמער דאס איז די תקנות פאר די חסידישע עולם וואס אסר׳ט שייטלעך און אסר׳ט צו לייגען די בעטן אינמיטען די צימער וכו׳. איז נישט דא קיין איין ווארט אז מ׳דארף שערען די האר. ער רעדט טאקע פון ביי האר אבער ער זאגט קלאר אז דאס מיינט "שערות היוצאות חוץ לצמתיהן" דאס מיינט אז מ׳לאזט זייטיגע האר זיין אויפגעדעקט, נישט סתם לאזען וואקסען האר. אינגאנצען אנדערש ווי די היינטיגע סאטמערע רבי׳ס טייטשען אז ס׳מיינט פשוט לאזען וואקסען האר אפילו מ׳איז אינגאנצען ציגעדעקט

a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg

a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_003.jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_004.jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_002.jpg
ביי האר איז אט דאס נישט שערן די זייטיגע האר די אונגארישע פרויען וואס זענען געגאנגען ביי האר איז עס געווען צוגעדעקט נאר עס איז געווען וואס האבן נישט געשוירן די זייטיגע האר און אויף דעם פלעגט סאטמאר רב פארפירן ביים רעדן קעגן ביי האר
 
  • לייק

ס׳שטימט נישט געהעריג. פארוואס זאל איינער שערן אלעס אחוץ פיאות אויב זי גייט נישט ארויסלאזן די פיאות אין די זייט?? ס׳איז זיכער אז ער האט גערעדט פון ביי האר וואס בלייבט אויפגעדעקט
 
ער אליין ביי א כל נדרי דרשה האט דאס געטענהט צו די פרויען וואס גייען ביי האר וואס האט מען פון די פאר האר ווען עס איז סייווי צוגעדעקט
 
ברענג די דרשה. איך האלט אז ער האט עס נישט געזאגט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב אמאל געהערט אז די דברי יואל פלעגט געבן צוויי אנדערע דרשות. איין אין די שטאטישע שוהל, און איין אין זיין אייגענע חסידישע שוהל. אין די שטאטישע שוהל פלעגט ער קענען זאגן צו זיך צודעקן די גאנצע האר, אנטון א שייטל, נישט לאזן ביי-האר וכו'. אין זיין אייגענע פלעגט ער זאגן צו אויסטוהן די שייטל, שערן די האר וכו'.

No clue if there's any truth to it
 
איך האב אויך אזוי גיהערט און עס איז שטארק מסתבר אז עס איז אמת , ווייל דער דברי יואל האט
זיך פאררופען א חסיד פון צאנזער רב ( קען זיין ער האט גיכאפט די צאנזער שייכות פון זיין טאטע רבי חנניה יום טוב בעל קדושת יום טוב וואס האט זיך
גיווייקט אין צאנז, און מסתם איז ער גיווארן נשפע פון צאנז פון ווען ער האט זיך גיטראפן מיט הרב פריינד פון נאסאד ) און דארט איז אפילו א שפיצעל גיוועהן טרייף, דעס האט אהנגימאכט די ביטער מחלוקה פון צאנז און סאדיגורא, ( עד היום גייען די רוזינער און וויזניץ און אויך סקווירא אייניקלעך מיט מער שייטעל יעדער לויט זיין מנהג און שטייגער )
האט דער דברי יואל ביי זיך אין חסידיש שטיבעל פארלאנגט אז די פרויען זאלען גיין מיט שפיצלעך און
נאך ווייניגער אבער אין די שטאט שוהל איז דאך שוין
גיוועהן נהוג, אז די פרויען נשים צדקניות זענען חובש
פאה נכרית, האט ער נאר מוכיח גיוועהן אויף ביי האר, אויך דא אין אמריקא האט ער נישט גיהאט קעגן שייטל לבוש, עט ליעסט פון אהנפאנג,
שפעטער האט ער אויך געליטען פון די פרומע,זיי האבען איינגיבראכען די שפיעגעל אין זיין הויז ווייל זיי האט עס גישמעקט ווי מאדערן, עס איז דענסטמאהל גיוועהן א שערוריה אז אפילו די צייטונגען האבען עס ברייט באריכטעט , איז ער אויך גיווארן פרומער, און שטילערהייט האט ער ענקארעדשט די לבוש פון שפיצעל, און געדריבעלט און אנדערע שמות נרדפים,אבער און אונגארן דרך כלל און אין שטאט סאטמארבפרט,איז די שייטעל גיוועהן די יידישע לבוש, דאס זעהט מען אויך אז דער חת״ם סופר זאגט אין די צוואה פאר זיינע קינדער, אז זיי זאלען נישט גיין מיט פאה נכרית איז קלאהר משמע אז כבר פשטה הוראה בישראל אזוי ווי דער פוסק הגדול פאר יוצאי אשכנז,
דער רמ״א אז פאה נכרית איז מותר און אזוי נעמען אויך אהן דער מגן אברהם, און דער שולחן ערוך הרב איז מי ראה את אלו יוצאים און ער קען זיך ערלויבען צו פארלאנגען אז מען זאל נישט גיין. האט ער נאר פארלאנגט אז די ביי האר זאל נישט זיין ווייל עס קומט צו גילוי שער וואס איז א ערוה מדרבנן ,
 
לעצט רעדאגירט:
צו זיין קלאר וואס איך זאג
אוודאי האט סאטמער רבי געהייסן אינגאנצען שערן, אבער ער האט נישט גערעדט פון דעים ווען ער האט גערעדט פון "ביי האר" נאר ביי האר האט געמיינט ארויסלאזען האר "אויפגעדעקט". און די אלע שארפע דרשות וועגן ביי האר האט גארנישט מיט די מנהג פון זיך אינגאנצען שערן וואס איז זיככער נישט געוועהן אזוי הארב ביי סאטמער רבי ווי אויפדעקען ביי האר

והא ראיה אין די תקנות פון סאטמער רעדט ער נאר פון אויפדעקען ביי האר און קיין איין ווארט נישט וועגען שערן ((וואס אויב איז ביי האר געוועהן נפרץ איז שערען זיכער געוועהן א פראבלעם ווייל מ׳קען נישט האבן ביי האר נאר אויב מ׳שערט זיך נישט אינגאנצען)

די היינטיגע סאטמערע רביס און די ספרים וואס רעדען וועגן דעם מאכן איין גרויסע קיגעל און יעדע שארפע ווארט וועגען ביי האר זענען זיי מזייף אז דאס רעדט זיך פון פשוט פון שערן אפילי אויב מ׳איז אינגאנצען ציגעדעקט
 
זאגסט מילי בטעמא וניכרים דברי אמת
ווי מען זאגט ביי די בריסקער, דאס איז דא צוויי דינים, ביי-האר וואס ער האט מוכיח גיוועהן האט רעפערט צו שערות היוצאת חוץ לצמתן, וואס מען האט מחמיר גיוועהן על פי זוהר, אזוי ווי דער חת״ם סופר ערוועהנט עס אין זיין תשובה, און מען האט עס מקבל גיוועהן ביי די יוצאי הונגריה , נישט ווי דער בעל איגרות משה וואס איז חולק, גיבעיסט אויף די רשב״א וואס איז מיקל .
ווידער, דער מנהג זיך אינגאנצען אפשערן, איז תורת אמך, אזוי האבען זיך געפיהרט אונזערע אמהות און די היינטיגע סאטמאר מנהיגים ,זענען מעורר דאס אהנצוהאלטען, ואל תבוז ליקהת אם.
 
אביסל off topic אבער כזעה א ווארט וועגן בעטן אין מיטן צימער וואס איז די נושא דערוועגן ?
 
לכאורה האט מען גימיינט צו פארמיידען אז די בעטן זאלען זיך נישט צוזאם קומען בשעת נדתה, האט מען איינגעפירט אז די בעטן זאלען זיין ביי וואנט אפגערוקט , אדער א הפסק צווישען , בימי טהרה איז דאך נישט קיין חילוק ווי אזוי די בעטן זענען אויס גישטעלט ,זעהט אויס עס איז גיוועהן אזא קפידא
להסר מכשול .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top