איך האב אמאל געהערט אז די דברי יואל פלעגט געבן צוויי אנדערע דרשות. איין אין די שטאטישע שוהל, און איין אין זיין אייגענע חסידישע שוהל. אין די שטאטישע שוהל פלעגט ער קענען זאגן צו זיך צודעקן די גאנצע האר, אנטון א שייטל, נישט לאזן ביי-האר וכו'. אין זיין אייגענע פלעגט ער זאגן צו אויסטוהן די שייטל, שערן די האר וכו'.
No clue if there's any truth to it
איך האב אויך אזוי גיהערט און עס איז שטארק מסתבר אז עס איז אמת , ווייל דער דברי יואל האט
זיך פאררופען א חסיד פון צאנזער רב ( קען זיין ער האט גיכאפט די צאנזער שייכות פון זיין טאטע רבי חנניה יום טוב בעל קדושת יום טוב וואס האט זיך
גיווייקט אין צאנז, און מסתם איז ער גיווארן נשפע פון צאנז פון ווען ער האט זיך גיטראפן מיט הרב פריינד פון נאסאד ) און דארט איז אפילו א שפיצעל גיוועהן טרייף, דעס האט אהנגימאכט די ביטער מחלוקה פון צאנז און סאדיגורא, ( עד היום גייען די רוזינער און וויזניץ און אויך סקווירא אייניקלעך מיט מער שייטעל יעדער לויט זיין מנהג און שטייגער )
האט דער דברי יואל ביי זיך אין חסידיש שטיבעל פארלאנגט אז די פרויען זאלען גיין מיט שפיצלעך און
נאך ווייניגער אבער אין די שטאט שוהל איז דאך שוין
גיוועהן נהוג, אז די פרויען נשים צדקניות זענען חובש
פאה נכרית, האט ער נאר מוכיח גיוועהן אויף ביי האר, אויך דא אין אמריקא האט ער נישט גיהאט קעגן שייטל לבוש, עט ליעסט פון אהנפאנג,
שפעטער האט ער אויך געליטען פון די פרומע,זיי האבען איינגיבראכען די שפיעגעל אין זיין הויז ווייל זיי האט עס גישמעקט ווי מאדערן, עס איז דענסטמאהל גיוועהן א שערוריה אז אפילו די צייטונגען האבען עס ברייט באריכטעט , איז ער אויך גיווארן פרומער, און שטילערהייט האט ער ענקארעדשט די לבוש פון שפיצעל, און געדריבעלט און אנדערע שמות נרדפים,אבער און אונגארן דרך כלל און אין שטאט סאטמארבפרט,איז די שייטעל גיוועהן די יידישע לבוש, דאס זעהט מען אויך אז דער חת״ם סופר זאגט אין די צוואה פאר זיינע קינדער, אז זיי זאלען נישט גיין מיט פאה נכרית איז קלאהר משמע אז כבר פשטה הוראה בישראל אזוי ווי דער פוסק הגדול פאר יוצאי אשכנז,
דער רמ״א אז פאה נכרית איז מותר און אזוי נעמען אויך אהן דער מגן אברהם, און דער שולחן ערוך הרב איז מי ראה את אלו יוצאים און ער קען זיך ערלויבען צו פארלאנגען אז מען זאל נישט גיין. האט ער נאר פארלאנגט אז די ביי האר זאל נישט זיין ווייל עס קומט צו גילוי שער וואס איז א ערוה מדרבנן ,