מיין ווייב האט זיך אנגעהויבן לאזן וואקסן די האר בערך 4 חדשים צוריק, נאך אונזער לעצטע בעבי, ווייסעך נישט ווילאנג דאס וועט קענען אנהאלטן, ווענדט זיך ווי אומבאקוועם עס וועט זיין אונטערן שייטל, נאך די לעצטע בעבי האט די עס אויך פרובירט אבער עס איז געווען צו אומבאקוועם האט זי זיך געשוירן נאך 3 חדשים (עס איז אויך געווען אינמיטן זומער און די היץ איז געווען אומדעטרעגליך), דאס מאל איז זי מער דיטערמענד עס צו ארלעדיגן.
איך וויל הערן פון אנדערע וואס די ווייב האט זיך געלאזט וואקסן איבער זייער עקספיריענס, טיפס וכדו'