שערן די האר

כ'פארשטיי נישט פארוואס ס'זאל דארפען זיין עקסטרע בורות.
הלכה? השקפה?
נעה סתם וועגן ריינקייט. די פרויען וואס גייען אין סאטמאר מקוה זענען נישט געוואוינט צו טרעפן האר אין בור
 
אמאל געהערט אז א פרוי אן האר גייט אין א מקוה מיט האר. אין עס וועט זיך צו קלעבן צו איר האר. איז א שאלה פון חציצה
 
מ'דארף זיין פענסי, דיין ווייב איז פענסי?
וואס נעמט אריין די ווארט פענסי?

ביי א שפיצל לעידי איז א העט פענסי
ביי א העט לעידי איז א בענד פענסי
ביי א בענד לעידי איז א פלעין שייטל פענסי
ביי א פלעין שייטל לעידי איז א סטיילי שייטל פענסי
ביי סטיילי שייטל לעידי איז א לאנגע שייטל פענסי
 
לעצט רעדאגירט:
וואס נעמט אריין די ווארט פענסי?

ביי א שפיצל לעידי איז א העט פענסי
ביי א העט לעידי איז א בענד פענסי
ביי א בענד לעידי איז א פלעין שייטל פענסי
ביי א פלעין שייטל לעידי איז א סטיילי שייטל פענסי
ביי סטיילי שייטל לעידי איז א לאנגע שייטל פענסי
פארטשיילע האט געשריבען אז זיין ווייב געהערט צו א פענסי גרופע ווייבלעך
https://kraimel.community.forum/goto/post?id=12953
דערפאר האבעך עס געשריבען.
די שאלה דארף @פרטשיילע ענפערען
 
יא
ווייל אזוי שטייט שוין אין ש''ע
(ווייל זיי דארפן נישט צידעקן אפי' אינדערויסן)
פארוואס? ווייל דעמאלטס איז נישט געווען די סדר פון בתולות צו צודעקן די האר. בימנו אלה וואס ס'איז נישט די סדר פון רוב רוב נשואות צו צודעקן די האר, מעג מען אויך.

והוא הדין בכל חלקי הגוף וואס זענען מגולה מעג מען לכאורה זאגן קעגן זיי כל דבר שבקדושה, אויסער די חלקים וואס זענען צוגעדעקט ביי רוב נשים (ווי די שדיים און די ערוה). חוץ פון דעם מעג מען לכאורה ליינען קרי"ש וכדומה.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • גילוח.jpg
    גילוח.jpg
    21 KB · געזען: 127
מענין לענין (קומט אפשר אין מאחורי) אודות גילוח שער הערווה אצל האשה או האיש עי' פה. ער איז דער אנאנימער מחבר (אונטערן נאמען אברהם שמואל) פונעם ספר 'לדעת לאהוב'
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז לכאורה א הלכהדיגע שאלה ווען א פרוי שערט זיך די האר עס גייט אריין באיסור לא תלבש.
די דרכי תשובה וואס איז שוין געווען א חסידישער רבי מוטשעט זיך אויך וויאזוי מען מעג דרכי תשובה - חלק ה (קיב-קפב) - שפירא, צבי הירש בן שלמה, 1850-1913 (page 478 of 480)
האדמור מליובאוויטש אין שערי הלכה ומנהג שרייבט אז מען איבערלאזן א האלבע טפח זעהט אויס צוליב לא תלבש שערי הלכה ומנהג - אבן העזר חושן משפט - שניאורסאהן, מנחם מענדל בן לוי יצחק (אדמו"ר מליובאוויטש) (page 140 of 311)
 
מענין לענין אודות גילוח שער הערווה אצל האשה
דאס איז א קלארע אפפרעג, אויף די וואס טענה'ן אז די זיך שערן די האר קומט וועגן די חציצות ביי מקוה וואס מאכן זיך מער ביי די האר. אויב אזוי פארוואס איז מאכט מען נישט זיכער אז די נשים שערן זיך אפ איבעראל בכל הגוף?! ואדרבה א פרוי וואס שערט זיך יא אפ, איז אראפגעקוקט, מאי האי?
 
דאס איז א קלארע אפפרעג, אויף די וואס טענה'ן אז די זיך שערן די האר קומט וועגן די חציצות ביי מקוה וואס מאכן זיך מער ביי די האר. אויב אזוי פארוואס איז מאכט מען נישט זיכער אז די נשים שערן זיך אפ איבעראל בכל הגוף?! ואדרבה א פרוי וואס שערט זיך יא אפ, איז אראפגעקוקט, מאי האי?
קענסט אויך פראגע די שאלה פארקערט: ביי די ספרדים האט מען מקפיד געווען לגלח שער הערווה משום חציצה, און די קאפ נישט, מאי שנא?
 
איך קען א אינגערמאן א ת״ח מופלג א מרביץ תורה זיין ווייב גייט אינדערהיים (פארשטייט זיך נישט אין די שעות וואס די קינדער זענען אינדערהיים) מיט א חצי שיעור בגד וד״ל
נישט קיין שום פראבלעם עפ''י הלכה צו ארום גיין אינדערהיים אינגאנצן נאקעדיג. אדרבה אויב איינער האט א מראה מקום לאיסור איז מכובד.
 
נישט קיין שום פראבלעם עפ''י הלכה צו ארום גיין אינדערהיים אינגאנצן נאקעדיג. אדרבה אויב איינער האט א מראה מקום לאיסור איז מכובד.
איך פארשטיי אז ביי מראה מקום מיינסטו לשיטת ארטאדאקסישע יודען

אין שו"ע איז דא גאנצע פרטים ווי אזוי פונקט זיך מגלה זיין ביים גיין אין בית כסא, ווען זיי וואלטן גערן געקענט נוצן דיין ברייטע "נישט קיין שום פראבלעם ע"פ הלכה" און פארמיידן זייערע ספיקות..

אינגאנצן "נאקעדיג". וואס דען...
 
Back
Top