שערן די האר

א מחותן וואס קוקט אויס ווי דיר? אדער א בחור וואס האט געהערט אז זי בלייבט מיטן פאני?
טוה מיר א טובה, איך געדענק ווען איך בין געוועהן אין שידוכים מיט אזא 8 יאר צוריק האט מען מיך אנגעטראגן א מיידל וואס ס'איז איר שווער געגאנגען שידוכים, פארוואס? איינע פון די סיבות איז געוועהן ווייל אין איר משפחה גייען די פרויען "אראפגעבינדן" און זי פלאנט אויך אזוי צו גיין נאכ'ן חתונה, איך שטעל מיך פאר אז היינט אכט יאר שפעטער איז די מצב פון אזעלכע מיידלעך פיל ערגער. יא, היינטיגע בחורים ווילן די פאוני, ס'איז געענדיגט מיט די צייטן ר' טובה.
 
איך מאך דא אזא סאציאלאגישע אבזערוואציע:

ווייניג שנירלעך האלטן אן אזא לאנגע צייט, קומען אן צו צען בלעטער, האבן אזויפיל נייע ניקים וואס פיהלן באקוועם אריינצורעדן, און פילן אזוי געפיליש און פערזענליך אין די מעסעדשעס.

מיין מיינונג:
דאס איז פון די שטערקסטע זאכן וואס טוט ווייטאגן שטילערהייט, און איינע פון די ערשטע זאכן צו גיין ביי איינעם וואס האט די מעגליכקייט.

סיבות:

1. ס'איז זייער ווייטאגליך פארן פרוי, אפי' פרויען אינעם סיסטעם , וואס ווערן עווענטועל צוגעוואוינט דערצו, רעדן (ע'פ רוב) נאך יארן שפעטער צווישן חבר'טעס פון וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען און וויאזוי זיי האבן געפילט וכו', אזויווי מען רעדט פון א טראומא.

2. ס'איז פון די זאכן וואס מאכן די ווייניגסטע סענס פארן רוב המון עם... גלייב מיר אז רוב יונגערלייט קענען נישט מסביר זיין פארן ווייב פונקליך וואס די פראבלעם איז מיט האר. די וואס ווייסען עפעס מער ווייסן עפעס מיט "א חתם סופר... חציצה.... נישט פונקליך, אבער מיין מאמע וועט עס זייער באדערן..."

3. אפי' פאר די וואס נעמען אן בתמימות א מנהג ישראל תורה און ווייסן שוין יא די מקורות, ווייסן אז דאס האט פון די שוואכסטע מקורות רעלאטיוו צו אנדערע מנהגים. ער ווייסט אז רוב אידן גייען יא מיט האר. ער ווייסט (טיף אינעם באוואוסטזיין) אז מ'טרעפט עס נישט אין ערגעץ ביז אפאר הונדערט יאר צוריק. ער ווייסט אז קיינער (אפי' די היסטאריקער) ווייסן נישט פונקליך וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן.

פרעגט אייך א פראגע, וועלכע נאך מנהג ווערט אינפארסירט אזויווי דעם, דורך די מאמע דירעקט קומען שניידן די טאכטער'ס האר? (עס פלעגט נישט זיין אזוי. פרעגט אייערע באבעס. )

שטעלט אייך פאר עס גייט צו אזוי: די פרוי זעצט זיך אראפ צו פרישטיק נאכ'ן שבה ברכות מיטן מאן. "יענקי ווילסט איך זאל אפשערן די האר? פאר דיר וועל איך עס טוהן, אויב ס'איז פאר דיר וויכטיג..."
קיינער וואלט מער נישט געוואוסט צו זאגן פון אזא מנהג.

והנראה לעניית דעתי כתבתי

הקטן שושני
 
לעצט רעדאגירט:
איך אגרי צו מר. שושני, אבער בקיצור נמרץ איז דער ענטפער ווי אסאך האבן שוין מסביר געווען. למעשה איז דאס עפעס וואס איז "אין די סיסטעם" גאר שטארק אפגעפרעגט, און כאטש סיי ווער עס איז מחליט צו דראפן זיין לעוול סאסייעטי וועט דאס זיין פון די ערשטע צו דראפן, אבער ווען איינער וויל - מאיזה סיבה שהיא - בלייבן אינעם סיסטעם בתוך סיסטעם (דהיינו קהלה, וועלכע לעוול פון די קהלה, משפחה, והמסתעף) וועט דאס זיין ממש אומדערהערט צו טוהן.

די פשוט'ע סיבה צו טוהן איז, למעשה דארט ווי מען שערט זיך, שערט זיך יעדער אפילו די וועלכע זענען אין א נחות דרגא אין אנדערע זאכן, און ממילא אפילו נניח אויב ביידע מחותנים וואלטן גערן מסכים געווען ווילן זיי נישט זייער שטוב זאל זיין א שטוב וואס מ'שערט זיך נישט, און עס איז ממש נישט שייך צו טוהן שידוכים מיט די זעלבע לעוול משפחה אויב מ'איז נישט אויף איין פעידזש אין דעם הינזיכט. וואס באדייט אז א טויש אין דעם, מיינט א פול פלעדזש טויש אין די גאנצע "סטאטוס" פון אידישקייט באקס וואס מען איז.

כ'קען נוצן מיר אלס עקזעמפל, איך און מיין ווייב וואלטן עס געדראפט אן צווייפל, אבער למעשה זענען מיר לעת עתה במחשבה צו בלייבן אינעם באקס לאורך ימים ושנים, און מיר ווייסן אז דער טאג וואס אירע האר איז גענוג גרויס אז די קינדער ווייסן אז זי שערט זיך נישט, there is no way back. און אזוי יצא מה שיצא...
 
ממש אזוי, אבער... ליין ווייטער

עס גייט ביידע וועגען, עס זענען דא די פלעצער ווי ס'איז ממש יהרוג ואל יעבור און דארטן וועלן די שוואכערע אויך זיך שערן, כמעט ווי זיי ווייסן נישט פון אן אנדערע אפציע.
זיי קענען גיין אנגעטוען אויף א אופן וואס רוב וועלען האלטען נישט צניעות'דיג/לכתחילה, אבער די האר וואס האט נישט קיין שום הלכה'דיגע מקור וועט מען ערליך שערן. ממש היפאקריסי

מאידך גיסא זענען דא אסאך וואס האב געjoined די סארט קהילות אבער שטאמען לאו דווקא פון דארט, למשל יוצאי פולין, ליטא, רוסלאנד, אמעריקאנע, אסאף ארץ ישראל'דיגע, וואס זענען נישט אויפגעוואסען אז דאס איז פון די שלש חמורות און דארט זענען דא אסאך וואס הערן אויף פאר עני פראקטישע סיבה אפילו אזעלכע וואס זענען אסאך פרומער פון די פריער דערמאנטע, בקיצור ס'איז א געהעריגע קולטורישע זאך
כ'קען נוצן מיר אלס עקזעמפל, איך און מיין ווייב וואלטן עס געדראפט אן צווייפל, אבער למעשה זענען מיר לעת עתה במחשבה צו בלייבן אינעם באקס לאורך ימים ושנים, און מיר ווייסן אז דער טאג וואס אירע האר איז גענוג גרויס אז די קינדער ווייסן אז זי שערט זיך נישט, there is no way back. און אזוי יצא מה שיצא...
אויב איז עס קלאר אז אזוי בלייבט עס וויין נישט איבער דעם, טרעפ עפעס וואס וועט יא אנצינדען צו שייטל אדער עפעס אנדרעש, טראכט גוט וכו'
 
אויב איז עס קלאר אז אזוי בלייבט עס וויין נישט איבער דעם, טרעפ עפעס וואס וועט יא אנצינדען צו שייטל אדער עפעס אנדרעש, טראכט גוט וכו'
דו האסט מיר געזעהן וויינען?! איך בין פערפעקט מסודר ב"ה...
 
איך מאך דא אזא סאציאלאגישע אבזערוואציע:

ווייניג שנירלעך האלטן אן אזא לאנגע צייט, קומען אן צו צען בלעטער, האבן אזויפיל נייע ניקים וואס פיהלן באקוועם אריינצורעדן, און פילן אזוי געפיליש און פערזענליך אין די מעסעדשעס.

מיין מיינונג:
דאס איז פון די שטערקסטע זאכן וואס טוט ווייטאגן שטילערהייט, און איינע פון די ערשטע זאכן צו גיין ביי איינעם וואס האט די מעגליכקייט.

סיבות:

1. ס'איז זייער ווייטאגליך פארן פרוי, אפי' פרויען אינעם סיסטעם , וואס ווערן עווענטועל צוגעוואוינט דערצו, רעדן (ע'פ רוב) נאך יארן שפעטער צווישן חבר'טעס פון וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען און וויאזוי זיי האבן געפילט וכו', אזויווי מען רעדט פון א טראומא.

2. ס'איז פון די זאכן וואס מאכן די ווייניגסטע סענס פארן רוב המון עם... גלייב מיר אז רוב יונגערלייט קענען נישט מסביר זיין פארן ווייב פונקליך וואס די פראבלעם איז מיט האר. די וואס ווייסען עפעס מער ווייסן עפעס מיט "א חתם סופר... חציצה.... נישט פונקליך, אבער מיין מאמע וועט עס זייער באדערן..."

3. אפי' פאר די וואס נעמען אן בתמימות א מנהג ישראל תורה און ווייסן שוין יא די מקורות, ווייסן אז דאס האט פון די שוואכסטע מקורות רעלאטיוו צו אנדערע מנהגים. ער ווייסט אז רוב אידן גייען יא מיט האר. ער ווייסט (טיף אינעם באוואוסטזיין) אז מ'טרעפט עס נישט אין ערגעץ ביז אפאר הונדערט יאר צוריק. ער ווייסט אז קיינער (אפי' די היסטאריקער) ווייסן נישט פונקליך וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן.

פרעגט אייך א פראגע, וועלכע נאך מנהג ווערט אינפארסירט אזויווי דעם, דורך די מאמע דירעקט קומען שניידן די טאכטער'ס האר? (עס פלעגט נישט זיין אזוי. פרעגט אייערע באבעס. )

שטעלט אייך פאר עס גייט צו אזוי: די פרוי זעצט זיך אראפ צו פרישטיק נאכ'ן שבה ברכות מיטן מאן. "יענקי ווילסט איך זאל אפשערן די האר? פאר דיר וועל איך עס טוהן, אויב ס'איז פאר דיר וויכטיג..."
קיינער וואלט מער נישט געוואוסט צו זאגן פון אזא מנהג.

והנראה לעניית דעתי כתבתי

הקטן שושני
1. נישט אינגאנצן ריכטיג. גענוג און נאך סיסטעם פרויען זענען צוגעוואוינט אז 'אזוי קומט עס' ובדיל ויעבור.

2. ס'מאכט טאקע נישט קיין סענס, אבער דער געווענליכער המון עם וואס טראכט נישט ווייטער פון די נאז, טראכט אויך נישט דא. מ'ווייסט אזוי קומט עס און שוין. פארשטייט זיך אויב די ווייב וועט אויסדרוקן ווידערווילן וועט דער מאן געווענליך נישט קענען מסביר זיין על מה ולמה. אדער וועט ער זאגן אז ס'משום חציצה, און אויב די פרוי וועט נודזשען און וואס טוט זיך מיט האלב כלל ישראל שאינו מתגלח? וועט ער נישט האבן קיין תשובה.

3. אמת און ריכטיג. ס'איז היסטאריש מאדנע ווי אזוי א זאך וואס האט א שוואכע מקור (ואולי גם נגד ההלכה וקבלה) זאל ווערן ממש יהרג ואל יעבור אין טייל קהילות בישראל. למען האמת איז עס נישט דוקא היינט, צאנזער רב פלעגט שוין זאגן פאר דייטשע פרויען 'הארע אפשניידן', דער אהבת ישראל וועם מ'האט כמעט נישט געהערט מוחה זיין האט גערעדט דערפון בכל החומר, ועוד ועוד, וכל זה רק מוסיף על הפליאה העצומה, והדבר אומר דרשני.

4. אינטרעסאנט טאקע ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מנהג קדוש אז די מוטער קומט אריבער שערן?

5. ס'איז דא א שטיקל אין ספר בהיות הבוקר פון רבי שאול בראך וואו ער איז מעורר בנוגע זיך שערן, אבער לייגט צו אז ס'דארף זיין 'ברשות בעלה', ולאו הלכתה כותיה.
 
4. אינטרעסאנט טאקע ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מנהג קדוש אז די מוטער קומט אריבער שערן?
זייער פשוט. ווען די מיידל האט אנגעהויבן קווענקלען און געזאגט פארן מאמען "איך קען דאס נישט טאן צו מיר אליין", האט די מאמע געענטפערט מיט א ביטול "וואס רעדסטו, איך טו דאס שוין פאר צוואנציג יאר, וועסט דיר שוין צוגעוואוינען, דו ווייסט וואס... איך וועל אריבער קומען דיר העלפן כדי זאל דיר זיין גרינגער..."
 
לעצט רעדאגירט:
זייער פשוט. ווען די מיידל האט אנגעהויבן קווענקלען און געזאגט פארן מאמען "איך קען דאס נישט טאן צו מיר אליין", האט די מאמע געענטפערט מיט א ביטול "וואס רעדסטו, איך טו דאס שוין פאר צוואנציג יאר, וועסט דיר שוין צוגעוואונען, דו ווייסט וואס... איך וועל אריבער קומען דיר העלפן כדי זאל דיר זיין גרינגער..."
איך האב א קרובה גאנץ אמעריקאניש ישיביש, אבער איהר מאמע איז פון א אונגארישע אפשטאם, די חתן [מיין קרוב] האט זיך געדרייט ביי א געוויסע רבי/רב/ראש ישיבה וואס האט מסכים געוועהן צו מסדר קידושין זיין נאר אויב מען שערט זיך, ער האט פון אזא זאך קיינמאל נישט געהערט האט ער געפרעגט די כלה האט זי איהם געזאגט NO WAY! ביזט משוגע קיינמאל אזא צודרייטע זאך נישט געהערט [איר מאמע שערט זיך בפשטות אבער זי האט נישט געוויסט], שוין איז עס געבליבען אזוי.

ויהי ממחרת [אין ויהי אלא לשון צער] איז די מאמע אנגעקומען צו שערן... זי האט געזאגט איך און מיין חתן ווילן נישט, די מאמע האט געזאגט פון מארגען און ווייטער קענען ענק טוען וואס איר ווילט יעצט גיי איך שערן... ס'איז געגאנגען צעקות ובעיטות אבער די מאמע האט איר אראפגעהאלטען [איך ווייס נישט צו בכח הגוף או הרוח] און געשוירען
פארשטייט זיך אז דאס איז געוועהן די לעצטע מאל זי האט זיך געשוירען

בד"וו די פרוי איז שוין כמעט א עלטער באבע, סא מען רעדט פון א שיין ביסל יאר צוריק
 
ווען ס'האטזיך אמאל גערעדט א שידוך ביים אמשינוווער רעבינ'ס טאכטער, און דער חתן האט זיך געוואלט אויסנעמען אז דאס מיידל זאל זיך שערן נאך די חתונה, האט די אמשינובער געענטפערט אז מ'קען נישט פארלאנגען פון דאס מיידל א זאך וואס איר מאמע טוט נישט, ווען די רעביצין האט געהערט וואס די רבי זאגט האט זי זיך אנגערופן מיט וואונדער: איך וואוין שוין מיט אים צוזאמען 30 יאר און ער ווייסט ניטאמאל אז איך שער זיך אפ פאר אים...
 
5. ס'איז דא א שטיקל אין ספר בהיות הבוקר פון רבי שאול בראך וואו ער איז מעורר בנוגע זיך שערן, אבער לייגט צו אז ס'דארף זיין 'ברשות בעלה', ולאו הלכתה כותיה.
דו מיינסט ליידער לאו הלכתה כוותיה.
 
א ווייב דארף גיין מיט האר ווייל דאס מאכט איר פילן פעמענין, טראכט פון א מאן אן א ברית קודש ער איז פשוט נישט קיין זכר, די זעלבע ביי א נקבה די האר איז א חלק פון איר איידענטיטי.
למעשה דארף קיינער נישט וויסן, מען דארף קיינעם נישט זאגען און מען מאכט נישט קיין עסק דערפון, אויב איינער וואגט זיך עפעס צי זאגען געט מען יענעם אזא לאנגע קוק ווי צי זאגען, ווען איך האב לעצטע מאל געהאט סעקס ווילסטו אויכט וויסען? און אויב יענער כאפט נישט די רמז זאגט מען עס זייער קלאר.
מאך יענעם פילן ווי א קריפּ, ווייל יענער איז טאקע א קריפּ.
עניוועי ביי מיין חבר (עהעם עהעם) אינדערהיים שערט מען זיך נישט, ס׳האט גענומען אביסל צייט אבער איינמאל זי האט פארשטאנען ווי וויכטיג ס׳איז האט זי טאקע אנגעהויבען עס וואקסען, איר פראבלעים איז טאקע געוועהן די פחד פון מה יאמרו, למעשה איז עס די פחד פון די unknowen, דערווייל האט זי נאך קיינמאל נישט צוריקגעהערט פון קיינעם און איין שוועסטער האט שוין נאך געמאכט.
די בליק קען אפשר ארבעטן מיט פרענדס און שוועסטער׳ס אדער שוועגערינס, אבער מיט די שוויגער? ווער רעדט נאך פון די מאמע?
ס׳דארף זיין א בעסערע עצה

איך מיין בויען איר קאנפידענס צאלט זיך גוט אויס.

ווייל ס׳געט אן air פון: דו קענסט מיר נישט אנרירן (אפילו ווען דו וואגסט זיך איבערצוגיין דעם גבול וועל איך זיך נישט לאזן טרעטן מער ווי א טעפיך... ס׳איז נישטא מער מיט וועמען צו מאכן פּאטאַש)

א חבר האט מיר דערציילט זיין פרוי איז אזויפיל מער קאנפידענט יעצט (איינמאל זי האט דורכגעבראכן די ערשטע פחד פון טוישן, און יעצט פילט זי אזוי גוט מיט זיך אז זי האט האר און קען זיך ארומשפילן דערמיט, מאכן סטיילס & קאלירן, (עס איז די קראפט פון א מענטש ווי מיר זעען שוין ביי שמשון) הקיצור זי געבט נישט קיין קרעפל אויב איר מאמע אדער שוויגער וועלן זיך וואַגן עפעס צו זאגן (אודאי קען עס וויי טאן, אבער א יונגע בוים קענסטו אונטערווארפן, איינמאל ס׳איז פעסט פארפלאנצט מיט טיפע ווארצלען, רירט זיך עס נישט פון אָרט)

אין אזא פאל איז א מחי׳ ווייל ער האט איר נישט געדריקט אויף דעם, פשוט מסביר געווען וויפיל שענער און בעסער ס׳קען פילן און צו זיין מזל, האט איר חינוך איר נישט אזוי ביטער אנגעשראקן פון עס טון.
למעשה, איינמאל זי איז געקומען צום טעם, איז עס פונקט ווי ווען דו עסט א געשמאקע טשאלנט און א גוי גייט פארביי און זאגט: עך... ס׳ברוין... קוקט אויס עקלדיג, וויאזוי קענסטו עס עסן? איינמאל מ׳פארזיכט און מ׳איז זיך מחי׳ קען שוין קיינער נישט פאדרייען א קאָפ
(that is key: if she enjoys it אויב ס׳נישט איר בחירה איז עס לפע״ד נישט מעגליך צו פאסירן)
 
לעצט רעדאגירט:
געווען אמאל א הערשער אין א דארף וואס האט פארדינגען פאר א אידישע משפחה א קרעטשמע, ויהי היום דער דינגער האט נישט געהאט צו באצאלן, האט דער פריץ באשלאסן אז אלץ שטראף גייט ער אפשניידן פאר די גאנצע משפחה די פיס,

צעהן יאר גייט אריבער די משפחה האט זיך שוין צוגעוואוינט צו וואוינען אנע פיס אין זיך ארומדרייען אנע גלידער.

ויהי היום דער טאטע הערט א שמועס צווישן זיינע אינגערע קינדער וואס זענען שוין אויפגעוואקסן אן דעם, אז נאך א מזל זיי האבן נישט קיין פיס, עס איז דאך אזוי שווער צו מעינטעינען, אין מען ברויך עס וואשן טעגליך אויב נישט שוויצט עס...

כלפי מה דברים אמורים, אונז זענען שוין אזוי פארטעמפט מען האט אויסגעריסן פין אונזערע טעכטער די שענסטע זאך, זייער קרוין! דאס וואס מאכט זיי אויסזען שיין.

מען גאלט זיי אפ ווי געפאנגענע...

אין ניטאמאל ווייסן זיי אז עס פעלט זיי עפעס.

אין ניטאמאל ווייסן זייערע מענער, אז זייערע פרויען קוקן אויס ווי זאמביס.

קיין איין שייטל קומט נישט צו, צו שיינע לאנגע האר...

ליידער האב מיר נאכנישט זוכה געווען דערצו ועל משכבי בלילה ביקשתי את שאהבה נפשי...

אחכה לו בכל יום שיבוא.
דיין משל ברענגט גוט ארויס דעם ווייטאג,

אבער במחילת כבודך ס׳נישט דומה לנמשל, חוץ אויב די לייגסט צו א פרט אז ער האט זיך ארומגעקוקט אין זיין קרייז ווי מענטשן וואס האבן יא פיס זענען מחיוב צו זיצן יעדן אינדערפרי און עס צודעקן מיט רייעס באנדאזשן אזש ס׳שאפן זיך בלאָטערן פון שוויצן און דערשטיקן און נישט לאזן צוקומען קיין לופט צו די פיס ווי נאטירליך פעהלט אויס. אין אזא פאל וועט נאך קיינער נישט באשליסן דורכצוגיין די יסורים פון אפהאקן די פיס, אבער ס׳לייגט זיך אויפ׳ן שכל אז אויב זיי זעען די אפקומעניש וואס די שכנים זייערע מיזן דורכגיין צוליב די פאררוקטע געזעצן אינ׳ם לאנד, וועלן זיי קלערן אז ס׳נישט אזוי שלעכט צו זיין אָן פיס (פארגעס נישט, אז זיי געבן זיך שוין זייער גוט אן עצה היינט, און זענען צוגעוואוינט אזוי) ממילא פארוואס זאלן זיי וועלן זיך שווערער מאכן דאס לעבן ווען ס׳גארנישט אזוי קלאר אז ס׳וועט זיין יצא הפסדו בשכרו?

ווען דו קוקסט דערויף פון דיין פרוי׳ס שטאנדפונקט איז עס גאר אן אנדערע בילד. יא לאגיק זאגט אז ס׳איז א משוגענע וועג, אבער ווען איינער דערציילט דיר וואספארא חורבן בראנפן מאכט דיר אין מאגן (literally creates holes וואס נעמט א וויילע צו היילן) וועסטו דען זיך אפהאלטן פון א געשמאקן שנאפס ווייל ס׳נישט לאגיש: אויב דו ווילסט האבן כח, צו גיין זיך אפשוואכן דעם גוף מיט די אייגענע הענט...? אוודאי פירן זיך מענטשן נישט אויף לויט לאגיק! נאר אין מערסטן פאל, לויט זייער באקוועמליכקייט.

איך גלייב דיין ערשטע ישועה וועט זיין, איינמאל דו קענסט עס פארשטיין פון איר זייט. ווייל פונקט ווי דו קענסט נישט פּלאנען א road trip קיין פלארידע בעפאר דו ווייסט פון וואו דו הייבסט אָן! וואו דו געפינסט זיך יעצט?- אזוי אויך אין לעבן, קען מען אין ערגעץ נישט אנקומען איידער מ׳האט קלאר ארויס די מצב אין וואס מ׳געפינט זיך (נישט נאר פון דיין שטאנדפונקט וואס איז פיינפול, נאר אויך פון די זייט פון דיין שותף...)
 
לעצט רעדאגירט:
דו האסט מיר געזעהן וויינען?! איך בין פערפעקט מסודר ב"ה...
די sad joke איז אז כ׳קען גענוג משפחות וואס האבן אזוי געגלייבט, אז not rocking the boat וועט זיי ראטעווען. און זיי האבן זיך געצווינגען נישט צו נעמען ערנסטע שריט צו פארבעסערן דאס לעבן פון זייער משפחה- אויס מורא אז זיי וועלן אלעס פארלירן.

ליידער, אפילו מיט דעם וואס זיי זענען געבליבן ערליך & פאלגזאם צום סיסטעם - זענען זיי צום סוף געווארן ביטער אויסגעשפילט
ווייל די סיסטעם האט נישט דעליווערט די promises פון צופרידנשטעלן זייערע קינדער -

זיי האבן געמיינט זיי וועלן האבן מנוחה- אבער זייערע קינדער האבן אלעס אויסגעשפיגן צום סוף.

חינוך איז נישט וואס דו רעדסט איין דיינע קינדער (אדער לאזט די א.ג. מחנכים איינבאקן אין זיי) חינוך איז דיין אייגענע אויפפירונג.

דיינע קינדער קענען דיר בעסער ווי דיר אליין, און זיי וועלן אלעמאל דערשמעקן וואס ליגט אונטער דיין הנהגה. אויב איז דא א פחד פון אויפרעגן מענטשן און פארדעם ארויף בלייבן זיי שימלען אין א סיסטעם וואס געבט זיי נאר באגרעניצונגען און רויבט זיי פון לערנען בעיסיק tools פאר א נארמאלע לעבן, דעמאלס איז דא פארשידענע רעאקציעס:

ס׳דא קינדער וואס וועלן דוקא טון פארקערט:
אויב מיין טאטע האט זיך א גאנץ לעבן נישט געוואגט וועל איך זיך וואַגן צו טון וואס איך וויל נאר (און אָן קיין אהנונג פון די וועלט, ווייסמער ליידער וואו אזעלכע קינדער קענען אנקומען)

אנדערע קינדער פאלן אריין אין זעלבן מהלך אבער מיט פארקערטע תוצאות: מיין טאטע האט געוועהלט די ״באקוועמערע״ וועג (די status quo) וועל איך אויך וועהלן וואס פאר מיר איז די באקוועמסטע...

הקיצור, נחת ברענגט עס נישט.

אמת׳ע נחת קומט נישט פון זיך פארקנעכטן פאר׳ן סיסטעם, נאר פון עכטע אינוועסטמענט אין דיין אייגענע כאראקטער און רפואת הנפש, און דאס טרעט אויס א וועג פאר דיינע קינדער אויך צו מאכן דאס בעסטע פון זיך וואס זיי קענען נאר
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס פון פרויען מיט שפיצלעך וואס שערן זיך נישט
מיט די יעצטיגע סטייל פון שפיצלעך איז עס נישט אזוי שווער צו עס מאכן
I am sorry I only have english on my keyboard, what do you mean with todays style, my wife claims its not possible with a shpitzel
 
לעצט רעדאגירט:
לענ"ד
איך פארשטיי פארוואס אסאך קרעכצן וועגן שערן. האר קען זיין זייער שיין און פיל צוגעבן נאטורליכע גלאנץ

אבער א שאד צו ווערן סטאק ביי די פרט

מען קען זיין פענסי, הערליך, לעכטיג, סעקסי, גליקליך און העפי, אויך אויב מען שערט זיך פאר סיי וועלכע סיבה
 
Back
Top