- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 435
- רעאקציע ראטע
- 1,379
אסאך מענטשן טענה'ן אז די עיסקת שליט איז געווען די גורם פאר די אקט. 7 טעראר אטאקע (און צוליב דעם דארף מען און מ'טאר נישט, מסכים זיין צו א עיסקה יעצט, וואס נעמט אריין צו באפרייען טעראריסטן, ווייל דאס וועט ח"ו ברענגען נאך אן אקט. 7).
די מציאות איז אבער, אז די עיקר שולדיגע אין די טעראר אטאקע, זענען די מענטשן אינטשארדזש (אנגעפאנגען ביים ראש ממשלה, און גענדיגט ביים קלענסטן סאלדאט אין די מודיעין קאמיוניטי וואס האט נישט אויפגעכאפט די סיגנאלן, און אלע אינמיטן, רמטכ"ל, מטכ"ל, ראש אמ"ן, ראש השב"כ, וכו' וכו'), אזוי אויך די אזוי גערופענע קאנסעפציע, די געלט שיקן צו כאמאס, וכו' וכו'.
דאס אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן זענען געקומען פון עיסקת שליט (צווישן זיי סינוואר ימ"ש אליין), איז - כמעט - א זייטיגע פרט.
מינינג טא סעי, די מענטשן אין טשארדזש זיי זענען דא, מ'האט זיי אויסגעוועלט כדי צו אפהיטן די לאנד, זיי זענען דורכגעפאלן - מיאוס דורכגעפאלן, ליידער.
וואו קומט אריין צו זאגן, אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן האט מען באפרייט ביי די עיסקת שליט? דעמאלטס האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו ראטעווען זייערס א סאלדאט וואס איז פארכאפט. און נאכדעם האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו אפהיטן די לאנד, טאקע פון די טעראריסטן וואס זיי האבן ארויסגעלאזט.
דורכגעפאלן זענען די פירער פונעם לאנד וואס האבן נישט געקענט אפהיטן די לאנד אקט. 7, נישט די פירער וואס האבן באפרייט די טעראריסטן כדי צו באקומען שליט (גראדע איז ביבי געווען ביי ביידע ראה"מ, כ'מיין נאר די געדאנק).
די זעלבע קושיא איז לגבי די סרבנות, וואס די רעכטע טענה'ן אז דאס האט אנגעברענגט אז סינוואר זאל אטאקירן די לאנד.
אפילו לו יצוייר די סרבנות האט אנגעמאכט אז סינוואר זאל אטאקירן די לאנד, איז די טענה אבער אויף די פירער פונעם לאנד וואס האבן דורכגעפאלן צו באשיצן די לאנד.
די וואס האבן געזאגט אז זיי גייען זיך נישט שטעלן במילואים וועגן די רפורמה, אויב זיי זענען געווען גערעכט (ד"ה לפי דעתם זענען זיי געווען גערעכט, ווייל זיי האבן פרובירט אפצושטעלן די מדינה צו ווערן ווייניגער דעמאקראטיש - לפי דעתם) האבן זיי געטון וואס זיי האבן געדארפט טון, די פירער פונעם לאנד זענען דורכגעפאלן צו באשיצן די לאנד.
די וואס האלטן אז זיי האבן נישט גוט געטון, האט עס אבער נישט מיט די טעראר אטאקע.