א שטימע פון יענער װעלט - מרס ע. װאלערשטײן'ס ברעינװאַשינג ביכל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,536
רעאקציע ראטע
4,552
פונקטן
443
װען איך בין געװען א קינד פלעג איך זײער צוגעבונדן זײן צו די פארזעצונגען, די מעשיות בהמשכים, װעלכע פלעגן ערשײנען אין די ארץ ישראל'דיגע באלײכטונגען. די שרײבערקע געדענק איך האט מען שױן דעמאלס געװאוסט איז אײנע מרס װאלערשטײן פון ירושלים. די סיבה פארװאס איך האב זײ ליב געהאט איז װײל ס'איז געװען געשריבן מיט אסאך געפיהל און זײער דיטעילד.

איך האב שױן זינט דעמאלט פון לאנג אױפגעהערט צו לײנען אידישע אױסגאבעס, אפגערעדט אזעלכע אלטמאדישע און צוריקגעבליבענע װי די װעלכע אַפּיערְן אין די באלײכטונגען (קען זײן הײנט האט זיך עס שױן אױך עדװענסְד).

שפעטער, אלס אינגערמאן, װען איך האב געארבעט אין א ספרים געשעפט, האב איך באמערקט אז מען האט גענומען אפאר פון אירע פארזעצונגען װעלכע זענען געלאפן אין די באלײכטונגען (צו אפשר אױך אין אנדערע אױסגאבעס) און זײ געדריקט אין ביכלעך כדי צו זײ צו פארקױפן אין די געשעפטן פאר אונזערע יונגװארג. אבער כ'האב שױן דאן געהאלטן אפאר טריט פאראױס און אפילו 'דער שטערן' שױן נישט עכט געלײנט.

לעצטנס איז מיר אױסגעקומען צו פארברענגען מיט אַן אלטע קאלעגע, איז אזױ װי איך האב דעװעלאָוּפד לעצטנס אביסל א געשמאק צו ליטערארישע קריטיקיו, האב איך אים געבעהטן אױב ער קען פאר מיר אײנהאנדלען אײנע פון מרס װאלערשטײן'ס ביכלעך. איז ער צוריקגעקומען און מיר געברענגט א בוך פון איר װאס הײסט 'א שטימע פון יענער װעלט'. די בוך קאסט א שװערע £25.50 װאס איז ארום $35 אין אמעריקאנע געלטער.

1757969759311.webp


מה נאמר ומה נדבר. נאכ'ן אָנהײבן עס לײענען בין איך גאר שטארק אנטױשט געװארן אזש כ'האב מיך געװאונדערט און געריסן די האר אז כ'האב אזאנס געקענט אמאל ליב האבן און קאָנסיוּמען.

חוץ מזה װאס די ביכל איז נישט 'אַרט לשם אַרט' נאר 'אַגענדע און דאָגמע פארשלײערט אונטער א מלבוש פון אַרט' - אַרט גראד מיט די ציהל צו מח-װאשן אונזערע יונגװארג מיט נארישע אמונות טפילות און "סיסטעם" אײנגערעדטקײטן, איז די עצם מעשה, קען זײן טאקע צוליב װאס עס איז אַרט מיט אַן אגענדע, בכלל נישט אינטרעסאנט און עס מאכט אפטמאל אפילו נישט קײן סענס; אױכעט מסתמא װײל מרס װאלערשטײן איז אזױ געבױגן כל הזמן, יעדן בלאט, ארױסצוברענגען און ארײנצופאָרסְן אירע סילי מעסידזשעס.

ס'קוקט אױס װי מרס װאלערשטײן האט די מעשה ספעציעל ערצײגט, געבאקן און געשנירלט נאר ארױסצוברענגען די "מוסָרים" און די נארישע לעסאנס װעלכע זי האט שױן געהאט אין מײנד אונז צו מזכה זײן מיט, תיכף בײם אָנהױבן שרײבן די בוך. אנשטאט שרײבן א מעשה מיט אפאר שײנע דערהערן אינדערמיטן האט זי ארומגעבױעט א מעשה ארום א טוץ פון מאראלן און משוגעתן װאס זי זוכט די לײענער ארײנצוצװינגען אין האלז ארײן בעל כרחו.

װען מען גײט אדורך די ביכל כאפט ממש אַ עקל צו זעהן װי די סטעיטמענטס און דוגמאות - װאס זי גיבט מחזק צוזײן די נארישע סטעריאָוֹטײפס און פיטערן אונזערע קינדער מיט שנאה און העיט - איז אדורכגעפלאכטן דעם גאנצן השתלשלות הסיפור, און װי מען זאגט אין ענגליש, פארנעמען זײ א עיקר טהִים דורכאױס די ערצײלונג. די נאכאנאנדע פאראכטונג װאס זי פרעדיגט איז נישט נאר קעגן אידן פון אנדערע דענאָמינאַציעס, װי מאדערנע און ספרדים, נאר אפילו דיע װאס זענען בעצם חרדים נאר זענען למשל פון די ליטװישע קהילות.

עס איז מיר ממש א װאונדער אז אפילו ערליכע רבנים און דײנים װאס לפי זײערע נעמען דארפן זײ לכאורה האבן א גלײכן דעת צו מחלק זײן צװישן אמת'ע איסורים און נאר אזעלכע קולטורעלע אײנפירונגען און גדרים, אז זײ זאלן געבן פאר אזעלכע גארביטש און אינדאָקטרענעישאָן, אַן הסכמה. איך קען זײ נאר דן לכף זכות זײן אז פילײכט האבן זײ די ספעציפישע בוך נישט געלײענט.

אדורכגײן דוגמאות​

קומט לאמיר אדורכגײן די מעשה בקיצור און זעהן פארשידענע אָנדערלײנד עקזעמפּלס פון די שטותים װאס זי קומט פארקױפן פאר אונזערע קינדער פאר גוט געלט, און עולם גולם קױפט עס, נישט כאפענדיג אז מיט דעם פאר'סמ'ט מען די מוחות פון אונזערע קלײנינקע און הײליגסטע װאס מיר פארמאגן, די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא שנאת חנם.

קודם זײט װיסן װער עס איז דער מפיץ און דער ארױסגעבער אדער דרוקער: 'הוצאת געװאלדיג' (הפצה ראשית) דאכצעך פון אמעריקע און 'הוצאת אור ברוך', על שם ר' ברוך שלעזינגער ז"ל, פון ארץ ישראל. די אדרעס איז 28 חזון איש, ירושלים און די טעלעפאן נומער 02-5711330.

1757969789849.webp


נאכדעם דא האט איר די הסכמות. צװישן זײ שטאַרט ארױס דער הסכמה פון ר' משה זאב זארגער פון קרית ויואל משה אין ירושלים, הגם א ת"ח א באקאנטע קנאי אבער מערקט אין אײנס נאך די נעקסטע אימעדזש אז מרת ש. זארגער (זײן פרױ לכאורה) איז די מגהת פון די ביכל. עימוד ועיצוב עטיפה איז עמיצער מרס מ. גרליץ.

1757969830400.webp


די בעלי הסכמות חוץ ר' זארגער זענען ר' עמרם אופמַן, ר' מרדכי פרידלנדר, ר' שלמה יודא הירש און ר' אליעזר מינצבורג. אלע מורי צדק אין די עדה החרדית אין ירושלים. מערקט אױך אז זי איז מדגיש דאס זײ האבן איר געגעבן הסכמות אױף איר פריעדיגע ביכער, ממילא, אפי' אױב האבן זײ יענע געלײענט, װײס איך נישט צו די ביכל האבן זײ בכלל געזעהן.

שױן תיכף אין די פאָרװארט מאכט זי נישט קײן סוד װעגן די "מוסר השכל" און די ציהל פארװאס זי שרײבט די בוך, און װאס זי װיל אונז מיט דעם לערנען אזש עס האבן איר גע'עצה'ט חשוב'ע אנשי חינוך אז זי זאל פון דעם רעדן. זי װיל, מיט דעם בוך, א דענט מאכן אין די "שעצונג" װאס, זי זאגט, עס האט זיך ארײנגעכאפט במחנינו, צו מענטשן װאס לערנען זיך אין װעלטליכע ענײנים אדער/און גײען מאכן א דעגרי כדי צוקענען האבן אביסל א בעסערע פרנסה און בעסערע אױסזיכטן צו מצליח זײן אין לעבן. זי װיל אונז פארצײלן װי "שעדליך עס איז אזא הנהגה" און אז באמת שטעלט זיך עס אױס א דורכפאל רוב מאל און עס ברענגט נאר "ים'ען פון עגמת נפש":

1757968712498.webp

1757968720227.webp


די אָנהױב פון די מעשה בקיצור​


די מעשה בערך, דערװײל אױף אָנצוהױבן איז, פון א אינגע װײבל רײזעלע װײס, א טאפ מײדל, װאס איז א טיטשער אין א שולע און האט חתונה געהאט צו א אײדעלע אינגערמאן, א טאפ בחור, בנימין קלײן.

רײזעלע האט געהאט א בעיבי, נפתלי, און אין שפיטאל, האט זי זיך באפרײנדעט מיט א פרױ רחלי (נו-װאַדע זי מוז האבן א מאדערנ-קלונגעדיגע נאמען), װאס ארבעט אלס אקאַוּנטקע (רואת חשבון) אין אביסל מער א "בעסערע" ארבעטספלאץ, א אפיס. חרד'יש אבער "פארגעשריטן".

זי האט געזעהן אז רײזעלע האט א גוטע קאפ האט זי מציע געװען צו רײזעלע אז היות זי גײט במילא טױשן איר ארבעטספלאץ זאל רײזעלע איבערנעמען איר שטעלע אין די אפיס, און זי װעט שױן די נומערן שנעל אױפכאפן. צוביסלעך האט רײזעלע זיך באפרײנדעט מער און מער, געבארגט פון רחלי ביכער, קודם זיך נאר צו לערנען בעסער חשבון און נאכדעם אױך סתם נאװעלעס וכדומה, באהאלטענדיג זײ פון איר מאן. רחלי איז אװדאי געװען בּאָוּרד פון איר אײגענע לעבן און ממילא עדיקטעד צו די חברותא'שאפט מיט רײזעלע אבער אױך א געפערליכע קאָנטראל פֿריק און נישט בעצם אײנע װאס האט ארױסגעקוקט פאר רײזעלע'ס טובה באמת. בקיצור, װאָן װעי אָנלי.

רחלי איז אװדאי געװען א האלב-פארדארבענע און װײל זי איז געװען געלערנט און "אױפגעקלערט" איז זי געװען א טעריבּעל װײב און מאמע, און נישט געהאט קײן שלום בית מיט איר מאן, און דערפאר זיך סעפערעיטעד. רײזעלע האט דערװײל - צו די אנטריסטונג פון איר מאמע, מנהלת און שװיגער, און אלע גוטע מענטשן ארום איר - אױפגעגעבן איר גוטע דזשאב אין סקול כדי צו האבן צײט פאר איר נײע דזשאב און אױך זיך אױסצולערנען מער, א זאך װאס האט איר נאכמער קאלט געמאכט צו אידישקײט. זי האט אפילו געװאלט גײן מאכן א דיפלאָמע אבער בנימין האט איר דערװײל אפגערעדט דערפון.

ביסלעכװײז האט זיך איר אָנלײענען מיט "גױ'אישע" ביכער, איר רײץ צו מער מצליח זײן און פארדינען בײ די ארבעט, און זיך חבר'ן מיט רחלי, אױך אױסגעקלאפט אױף איר אײגענע שלום בית מיט בנימין, אױף איר טריטמענט פון איר קלײנע נפתלי, און אױף אירע יחסים צו איר שװיגער און שװעגערינס.

בײ די ארבעט האט מען רײזעלע און אנדערע אפילו קאלט באהאנדלט װײל דארט איז מען דאך נאר מחשיב סוקסעס, אַמבּיציע און האַרד װאָרק אבער מען האט נישט קײן אמת'ע מיטגעפיהל און פארשטענדעניש צו די ארבעטער.

בנימין, װאס האט דערװײל אנטדעקט די טריפה'נע ביכלעך און פארצײלט פאר זײן מאמע (רײזעלע'ס שװיגער) רבקה, האט פלוצלונג באקומען א שװערע מחלה אין קאפ און געדארפט פארן אױף אמעריקע פאר טיפולים (באהאנדלונגען). רײזעלע האט אינצװישן אװעקגעװארפן די ביכלעך, סאָרט-אָף אפגעהאקט מיט רחלי, און צוגעזאגט אז זי גײט שױן זײן װאױל אױף להבא.

זי האט שפעטער געדזשױנט בנימין קײן אמעריקע און זײענדיג דארטן אין די שפיטעלער, ארײן און ארױס, האט זי שנעל אױפגעכאפט ענגליש. איר קענט זיך שױן פארשטעלן און װײטער שפינען װאס ס'געשעהט נעקסט. אבער דאס פאר נעקסט טײם.

און יעצט אפאר בילדער פון מרס װאלערשטײן'ס פיקחות און פערל רײד.​


די מאמענט װען רײזעלע האט זיך באקענט מיט רחלי, אין שפיטאל:

1757972156572.webp



זי האט געטראכט װי צו באהאלטן די ביכער װאס זי האט נארװאס באקומען פון רחלי אבער שױן האט עס געהאט א השפעה אױף איר באהאנדלונג'ס פון דעם קלײנעם בעיבי:

1757972318457.webp


רחלי עצה'ט רײזעלע זי זאל נישט פארצײלן איר מאן װאו זי גײט ארבעטן װײל זי אלײנס באהאלט אױך פון איר מאן די פאקט אז זי האט געטױשט ארבעט בכלל:

1757972618200.webp


לערנען חשבון און מאטעמאטיקס איז א "װאכענדיגע" זאך און "לאזט נישט קײן פלאץ פאר רוחניות".

1757972870328.webp

1757972888954.webp


מיט [רחלי'ס] שכנים װאס זענען נישט פרום זעהט זי, רחלי, נישט קײן שײכות צוהאבן מיט זײ:

1757973116031.webp


המשך יבוא
 
זי האט געמוזט נוצן שטראפן פאר די תלמידות װײל זי איז געװארן א לערערין אױף אזא "װאכענדיגע" זאך װי חשבון, א שטעלע װאס פאַסט נישט פאר א חשובע מײדל:

1757974920716.webp

1757974988582.webp
 
מײנסט אז די 'משפחה' נעמט נישט אירע ארטיקלען?

איך בין נײגעריג װיאזױ איר רילײשְנשיפּ מיט אירע קינדער אינדערהײם איז געװען בשעת זי האט געשריבן אירע פארזעצונגען װאך נאך װאך פאר די װעריעס װעכענטליכע אױסגאבעס, װען זײ זענען אױפגעװאקסן...
 
נו ווי איז די המשך?
רייזעלע איז אפגעפארן און כמעט געשטארבן און געחלומט אז מען געבט איר נאר איין טשאנס?....
 
בײ אונז פראװעט מען נישט קײן געבורטסטאג... טאָלק פאר יורסעלף!

א ארבעט בײ א מער "אױפגעקלערטע" פלאץ איז א CUT THROAT ענװײראנמענט - מען גיבט דיך נישט מנוחה.

1759690263242.webp



װי אױפגעקלערט איז עס שױן? אין גאולה געגנט, אָוּה, דאס איז שױן טאקע מאָדערן...

1759690412786.webp


האבן א מאן א ת"ח מײנט פארציכטן אױף גשמיות; א צופרידנשטעלְנדְן לעבן - שײנע קלײדער, שײנע מעבל און א הױז בהרחבה.

די פרױ טאר נישט האבן קײן דזשאב װײל דעמאלס איז זי גורם אז די מאן מוז צוהעלפן אינדערהײם.. זי "באלעסטיגט" אים.

1759690497292.webp


זיך אנגרײטן פאר אירע לעקטשוּרס אין סקול דאס קען דער מאן מיט איר טוהן זײער גוט - װײל ער קען זיך דאך מורא'דיג אױס אין די טאפיקס װאס 15 יעריגע מײדלעך גלײכן - אבער שמועסן װעגן איר דזשאב דורכ'ן טאג (דערװאגן זאל זי זיך אים צופרעגן װיאזױ איז געװען זײן טאג אין כולל..?) אדער װעגן די קינדער, דאס איז א בּאָוּר.

אײ קנאָו, װײל לפי די חרידישע קאַסטוּם פארלײגט מען זיך טאקע שטארק זיכער צומאכן אז די פארל, פאר זײ האבן חתונה, פארשטײען זיך אזױ גוט אײנער מיט'ן צװײטן אז זײ װעלן שׁוּרלי האבן פלענטי איבער װאס צופארברענגען צװישן זיך, חוץ פון רעדן װעגן "די קינדער חכמות"...

זעה אױך װי זי מאלט כסדר אראפ רחלי סתם אלס א קאנטראל פריק און װאס זוכט, אײנזײטיג, נאר װאס זי קען ארױסנעמען פון איר חברותאשאפט מיט רײזעלע אזש זי װעט רײזעלע'ן אפי' שלעכטע עדװײס געבן פאר'ן לעבן אבי זי זאל בלײבן מיט "די אײנציגסטע חבר'טע װס זי האט נאך". װײל אפילו די דזשאב װס זי האט פאר איר געטראפן איז דאך נאר כדי זי זאל קענען רעזײנען רוהיג און נישט דארפן טרענירן איר אנדערע שטעל פארטרעטערין (װאס אגב, װעגן יענע, איז דא דא א מיסטעריעזע ריזען פארװאס רײזעלע'ס באלעבוס (מרס לעבאװיטש) קען יענע נישט פטר'ן - אזאך װאס מאכט נישט קײן טראפ סענס אין די נאראטיװ, װאס זאגט אז די באלעבאטים פון די ארבעט זענען שרוּד און לײגן א דגוש אױף "פערפאָרמענץ", אבער דאס אז די נאראטיװ קלעפט נישט אײן דף מיט דער נעקסטער איז ביזנעס עז יוזשעל פאר מרס װאלערשטײן.)

1759690676499.webp



זעהט װי די שרײבערקע, מרס װאלערשטײן, װארפט ארײן פון צײט צו צײט אז די סיבה פארװאס רײזעלע'ן האט געצױגן צו לײענען די ביכער איז װײל זי איז זײער א שנעלע און שארפע געװען און צופיהל פרײע צײט געהאט אױף איר הענט און ממילא שנעל לאנגװײליג געװארן.

װײז מיר אײן הײמישע פרױ, מיט קינדער און שטוב און אױך א דזשאב (אין א תחום װאס זי דארף יעצט פונדאסנײ אױפֿפיקן), װײל דער מאן ארבעט נישט, און אױך אזא אײנע װאס קאכט, רױמט און באקט אין שטוב, װאס האט "אזױפיהל לײדיגע צײט אז זײ פיהלט אז זי גײט אראפ פון זינען".

אבער אפשר האב איך נישט גוט אפגעלערנט די נקודה װאס זי װיל דא זאגן און ס'קען זײן אז מרס װ. פרובירט אונטערצושטרײכן אז כאטש די נײע ארבעט אירע איז געװען פאר רײזעלע א נײע זאך צו לערנען, נאכאלס איז עס אזױ לײכט געװען פאר איר אױפצוכאפן, כלומרשט װײל ס'איז בכלל נישט אזױ טשאַלענדזשינג אין סטימוּלײטינג װי טיטשינג, אז זי איז פונדעם אױך שנעל בּאָורד געװארן. בּינעך נישט קלאר.

1759692100424.webp



די ביכער האבן רײזעלע'ן געװיזן װי מיאוס, ביטער און קאמפליצירט דער לעבן איז דארט װאו עס איז נישטא תורה און ערליכקײט... די ביכער זענען אסור באיסור גמור אפילו אין די מאדערנע קרײזן...

זעהט װידער װי די סופרת הױבט ארױס בײ יעדן גלעגנהײט װי דאס עצם לײענען די ביכער האבן איר געמאכט זײן שלעכט אדער אין בעסטן פאל אינ-דיפֿעררענט צו אירע נאנטע. זי האלט פארשפיהלט איר זוהן נפתלי מיט שפילצײג אז זי זאל קענען די ביכער לײענען, און װען איר שװעסטער אדער שװעגערין קומען איר באזוכן, זוכט זי זיך א תירוץ אײנצושליסן אין דעם אנדערען צימער, אױכעט כדי אז זי זאל קענען באהאלטן די ביכער. זי האט גאר געװארט יענע זאלן אװעקגײן כדי זי זאל קענען ממשיך זײן לײענען די ביכער. עמממ. איז נישט בעסער אז די שװעגערין זאל קעיר נעמען פון די בּוּבּאַלע בשעת זי פארשליסט זיך אין די אנדערע צימער און לײענט..? נײן, זי איז א שלעכטע. זי פארגינט נישטאמאל אז די שװעסטער אדער שװעגערין זאל שפיהלן מיט דאס קינד.

1759691070464.webp


רײזעלע זאגט פאר רחלי אז זי פיהלט לײדיג נאכ'ן אפלײענען די נאװעלס װײל זײ האבן נישט קײן מוסר השכל (אבער איר, מרס װאלערשטײן'ס ביכלעך זעלבסט איז אָן די אָטהער הענד גאר אסאך פאָן צו לײענען װײל ס'שיסן מוסר השכלס יעדע עמוד...), די מעשיות זענען געבאקן (װאלערשטײן'ס איז באזירט אױף אמתע פאקטן..), און זײ האבן נישט "קײן השפעה אױף איר יעצטיגן לעבן... (װאלערשטײן'ס מאכן א רעש אין די עולמות...)"

איך זעה, און איך האף אז בײ דער פױנט זעהט איר שױן אױכעט, אז מרס װאלערשטײן האט נישט קײן השגה װאס עס מײנט אַרט לשם ארט. אלעס מוז זײן מיט אַן אגענדע.. פעך!

1759691488087.webp


רחלי זאגט רײזעלע זי זאל זיך אלײנס גײן בארגן ביכער אבער רײזעלע זאגט אז מיט אירע לבוש טאר זי אין א לײברערי נישט ארײנגײן. רײזעלע שפירט װידער װי רחלי איז נישט אמתדיג איר חברטע.

רחלי נוצט בײביסיטערס אסאך װײל זי איז אזױ פאריאגט מיט די קאָט טהראָט אפינס ענװײראנמענט אירע און מיט די בעקלאָג װאס זי האט אלץ פון אומ-צוגעענדיגטע ארבעט.

1759693027723.webp


א שולע חברטע, חיה מילער, האט בכװנה אױסגעמיטן פארפירן א שמועס מיט רײזעלע, באגעגענענדיג זיך מיט זי גײענדיג אױף די גאס, װײל חיה מילר פארמאגט א "שארפע קוק" און פילײכט באמערקט זי אז רײזעלע איז שױן נישט װי אמאל...

ממילא? מעג מען מיט איר נישט רעדן מער?

1759693325160.webp



כאטש רײזעלע ארבעט שױן 3 יאר אין דער אפיס, און א קאפ האט זי א גוטע (אלעס אױפגעכאפט אלײנס אזש זי האט אפי' געסאָלװט פראבלעמען װאס רחלי זעלבסט האט נישט געקענט) זאגט מרס לעבאװיטש אז זי מעג נישט ארבעטן אױף עפעס א קײס װײל זי האט נישט קײן דיפלאמע. סאױ מרס לעבאװיטש האט געדארפט ספעציעל הײערן נאך עמיצן צו טוהן די דזשאב... און דא רעדט מען אין א אפיס נעקסט דאָר - גאולה.

װער ס'האט אמאל געארבעט אין א אפיס אין די אלגעמײנע װֿאָרקפאָרס װײסט אז דאס איז בּוּלש*ט. דאס איז נישט קײן געװענטליכער ערשײנונג. אסאך ארבטעס פלעצער, ספעציעל אין קאָמפיוטינג, לאכן אפי' אפ פון דעגריס. איך האב געארבעט אין IT אפיסעס װאס פלענטי פון מײנע, זײער קײפּעבְּל, קאלעגעס דארטן, זענען געװען אָהנע דעגריס. עקספיריענס, אײנמאל מען קען דיך שױן, טראָמפט אײביג א דעגרי. חוץ טאמער דו דארפסט קומען אין קאָורט געבן עקספערט עװידענס וכדומה. און אװדאי איז עס שײן צו האבן אױף די רעזומײ אדער אױף דײן בעקגראַוּנד בעננער אין קרעמל ;):cool:.

א דעגרי דארף מען כדי מען זאל קוקן אױף דיר בכלל, כש"כ דיר צו אינװײטן צו א אינטערװיאו, אבער דאס נאר װײל ס'זענען דא אזױפיהל אַפלײער צו יעדע דזשאב. בקיצור, דא אין דעם קאנטעקסט און נאראטיװ, לאָו לעװל בוכהאלטערײ, שטימט עס אינגאנצן נישט.
---


"א רױטע לעמפל האט זיך אנגעצונדן אין בנימין'ס געדאנק," פארװאס?, װײל הגם רײזעלע האט מסכים געװען צו דראָפּן איר דיפלאמע ריקװעסט האט בנימין רעקאָגנײַזד, בײ די טאָן פון אירע רעספאנעס מסתמא, אז זי האט אבער נישט געטױשט איר מײנונג. "זי האט זיך געבױגן אבער אינעװײניג האלט זי נאך אנדערש". טיפיקְל שיעור עיון סטײל דיוק:
"ער האט זיך אונטערגענומען בײ די שידוך, בײ די 18 יאר, אז ער װעט שיקן די קינדער אין סאטמאר. װאו קען ער יעצט טױשן?.." ממש אזױ סאַוּנדט עס.

1759693856553.webp


און װיפיהל געלט מאכט מען אין כולל? און\איז פארװאס לערנט מען מיט די פרױען, אין די יוגנט, בעסער ענגליש און רעכענען, און מיט די מענער נישט?

1759694019634.webp


אײן מינוט, האסטו נישט פריערט געזאגט אז צושמועסן װעגן אירע ארבעט איז "פאר בנימין'ען נישט אינטרעסאנט"? אה, דאס איז שױן גארנישט שיעור עיון סטײל. דאס האט זי א פשוטע סענטענס פארזעהן. סארי מרס װ. פאר די מיס-קאַרעקעטערײַזײשאָן; איך האב אײך אָנגענומען פאר קלוגער און סארי מרס זארגער, איך האב אײך אָנגענומען פאר מער סקרוּפּוּלעס אין אײער הגהה.

1759694189909.webp


אקעי, דאס איז גוט צוװיסן - אביסל העברעאיש קען בנימין יא. פאר װער ס'װײסט, פאר א ישיבה-בחור װאס האט קײן העברעאיש נישט געלײענט איז גארנישט אזױ לײכט אָנצוהױבן תיכף לײענען א העברעאישער בוך. אבער מסתמא רעדט מען דא שױן גארנישט פון אזא טריפה'נע בוך. נאר אזױ װי פריער, װען מען האט גערעדט פון װאו איר ארבעט איז סיטואײטעד - אזא גאולה-אפיס, אזא גאולה סטײל בוך. אפשר פון פעלדהײם און ארטסקרול :LOL:; עכ"פ זיכער נישט סטימצקי.

1759694511050.webp


סאָו, ס'שטעלט זיך ארױס אז רחלי'ס מאן איז אױך א פרומער און נישט סתם א פרומער, נאר טאקע מיט א שטרײמל. ס'טײטש א חסיד. "ער איז נישט פון די ליטװאקעס אדער די נישט פרומע װעלכע שערן זיך די בארד..." אָ-ק-ע-י.. סאו ליטװאקעס זענען מער נישט קײן פרומע אקארדינג צו מרס װ.? אױבערלענדישע אידן זענען אױך נישט פרומע? אפילו נישט חרידיש? װאַט א קרײזי מחברת! שי מײקס איט עפ עז שי גאָוס עלאָנג.

1759694620949.webp


דא האט איר נאך װעגן רחלי'ס אײגענע רילײשְן שיפּ מיט אירע קינדער. פאר אלעם נוצט זי א בײביסיטער: "עס בלײבט איר איבער נאר זײ צוגעבן א קוש בײנאכט..."

1759694910054.webp
 
לעצט רעדאגירט:
װען איך בין געװען א קינד פלעג איך זײער צוגעבונדן זײן צו די פארזעצונגען, די מעשיות בהמשכים, װעלכע פלעגן ערשײנען אין די ארץ ישראל'דיגע באלײכטונגען. די שרײבערקע געדענק איך האט מען שױן דעמאלס געװאוסט איז אײנע מרס װאלערשטײן פון ירושלים. די סיבה פארװאס איך האב זײ ליב געהאט איז װײל ס'איז געװען געשריבן מיט אסאך געפיהל און זײער דיטעילד.

איך האב שױן זינט דעמאלט פון לאנג אױפגעהערט צו לײנען אידישע אױסגאבעס, אפגערעדט אזעלכע אלטמאדישע און צוריקגעבליבענע װי די װעלכע אַפּיערְן אין די באלײכטונגען (קען זײן הײנט האט זיך עס שױן אױך עדװענסְד).
ס'געבליבן די זעלבע ווי פאר 30 יאר צוריק מיט די איין פעדזש קאמיקס ביים ענד און שארפע ווערטלעך ביים אנהייב
(וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס דעס איז די איינציגסטע זאך וואס מיין שווער נעמט אריין 😭)
 
סאו װײטער מיט די ערצײלונג בקיצור:

רײזעלע האט אין אמעריקע זיך באפרײנדעט מיט עמיצן א מרס מאיער װאס האט אױך געהאלפן די משפחה בעת זײערע װײלן אין אמעריקע.

די דאקטער האט מודיע געװען די משפחה אז מען קען נישט אױסהײלן בנימין און ער האט נישט צולאנג צו לעבן; אז ער זאל ענדישער צוריקפארן צו ארץ ישראל כדי אױסצולעבן דארטן זײנע לעצטע פאר טעג ארומגענומען מיט פאמיליע.

בנימין, זײענדיג באװיסטזיניג צו זײן צושטאנד און מורא האבענדיג פאר די אידישקײט פון זײן זוהן נפתלי, זעעהענדיג װי רײזעלע װערט קעלטער צו אידישקײט, איז מחליט צו רעקארדירן זײן שטימע אין אפאר טײפּס (קאַסעטעס), מיט אידישע װערטער פאר זײן זוהן נפתלי, אז ער זאל זײ הערן װען ער װערט עלטער, בײ פארשידענע מײלסטאָונס אין זײן לעבן.

בנימין איז אבער חושד אז רײזעלע װעט נישט װעלן לאזן נפתלי הערן די טײפס, װײל זי װעט נישט זײן גענוג פרום, באהאלט ער דערפאר דער פאקט פון רײזעלע. ער זאגט איר נאר װעגן אײן טײפ (אנשטאטס עטליכע) װאס ער האט געמאכט פאר נפתלי און װאס ער גיבט איר אז זי זאל אים עס לאזן הערן אײדער זײן בר מצװה. (רײזעלע איז טאקע מחליט צום סוף צו אָבּענדען דעם טײפ כדי אז נפתלי זאל עס נישט הערן װען ער װערט גרױס). די איבעריגע טײפס גיבט בנימין פאר זײן טאטע צו באהאלטן.

בנימין פארט צוריק צו ארץ ישראל און נאך אפאר חדשים שטארבט ער.

רײזעלע װערט צוריקגעצױגן פון משפחה און װיל זײער שטארק זיך אריבערציען װױנען קײן אמעריקע. מרס מאיער - װאס איז ערליכער װי רײזעלע אבער װײניגער פרום װי רײזעלע'ס מוטער און שװיגער - קומט באזוכן ארץ ישראל און איבערצײגט רײזעלע'ס עלטערן, די װײס משפחה, אז רײזעלע איז מער נישט באקװעם אין זײערע געזעלשאפט און ס'איז גוט דאס רײזעלע זאל גײן װױנען קײן אמעריקע; זי האט אפילו א גוטן שידוך פאר זי, איר נעפיו גרשון װאס איז אַן אַקאַוּנטענט (זי שרײבט 'אקאונטן'). רײזעלע'ס עלטערן זענען בלית ברירה מסכים.

רײזעלע ציהט זיך צו די "מאדערנע" לײקװוּד און פאנגט אָן ארבעטן אין איר מאן'ס ביזנעס. אײן טאג הערט זי אונטער א שמועס פון אירע קאלעגעס װי זײ חוזקן אפ פון איר איגנאראנץ און אומבאהאװנטקײט אין ביזנעס. פארשעמטערהײט איז זי מחליט זיך װידער צו גײן עדיוקײטְן און אפילו מאכן א דיפלאמע (ספיטש טערעפי) אבער זי פארברענגט זײער אסאך צײט דערפאר אין קאלעדזש יעדן טאג אזש איר מאן און זוהן פיהלן זײ זענען אין קאלטע הױז - זײ עסן טײקאַוטס און זײערע װעש װערן געװאשן פון א גױטע.

און יעצט אביסל בילדער:

דר פײנסטין'ס [נו, װעלכע דען נאמען...?] מײנונג װעגן אידישע תפילות:​


1763549846053.webp


נאך:​


1763549867340.webp


רײזעלע באדערט אז מען דארף צוריקפארן קײן ארץ ישראל כאטש ס'איז כדי בנימין זאל קענען ספענדן זײנע לעצטע טעג ארומגענומען מיט משפחה, װײל זי גלײכט זײער די "מאדערנע" ניו יארק:​

1763549974776.webp


רײזי'ס פראבלעם איז אז זי האט ליב צוגעפעלן פאר מענטשן:​


1763550063630.webp



רײזי שושקעט זיך מיט די "מזרחי'סטישן" קראנקען שװעסטער:​


1763550154567.webp


די קלײדער װאס רײזי האט געקױפט אין אמעריקע פאר זיך און פאר נפתלי זענען זײער רעש'יג און "גאַסיש":​


1763550260491.webp


עפעס האט מרס װאלערשטײן זײער אנטקעגן נעמען פּײן קילער אינדזשעקשאָנס צו לינדערן שמערצן:​


1763550447327.webp


1763550457968.webp


מאגאזינען געשריבן אין ענגליש אבער פון אידישע אױסגאבעס [עמי?] זענען װײניגער גױ'ש... (און נאך װעגן פײן קילערס):​


1763550598028.webp

1763550530983.webp

בנימין האלט פאר'ן שטארבן און לאזט איבער א קלײנע יתום און בעצם א גוט-נײטשוּרד פרױ אבער ער איז חושד אז זי װעט אים נישט װעלן לאזן הערן די טײפס פון זײן פארשטארבענע פאטער...:​


1763550737312.webp


רײזעלע איז זײער קאלט װען דער דאקטער גיבט זײן פראָגנאָסיס און זי דארף קומענדיגע מאל מאכן בעסער די "אָנשטעל" װי ס'באדערט איר:​


1763550917318.webp


װיליאמסבורגע און בורו פארקע פרױען גײען שױן צו פריצות'דיג פאר מרס װאלערשטײן:​

1763550988664.webp


ס'איז שױן ארױף צו עטליכע מאל טױזנט...װאהה!:​


1763551066919.webp


אבער פארשטײט זיך אָהן נאטורליכע הײלער איז גארנישט װערט:​


1763551132159.webp
 
לעצט רעדאגירט:

האסטו געװיסט אז ס'איז נישט געזונט פאר א אינגע װײבל צו זײן אלײנס אין א דירה?:​


1763551662087.webp


א שײטל, אױ רחמנא לצלן:​


1763551770470.webp


קורצע הױזן פאר א אינגל, אױ געװאלד!:​


1763551920087.webp


1763551954791.webp


װאהה, װאספארא באמבארדמענט פון פאַקטן:​

לײקװאד אין זײער לבוש איז זײער מאדערן אזש א אינגל מיט לאנגע פאות זעהט דארטן אױס װי א װילדע געװיקס.​

אַן אקאונטענט'ס ארבעט איז צוזעהן מען זאל צאלן װאס װײניגער שטײערן.​

ס'נישטא קײן חסידישע חדר אין לײקװואד.​

און דארטן, בײ די "אפענע קרײזן" גֶט מען זיך מערער װײל די קינדער זענען צו געצערטלט...:​


1763552204137.webp


1763552227456.webp


1763552305547.webp


רײזעלע עקשנט זיך צורעדן מיט נפתלי אין ענגליש. נפתלי װינדערט זיך אסאל מאל אױב זי איז בכלל זײן מאמע? רײזעלע װערט ברוגז װען נפתלי װײנט אבער זי נעמט אים אמאל ארום װען ער װײנט. "פֿאָרט א מאמע"...:​


1763552510666.webp


אין לײקװאד איז שװערער צוטרעפן א אינגערמאן װאס זאל נעמען נפתלי זאגן קדיש אין שוהל דרײ מאל אַטאג...:​

רײזעלע'ס קאלעגעס מאכן חוזק פון איר אונטער איר רוקן אז זי איז א "טשאַלעמערישע און אז זי טרײט זיך צומאכן מאדערן װען ס'איז אזױ אבװיעסלי ארטיפישעל...:​


1763552671982.webp


1763553312819.webp

אפי' רײזעלע'ס שװיגער, גרשון'ס מאמע, װײסט אײנע פון די עלעטערע ארבעטארערינס, מרס סילװער, צו לאָשן, איז דיסאַפּױנטעד מיט װאספארא שנור זי האט באקומען:​

אירע קאלעגעס "מורמלען אפ" א ברכה אחרונה...:​


1763552838080.webp


גרשון איז שױן יעצט אױך אַננױד מיט זײן פרױ'ס אמביציעס. זי װערט צו א גרױסע למדנית...:​


1763552943836.webp


1763553102797.webp

נפתלי איז פארטיפט אין זײן גײמבױ... נישטא צופיהל קינדערישע לעבנס-לוסט אין זײנע אױגן... סקול איז אים נישט אינטרעסאנט...:​

רײזעלע רופט זיך הײנט 'רעיזי':​


1763553059017.webp


אײנע פון די שװערסטע קורסן - ספיטש טערעפי...:​


1763553156048.webp
 
לעצט רעדאגירט:
קֶץ'ל יקירי... איך שטוין... וויאזוי אויפן פלאנעט עירטה האסטו די געדולד צו ליינען די הבלי הבלים מער ווי איין בלאט... דו האסט דאך שוין יא געגעסן פון עץ הדעת 🤭, וויאזוי האקסטו עס נישט צו און שפאנצירסט ווייטער כאילו לא היה... מיין קאפ שפאלט פון עס ליינען.
 
איך לאך און איך שעלט עט די סעים טײם...

פאר מיר, אפילו אױב איך בין גורם אז נאר אײנער װײניגער װעט קױפן דעם ביכל האט זיך מיר עס שױן געלױנט.
 
איך לאך און איך שעלט עט די סעים טײם...

פאר מיר, אפילו אױב איך בין גורם אז נאר אײנער װײניגער װעט קױפן דעם ביכל האט זיך מיר עס שױן געלױנט.
פליז... מיינע קינדער גייען עס ווייטער קויפן, און אויסלאכן... הו קעירס...
 
@קץ דוחק דו גיבסט דא א פירוש חי אויפן אין קץ לדברי רוח, וויפיל שטותים איין פרוי קען אלס שרייבן
 
Back
Top