שושן פורים אין וויליאמסבורג, בחורים וגם בתולות

די זעלבע מיט פורים. עס איז א צייט וואס די גאנצע געמיינדע איז אויף ביז די שפעטע נאכט שעות און אפילו אויב די פערזענדליך ווילסט לערנען א רשב"א, קענסטו נישט ערווארטן אז די גאנצע געמיינדע זאל זיך צו דיר צושטעלן.

אין קורצן, מען קען נישט צודרייט מאכן א גאנצע שטאט פאר אפאר יחידים, אבער די גאנצע שטאט קען יא אומבאקוועם מאכן פאר די פאר יחידים
איך מיין אז אונז זאגן מער ווייניגער די זעלבע זאך דו האלטסט נאר אז פורים איז נארמאל צו טאנצן ביז פארטאגס, למעשה ווייסן די פאליציי אויך דאס און דאס איז נישט זייער ערשטע פורים, ווען זיי קומען אויסלעשן מוזיק מיינט עס אז די שכנים האבן אריינגערופן, אונזערע עסקנים ווייסן זייער גוט וויאזוי צו האלטן די פאליציי אויף בראדוויי און צווישן אומלעגאלע הכנסת ספר תורהס און רבישע חתנות קען מען נישט חושד זיין די פאליציי אז זיי פארשטייען נישט צו אונזערע געברויכן

איך בין זיכער אז זיי האבן באקומען צענדליגע קאלס איז וואס ווילסטו זיי זאלן טון?
 
View: https://publish.twitter.com/?url=https://twitter.com/hasidic_1/status/1901262144194109701#


פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען קיין טמא'ס ריווער ווי זיי וואלטן געווען מער וועלקאם?
צו ווייט צו פארן, עס איז א שאד די טייערע צייט. מען קען דאך איבער דרייען די שטאט אין די צייט.
 
למעשה דארף מען ארויסברענגען די שיינקייט (?) פון כלל ישראל, למשל אין טאמס ריווער, מ'רעדט דאך דא לכאורה פון די גאר אויפגעריסענע, און דאך זעהט זיך נישט אן קיין מויד פאר די אויגן, אפגערעדט פון טאנצן בחורים עם בתולות, א זאך וואס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז געווען א אנגענומענע זאך ביי פילע.
 
לויט ווי איך האב געזען,
איז די מצב אויף בעדפארד-וויליאמסבורג... נישט געווען אזוי מורא'דיג די בחורים ובתולות...
איך האב געהאט געזען די באס פון די בחורים (מער ווייניגער פון סאליד היימישע שטובער.)
שוין אנהייב נאכט, זיי זענען שוין געווען אנגעדארגט, און ס'האט געארבעט דארטן "העכערע מיוזיק"...
בערך 2:00-2:30 זענען זיי ארויף געפארן בעדפארד און ס'זענען געווען חברה אויפן דאך, געטאנצן, ס'האט אויגעקוקט אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט...
ביי בעדפארד צווישן פלאשינג און וואלאבאוט זענען געווען 3 מיידלעך... (זיי זעט מען אויף די ווידעאוס...) זיי זענען געשטאנען דארט אויפן גאס,
און ווי נאר "די באס" איז אדורך געפארן האבן זיי זיך אנגעפאנגען פילן היימיש. זיי האבן זיך גענומען שרייען און וועיוון צו די חברה,
(ס'האט געסאונד ווי זיי קענען זיך,) איין בחור איז אראפ געלאפן צו זיי (ער האט געוואלט געבן א האג פאר איינעם, יענער האט נישט געוואלט, צו ווייל ס'איז אויפן גאס...) א מינוט שפעטער זע איך ווי די 3 מיידלעך מיטן בחור לויפן צום באס, וואס האט שוין געהאלטן ביי ראטלידזש,
און פון דא און ווייטער קוקט אויס איז געווען וואס איז געווען, (איך בין דעמאלטס געגאנגען צו שלוימי פעדער)
 
לויט ווי איך האב געזען,
איז די מצב אויף בעדפארד-וויליאמסבורג... נישט געווען אזוי מורא'דיג די בחורים ובתולות...
איך האב געהאט געזען די באס פון די בחורים (מער ווייניגער פון סאליד היימישע שטובער.) שוין אנהייב נאכט, זיי זענען שוין געווען אנגעדארגט, און ס'האט געארבעט דארטן "העכערע מיוזיק"...בערך 2:00-2:30 זענען זיי ארויף געפארן בעדפארד און ס'זענען געווען חברה אויפן דאך, געטאנצן, ס'האט אויגעקוקט אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט...
ביי בעדפארד צווישן פלאשינג און וואלאבאוט זענען געווען 3 מיידלעך... (זיי זעט מען אויף די ווידעאוס...) זיי זענען געשטאנען דארט אויפן גאס,
און ווי נאר "די באס" איז אדורך געפארן האבן זיי זיך אנגעפאנגען פילן היימיש. זיי האבן זיך גענומען שרייען און וועיוון צו די חברה,
(ס'האט געסאונד ווי זיי קענען זיך,) איין בחור איז אראפ געלאפן צו זיי (ער האט געוואלט געבן א האג פאר איינעם, יענער האט נישט געוואלט, צו ווייל ס'איז אויפן גאס...) א מינוט שפעטער זע איך ווי די 3 מיידלעך מיטן בחור לויפן צום באס, וואס האט שוין געהאלטן ביי ראטלידזש,
און פון דא און ווייטער קוקט אויס איז געווען וואס איז געווען, (איך בין דעמלטס געגאנגען צו שלוימי פעדער)
דו רעדסט פון די באס וואס די חברה האבן געהאט די פינקע כאלאטן און ס'געשטאנען אין בעק 'נתיבות'?

עטליכע פון זיי זענען געגאנגען אנגעטוען מיט די קאלירן וואס די לגב"ט מארשירן

איינער ווייסט וואס איז די נתיבות, א ישיבה אדער א ארגענאזאציע?
 
קפ
ארעסטירעטע

2 ביי בעדפארד וואלאבאט, איינער (שלום סאל - די אמאליגע ילד הפלא) האט בטעות געשטופט א פאליס ווען ער האט פרובירט צו מאכן סדר מטעם חביבים, דער צווייטער (חזקי אייזענבאך) איז א תלמיד פון ישיבת קול ארי' פארן זיך קריגן מיט די פאליס און געשאסן פייער קרעקער'ס



4 ביי בעדפארד העכער די הייוועי ווען עס איז געווען געשלעגן בידים ובפה צווישן די יונגען מיט די פאליציי
 
דו רעדסט פון די באס וואס די חברה האבן געהאט די פינקע כאלאטן און ס'געשטאנען אין בעק 'נתיבות'?

עטליכע פון זיי זענען געגאנגען אנגעטוען מיט די קאלירן וואס די לגב"ט מארשירן

איינער ווייסט וואס איז די נתיבות, א ישיבה אדער א ארגענאזאציע?
ניין נישט נתיבות,
די אנדערע
 
דו רעדסט פון די באס וואס די חברה האבן געהאט די פינקע כאלאטן און ס'געשטאנען אין בעק 'נתיבות'?

עטליכע פון זיי זענען געגאנגען אנגעטוען מיט די קאלירן וואס די לגב"ט מארשירן

איינער ווייסט וואס איז די נתיבות, א ישיבה אדער א ארגענאזאציע?
א ישיבה אין בפ

להאיר נתיבות - א ישיבה וואס שטעלט אוועק א פונדאמענט פאר׳ן לעבן


ישיבת ׳נתיבות התלמוד׳ איז א פלאץ וואו מען לייגט א דגוש צו אוועקשטעלן בחורים וואס זענען נישט נאר עוסקים

בתורה נאר זיי באקומען א פונדאמענט פאר׳ן לעבן. קודם אין ישיבה קטנה, דערנאך אין ישיבה גדולה. וואו יעדע

בחור ווערט פערזענליך באגלייט און מען פלאנצט איין אין זיי אהבת תורה וירא״ש, מענטשליכקייט, אהבת חברים,

אחריות וואס באגלייט א בחור אויף א גאנץ לעבן. אין שפיץ פון די ישיבה שטייט שטייט דער ראש הישיבה הרה"ג

ר' שמואל מרדכי וואלנער שליט"א, אינאיינעם מיט א שטאב פון מרביצי תורה תלמידי חכמים מופלגים יראים

ושלמים, וואס געבן זיך אוועק פאר יעדן איינציגן תלמוד באזונדער און מאכן זיכער אז יעדער תלמוד באקומט די

כלים און באגלייטונג צו גרייכן זיין פולסטע פאטענציאל ברוחניות ובגשמיותֿ.



בית הנתיבות - א פלאץ וואו יעדער בחור שפירט זיך אינדערהיים

׳נתיבות התלמוד׳ איז מער ווי בלויז א ישיבה - עס איז א רוחניות׳דיגע היים און משפחה פאר יעדן תלמוד. איינע

פון די סודות פון ׳נתיבות התלמוד׳ איז די פאקט אז די ישיבה איז געבויט בלויז מיט איין ציל - אז יעדער בחור זאל

זיך געפונען אינדערהיים. יעדער בחור זאל באקומען די כוחות און די כלים צו שטייגן און וואקסן. יעדער מגיד שיעור

ברענגט הארץ און ליבשאפט, און עס הערשט אין ישיבה א געשמאקע און געהויבענע אטמאספער וואס ברענגט

חשק צו לערנען און צו שטייגן. ווען מען טרעט אריין אין ישיבה דערקענט זיך גלייך דער געשמאקע שטימונג

אינאיינעם מיט׳ן קול תורה. אן אטמאספער פון אהבת חברים און אחדות וואס באגלייט די בחורים אויף א גאנץ

לעבן.



א נתיבות בחור - א שם דבר

די הונדערטער תלמידי הישיבה וואס שטעלן אויף שיינע אידישע שטובער, בעלי בתים, תלמידי חכמים, אבער דער

צד השווה איז אז עס דערקענט זיך אויף זיי אז זיי זענען ׳נתיבות תלמידים׳ מיט זייער אייגענארטיגקייט און

ערנסקייט. נישט אומזיסט איז היינט דער מושג פון ״א נתיבות בחור״ א שם דבר אינעם עולם הישיבות. זיי ווערן

פאררעכנט אלס די בעסטע בחורים. צו איז עס ראשי כוללים, אדער ראשי ישיבות אין ארץ ישראל. יעדער וויל

באקומען א ׳נתיבות בחור׳ - א בחור וואס שטייט אויף די צוויי פוס מיט א פעסטקייט. נוצט אויס די צייט. צייכנט זיך

אויס מיט תורה און דרך ארץ. און איז א ביישפיל פון א בן תורה וואס פירט זיך אויף מיט אן איידלקייט און א

באנעמונג וואס שפיגלט אפ דעם ׳דרכי׳ דרכי נועם וכל נתיבותי׳ שלום׳



נתיבתי - צו פארזיכערן אז ׳נתיבות התלמוד׳ קען ווייטער אנגיין

דער יעצטיגער ׳נתיבתי׳ קאמפיין איז געווידמעט פאר די עלטערן צו ארויסצייגן הכרת הטוב און ארויסהעלפן טראגן

דעם שווערן עול פון די ישיבה. די חשובע עלטערן זענען די שותפים אין די ארבעט, מען לייגט אריין כוחות

אינאיינעם און מען זעט נחת פאר א גאנץ לעבן. אצינד איז די צייט ווען מיר ערווארטן פון אונזערע שותפים צו

אינוועסטירן נאך אביסל אז מען זאל קענען ווייטער אנגיין. דער קאמפיין איז קריטיש וויכטיג און מיר האפן אז

יעדער וועט נעמען א חלק דערין.
https://www.charidy.com/nesivosh
 
ווען סאיז דא עקשאן איז יעדער דא צו מיטהאלטן און באפפערן.

נו, טאקע וועגן דעם זענען די אפפגעפארענע חברה געקומען קיין וויליאמסבורג בפורים המשולש. בפרט אז זיי קומען פון דא, און פארשטייען צו די סארט היימישע הוליערייען. גארנישט מיט קיין נכנס יין יצא סוד.

נעבעך אויף די אומ-מסודר'דיגע און פארלוירענע נפשות, און אויף זייער עתיד,

מיינסט אוודאי די חסידישע בחורימלעך וואס האבן נעבעך נאר איין טאג א יאר (ב"ה די יאר צוויי טעג) זיך אויסצוגעבן אזוי ווי נארמאלע טינעידזשערס זייער עלטער טוען כאטש איינמאל א וואך אויב נישט מער.

איין זאך איז קלאר אויב זיי קוקן נאך ארויס פון זייער באקס ווי זיי האבן זיך אריינגעלייגט מיט א בליק אויף צוריק, -אויף זייער אלטע באקס- אפילו זאל דאס זיין 3 אינמיטן די נאכט א פורים המשולש, ווייזט דאס אויף זייער הארץ צואונגס קראפט ווי עס צוהט זיי די איבריגע 364 און האלב טעג און נעכט... ווי זיי זענען אין זייער באבל באהעלטעניש.
ס'גראדע נישט אויסגעשלאסן, קען טאקע זיין אז טייל בענקן זיך צוריק, זיי זענען אוועק וועגן די קרעפ וואס די באקס האט, אבער בענקן זיך צו די גוטע פארטס פון די באקס ווי למשל א פורים המשולש, און זיי נעמען די גוטע פארטס פון איבעראל.

זאל זיי דער בורא עולם אויפלייכטן.
אמן
 
איינער ווייסט צו די סקריקם האבן געלייגט א בילד פון די יו וויי פי די און אניטן די בילד פון די נאצי "עפעס א חילוק" אזוי ווי ביי יעדע איזרעלי פראטעסט
 
איך זאג מי כעמך ישראל ווילי עפענט זיך אויף אמאהל פורים איז געווען א צייט ווען מען האט געלאקערט אויף קליינע בחורים ב״ה מען האלט שוין ביי בחורים מיט בתולות
 
זייער פשוט. ס'דא אסאך אפגעפררענע בחורים און מיידלעך וואס זענען אגאנץ יאר כ'ווייס נישט וואו און פורים נעכטן זענען זיי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג האלב (אדער אינגאנצן) נאקעדיג און געטאנצען אויפן גאס. קלאר?

נישט קיין אהנונג פארוואס דער עולם פארפירט דא איבער אפאר מיידלעך וואס האבן בסך הכל מקיים געווען א בפירוש'ע משנה

משנה (תענית ד-ח):
אָמַר רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל:

לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים [פורים איז דאך יום כפורים],

שֶׁבָּהֶן בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם
(ד'אמעריקע) יוֹצְאוֹת בִּכְלֵי לָבָן שְׁאוּלִין,שֶׁלֹּא לְבַיֵּשׁ אֶת מִי שֶׁאֵין לוֹ. (איי געס דארטן זענען אויכעט געווען מיידלעך וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין קליידער 🤣)...

וּבְנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת "וְחוֹלוֹת" (געטאנצן) בַּכְּרָמִים., וואלסטו געוואלט מיינען אז די מיידלעך האבן בלויז געטאנצן אין די ירושלימ'ע גאסן, און נישט גערעדט גארנישט מיט די בחורים, תלמוד לומר, לאזט דיך די משנה הערן אז מ'האט פיין גערעדט!:

וּמֶה הָיוּ אוֹמְרוֹת? בָּחוּר, שָׂא נָא עֵינֶיךָ וּרְאֵה, מָה אַתָּה בּוֹרֵר לְךָ. - דאס הייסט: אנשטאט וואס ס'זאל ארומפארן א מאביל פון 'עיניים' און זינגען: "היט אפ דיינע אויגן", איז ארומגעפארן א מאביל פון (טאנצעדיגע) מיידלעך און געזינגען: "בחור שא נא עיניך"

לפ"ז פארשטייען מיר שוין פארוואס דוקא פורים האבן מיידלעך געטאנצען צו געפעלן די בחורים, לקיים מה שנאמר פורים - יום כפורים
 
לעצט רעדאגירט:
מיינסט אוודאי די חסידישע בחורימלעך וואס האבן נעבעך נאר איין טאג א יאר (ב"ה די יאר צוויי טעג) זיך אויסצוגעבן אזוי ווי נארמאלע טינעידזשערס זייער עלטער טוען כאטש איינמאל א וואך אויב נישט מער.
דעיס איז געווען מיין מחשבה אגאנץ פורים🙄
 
נישט קיין אהנונג פארוואס דער עולם פארפירט דא איבער אפאר מיידלעך וואס האבן בסך הכל מקיים געווען א בפירוש'ע משנה

משנה (תענית ד-ח):
אָמַר רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל:

לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים [פורים איז דאך יום כפורים],

שֶׁבָּהֶן בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם
(ד'אמעריקע) יוֹצְאוֹת בִּכְלֵי לָבָן שְׁאוּלִין,שֶׁלֹּא לְבַיֵּשׁ אֶת מִי שֶׁאֵין לוֹ. (איי געס דארטן זענען אויכעט געווען מיידלעך וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין קליידער 🤣)...

וּבְנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת "וְחוֹלוֹת" (געטאנצן) בַּכְּרָמִים., וואלסטו געוואלט מיינען אז די מיידלעך האבן בלויז געטאנצן אין די ירושלימ'ע גאסן, און נישט גערעדט גארנישט מיט די בחורים, תלמוד לומר, לאזט דיך די משנה הערן אז מ'האט פיין גערעדט!:

וּמֶה הָיוּ אוֹמְרוֹת? בָּחוּר, שָׂא נָא עֵינֶיךָ וּרְאֵה, מָה אַתָּה בּוֹרֵר לְךָ. - דאס הייסט: אנשטאט וואס ס'זאל ארומפארן א מאביל פון 'עיניים' און זינגען: "היט אפ דיינע אויגן", איז ארומגעפארן א מאביל פון (טאנצעדיגע) מיידלעך און געזינגען: "בחור שא נא עיניך"

לפ"ז פארשטייען מיר שוין פארוואס דוקא פורים האבן מיידלעך געטאנצען צו געפעלן די בחורים, לקיים מה שנאמר פורים - יום כפורים

רעדנדיג פון בחורים און מיידלעך וואס טאנצען אינאיינעם פורים אין ירושלים, אט איז א ווידעא פון היי יאר פורים און ירושלים, בחור שא נא עיניך וראה!





 
Back
Top