איך גיי יא שרייען דווקא ראשע קאלוזשן, ווייל אנדערש ווי למשל די קאוויד לעב סקאנדאל ווי זיי קענען זאגן אז זיי האבן פשוט געפאלגט פאוטשי, אדער ווי די האנטער ביידן לעפטאפ ווי זיי האבן פשוט נאכגעזאגט די אינטעליגענץ אינפארמאציע. איז ראשע קאלוזשן יא געווען עפעס וואס זיי האבן כמעט אינגאנצן אנגעדרייט אן קיין שום באווייזן, און זיי אליינס (צוזאמען מיט די וואשינגטאן עליטע (רעפאבליקאנער און דעמאקראטן)) האבן עס כמעט אינגאנצן אימפלימענטירט. פארשטייט זיך אז וויפיל מאל איך וועל עס ארויפברענגען וועסטו נישט פרובירן צו קוקן אויף די מציאות און פאקטן וואס די פרעסע האט נישט געקענט זעהן טראץ וואס ס'איז אפען פאר יעדן, ווייל די קוקסט נאר אויף פאקטן וואס זענען געפילטערט פון סטעיט מידיא. און די וועסט מיר ווייזן אז ראשע קאלוזשן איז יא אמת ווייל מולער דער שקרן האט אנגעבליך גראדע געטראפן אפאר רוסישע סאשעל מידיא אדווערטייזמענטס וועגן די עלעקשאן, און ניטאמאל געקענט אנווייזען וועלכע קאנדידאט זיי האבן אדווערטייזט... אויך מיר מעדלינג, און נאך אפאר נידעריק ראנקיגע קאמפיין חברה וואס זיי האבן כלומרשט זיך פארבינדן מיט...
א' ניין איך ווייס נישט וואס די ניי געבוירענע טערמין 'מיסאינפארמאציע' באדייט, ס'איז א קלינגעדיגע ווארט ניי באשאפן וואס האט נישט קיין באדייט, סיי וועלכע באריכט איז 'אינפארמאציע', אפגעזען פון די אמת'קייט אדער לעגיטימיטעט.
ב' ווען דו פרעגסט מיר אויף עפעס אראנדזש צו די קאליר איז שווארץ אדער ווייס און אז איך זאל זיך נישט ווייגן צו זאגן א אנדער אפציע וועל איך דיר ווײטער זאגן אראנזש.
ג' ער גייט נישט פארדאנירן זיין זוהן. די לעפטאפ איז שקר. געזאגט ביי די דעבאטע אז טראמפ איז עיבריהעם לינקאלן. און פארשטייט זיך די ליגענט אז טראמפ האט געטון ראשע קאלוזשן!
דו האלטסט נישט ביים זיך פאראינטערסירן אין די מציאות הדברים, אבער ווען דו וועסט אפמאכן צו שטודירן די ראשע קאלוזשן וועסטו אנערקענען די אמת אז די אינוועסטיגאציע איז נישט געקומען פון א חשש וואס האט גורם געווען מ'זאל אריינקוקן דערין. נאר די חשש אליינס האבן זיי אליינס אויסגעטראכט.