טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

און לאנג לעבן זאל די פרידאם אוו ספיטש אויף X וועלכע האט היינט אראפגענומען די קאמיוניטי נאטס ווייל עס באדערט עלאן מיט פאקטן צופיל...
איך האלט נישט מיט.... וועלכע טוויט רעדסטו פון?
 
איך האלט נישט מיט.... וועלכע טוויט רעדסטו פון?
איך צי צוריק, איך ווייס נישט אז ער האט עס 'אראפגענומען' אבער ער האט דאס געשריבן.

View: https://x.com/elonmusk/status/1892613981426102465

View: https://x.com/MattGertz/status/1892695388232073307
 
לעצט רעדאגירט:
ממש עס טוט וויי צוזעהנדיג אזא דיסעסטער.
ווער האט געגלייבט אז די רייכסטע מענטש אין די וועלט גייט גאר ווערן אן אפיציעלע דרעק און אריין אין פולשטענדיק קאנספיראציע טעאריע גיסטע.
ס'האט אפשר צוטון מיט די קעטעמין וואס ער נוצט העווי...

ליידער איז דא ריכטיגע קרבנות פון זיינע קאפדרייענישן.

נעקסט טיים ווען מען זאגט אז ס'איז נישט געזונט אין א דעמאקראטיע אז איין מענטש זאל האבן אזויפיל געלט (און אטאמאטיש מאכט), זאל די המון עם גלייבן...

יעצט איז שוין מן הסתם צו שפעט.
 
ווילאנג ס'איז געווען ביל געיטס און דזשעף בעיזאס איז דיר גוט געווען.....
 
ווילאנג ס'איז געווען ביל געיטס און דזשעף בעיזאס איז דיר גוט געווען.....
וואס איז געשען? זיי פירן מער נישט די וועלט? נעע, דזאדזש סאראס דרייט נאך זיכער עפעס אן.. מ'מוז זיי האלטן כאטש אויף א קליינע פלאם אין פאל מ'דארף וועמען צו באשולדיגן אין טראמפ'ס אנזעצעס..

ערנסט גערעדט, ווילאנג דו האסט דיך (אדער מיר) ס''ה געוואלט איינרעדן אז זיי זענען אין פאוער - איז געווען אקעי, איינמאל מיר האבן אבער פאקטיש אין דעם ווייסן הויז, און אויף א מאסיווע מידיע פלאטפארמע, דער מענטש וואס האט ליטעראלי די מערסטע פריוואטע אינטערעסן אינעם גאווערמענט און קען פאטענציאל פארדינען דאס מערסטע פון דאס אלעס.. איז עס באזארגנד..
בפרט ווען דער יעניגער פארט אריין, אין פארנט פון אונזער אויגן, אין א נעץ פון ליגנטס, פראפעגאנדע, מיסאינפארמאציע, און געפארפולע אטאקעס.
 
מהיכי תיתי?
א קליינע משל, ביידענס קאלעכן האט יעדער וואס איז געווען אינטערסירט צו וויסן געוויסט, די רעפובליקאנער האבן געשריגן די גאנצע תקופה אנפאנג פון די עלעקשאנס אז דער מענטש איז נישט בסדר.

די דעמאקראטן האבן געשפילט כאילו ער איז געזונט און פריש און די מידיא האט פיין מיטגעשפילט, פלוצלינג ווען מ'האט עס שוין נישט געקענט פארדעקן האט עס די מידיא אויך פלוצלינג אנגעהויבן צו זעהן.

איך גיי נישט זאגן אז די מידיא זענען פאלנע ליגענערס, אז זיי זאגן פלעין אויפגעמאכטע זאכן וואס זיי ווילן, זיי זאגן די אמת, אבער זיי זאגן נאר וועלכע אמת זיי ווילן זאגן, אסאך אמת וואס זיי ווייסן אז ס'איז אמת וועלן זיי פלעין נישט רעדן דערפון, ווייל זייער אזשענדא שטימט סאך בעסער מיט די דעמאקראטן און זיי ארבעטן מיט, ס'איז שטארק מעגליך אז זיי האבן געוויסט אז די לעפטאפ פון האנטער ביידען איז עכט, נאר זיי האבן גאנץ פיין געקענט באשטיין מיטצוארבעטן מיט די קלארע אמת וואס די אינטעליזשענט חברה האבן זיי געזאגט אז ס'איז נישט האנטערס.

און מסתם וועלן זיי עס שוין יעצט אויך מודה זיין, נאכדעם וואס טראמפ האט פארלוירן אין 2020 די פרעזידענטשאפט שטארק צו פארדאנקען די פארשטילן די מעשה.

בקיצור די פוינט איז אז די מידיא קען מיטן זאגן נאר אמת אויך שטופן נערעטיווס.
 
וואס איז געשען? זיי פירן מער נישט די וועלט? נעע, דזאדזש סאראס דרייט נאך זיכער עפעס אן.. מ'מוז זיי האלטן כאטש אויף א קליינע פלאם אין פאל מ'דארף וועמען צו באשולדיגן אין טראמפ'ס אנזעצעס..

ערנסט גערעדט, ווילאנג דו האסט דיך (אדער מיר) ס''ה געוואלט איינרעדן אז זיי זענען אין פאוער - איז געווען אקעי, איינמאל מיר האבן אבער פאקטיש אין דעם ווייסן הויז, און אויף א מאסיווע מידיע פלאטפארמע, דער מענטש וואס האט ליטעראלי די מערסטע פריוואטע אינטערעסן אינעם גאווערמענט און קען פאטענציאל פארדינען דאס מערסטע פון דאס אלעס.. איז עס באזארגנד..
בפרט ווען דער יעניגער פארט אריין, אין פארנט פון אונזער אויגן, אין א נעץ פון ליגנטס, פראפעגאנדע, מיסאינפארמאציע, און געפארפולע אטאקעס.
ווילאנג ביל געיטס איז געווען די רייכסטע האט ער געפירט, יעצט איז מאסק רייכער האט ער ארויסגעשטעלט ביל געיטס.
 
ווילאנג ביל געיטס איז געווען די רייכסטע האט ער געפירט, יעצט איז מאסק רייכער האט ער ארויסגעשטעלט ביל געיטס.
ביי קאוויד איז שוין מאסק געווען רייכער.

וויאזוי האט ער צוגעלאזט ביל געיטס אריינצולייגן מייקרא טשיפס אין די וואקסינען?

מוז מען ענטפערן אז ער איז טאקע נישט געווען רייכער און דאס אז ס'שטייט אויף וויקיפעדיע אז יא איז פארשטייט זיך פעיק ניוס פראפאגאנדע...
 
ווילאנג ביל געיטס איז געווען די רייכסטע האט ער געפירט, יעצט איז מאסק רייכער האט ער ארויסגעשטעלט ביל געיטס.
די טייוול האנדלט נאר מיט די סאמע רייכסטע? אזוי גייט די רולס?

ס'אזא דין אין רייכטום אדער א דין אין פאוער?
 
לגבי פאקטן, גלייב איך אפציעלע טשארטס און גראפס וואס ווערן ארויסגעשטעלט דורך די מענטשן אין אטאריטעט דערויף, און אלס 'אטאריטעט' נעם איך נארמאל די מיט די נויטיגע קרידענשעלס אינעם פעלד אדער די מיט עקסקלוסיווע דאטא, ווילאנג איך טראסט זיי און איך בין זיי נישט חושד אין בייזוויליג מיר וועלן פארדרייען
דא ליגט דיין טעות, איינמאל און נאכאמאל איז אויפגעוויזען געווארען אז די אפציעלע איסטאנצען האבן בייזוויליג ליגענט געזאגט, איין מאל איין, ושנית ס׳נאך נישט געוועהן קיין קאנסעקווענסען אויף די וואס האבן בייזוויליג געשקרנ׳ט, ווי למשל ראשע קעלושען און פאוטשי ביי קאוויד, נישט נאר דאס ער האט נאך באקומען א פארדען
אויב איז נישטא קיין קאנסעקווענסען אויף בייזוויליג ליגענט זאגען, פארוואס זאל איך זיי טראסטען? מיט אזא ״אפציעלע טשארטס און גראופס און אטאריטעטן״ גלייב איך ענדערש מיין חבר פון מקוה.
 
ממש עס טוט וויי צוזעהנדיג אזא דיסעסטער.
ווער האט געגלייבט אז די רייכסטע מענטש אין די וועלט גייט גאר ווערן אן אפיציעלע דרעק און אריין אין פולשטענדיק קאנספיראציע טעאריע גיסטע.
ס'האט אפשר צוטון מיט די קעטעמין וואס ער נוצט העווי...

ליידער איז דא ריכטיגע קרבנות פון זיינע קאפדרייענישן.

נעקסט טיים ווען מען זאגט אז ס'איז נישט געזונט אין א דעמאקראטיע אז איין מענטש זאל האבן אזויפיל געלט (און אטאמאטיש מאכט), זאל די המון עם גלייבן...

יעצט איז שוין מן הסתם צו שפעט.
ווילסט מיר זאגען אז ווען טוויטער איז געוועהן א פובליק קאמפעני איז געוועהן בעסער? שקר וכזב מען האט אינטערדריקט דארט איעדע פריוו פון פרייהייט פון ווארט.
איך וויל ענדערש האבן א פרייע טוויטער מיט די שטותים וואס איז אינקלודעד און די פעקעדזש. ווי האבן א דעמאקראטיע אינטעדריקענדע טוויטער אן די שטותים.
 
מהיכי תיתי?
דו ביסט דער וואס מאכט די קלעים דא אז די מידיע איז געווען בייזוויליג ליגנער מיט אגענדעס, וואס זענען דיינע באווייזן דערויף?
שרייען ראשע קאלושאן נאכאמאל וועט דיר נישט העלפן פראוון אז זיי זענען געווען בייזוויליג מיט אן אגענדע - בפרט נאך וואס קאלושאן איז געשען ווי געזאגט, און מ'דארף נישט מער ווי אויגן כהיום צו פארשטיין רוסלאנד'ס מאטיוואציעס איבער אלעם.

א. פלוצלינג ווייסטו נישט וואס פעיק ניוס מיינט
ב. וואס מיינט 'מעגליך'? איך האב געפרעגט יא אדער ניין, און איך האב אויסדרוקליך געבעטן נישט צו קאמפערן צו די צד שכנגד, אבער אויב שוין יא -
ג. געב מיר אן עקוויווילאנט פון פיר גראבע ליגנטס בנשימה אחת דורך ביידן אדער וואטעווער פאליטיקאנט.

ניין, איך טענה נישט דווקא אז ס'איז אמת צו וואס. ווייל פאקטן קענען דאך קיינער נישט נאר אפאר רוסישע גריפטערס.
איך באצוה זיך צו די טענה אז מ'האט זיך פארלייגט אויף טראמפ מיט 'בייזוויליגע שקרים', דורכן צו-ווייזן וויאזוי די געפינסן וואס זיי האבן געפינען זענען יא גענוג צו עכ''פ עפענען אן אויספארשונג און וועלן דערגיין מער.
און איך שטעל מיך אויך פאר אז אויף דיין ליסטע פון ליגנער איז אויך די יוסטיץ דעפארטמענט וואס האט געפינען 34 מענטשן שולדיג דורכאויס די אינוועסטיגעישאן..

נישט פארגעסן אז די DOGE געפינסן זענען אלעס אמת אן קיין שום פאקטן אדער באווייזן, אפי' נאכן ווערן אפגעפרעגט איינס ביי איינס (און נישט קומען אין די עפענטליכקייט מודה זיין ווי פארשפראכן אין די אוועל אפיס).
און לאנג לעבן זאל די פרידאם אוו ספיטש אויף X וועלכע האט היינט אראפגענומען די קאמיוניטי נאטס ווייל עס באדערט עלאן מיט פאקטן צופיל...
איך גיי יא שרייען דווקא ראשע קאלוזשן, ווייל אנדערש ווי למשל די קאוויד לעב סקאנדאל ווי זיי קענען זאגן אז זיי האבן פשוט געפאלגט פאוטשי, אדער ווי די האנטער ביידן לעפטאפ ווי זיי האבן פשוט נאכגעזאגט די אינטעליגענץ אינפארמאציע. איז ראשע קאלוזשן יא געווען עפעס וואס זיי האבן כמעט אינגאנצן אנגעדרייט אן קיין שום באווייזן, און זיי אליינס (צוזאמען מיט די וואשינגטאן עליטע (רעפאבליקאנער און דעמאקראטן)) האבן עס כמעט אינגאנצן אימפלימענטירט. פארשטייט זיך אז וויפיל מאל איך וועל עס ארויפברענגען וועסטו נישט פרובירן צו קוקן אויף די מציאות און פאקטן וואס די פרעסע האט נישט געקענט זעהן טראץ וואס ס'איז אפען פאר יעדן, ווייל די קוקסט נאר אויף פאקטן וואס זענען געפילטערט פון סטעיט מידיא. און די וועסט מיר ווייזן אז ראשע קאלוזשן איז יא אמת ווייל מולער דער שקרן האט אנגעבליך גראדע געטראפן אפאר רוסישע סאשעל מידיא אדווערטייזמענטס וועגן די עלעקשאן, און ניטאמאל געקענט אנווייזען וועלכע קאנדידאט זיי האבן אדווערטייזט... אויך מיר מעדלינג, און נאך אפאר נידעריק ראנקיגע קאמפיין חברה וואס זיי האבן כלומרשט זיך פארבינדן מיט...

א' ניין איך ווייס נישט וואס די ניי געבוירענע טערמין 'מיסאינפארמאציע' באדייט, ס'איז א קלינגעדיגע ווארט ניי באשאפן וואס האט נישט קיין באדייט, סיי וועלכע באריכט איז 'אינפארמאציע', אפגעזען פון די אמת'קייט אדער לעגיטימיטעט.

ב' ווען דו פרעגסט מיר אויף עפעס אראנדזש צו די קאליר איז שווארץ אדער ווייס און אז איך זאל זיך נישט ווייגן צו זאגן א אנדער אפציע וועל איך דיר ווײטער זאגן אראנזש.

ג' ער גייט נישט פארדאנירן זיין זוהן. די לעפטאפ איז שקר. געזאגט ביי די דעבאטע אז טראמפ איז עיבריהעם לינקאלן. און פארשטייט זיך די ליגענט אז טראמפ האט געטון ראשע קאלוזשן!

דו האלטסט נישט ביים זיך פאראינטערסירן אין די מציאות הדברים, אבער ווען דו וועסט אפמאכן צו שטודירן די ראשע קאלוזשן וועסטו אנערקענען די אמת אז די אינוועסטיגאציע איז נישט געקומען פון א חשש וואס האט גורם געווען מ'זאל אריינקוקן דערין. נאר די חשש אליינס האבן זיי אליינס אויסגעטראכט.
 
apparently, ווען צענדליגע ריכטער ארום די לאנד (א טייל געשטעלט דורך טראמפ) ווארפן ארויס עלעקשאן קלאגעס פון טראמפ און האלטן עס איז נישטא קיין גרונדן עס אנצונעמען - איז דאס בכלל נישט קיין ראי' אז ער איז א ליגענער אדער אז ער האט סיי וועלכע 'בייזוויליגע פלאט' אנגעגרייט.
אבער ווען מוללער טרעפט קאלושען נאר נישט קיין דיירעקטע עווידענס פון קאנספיראציע, און אלע זייטיגע אנדייטונגען צייגן אויך צו די נאנטשאפט צווישן טראמפ און פוטין, און די לינקע זענען מחליט עס אויסצופארשן און קומען צום אויפריכטיגן מסקנא אז מ'קען אים למעשה נישט אנקלאגן - דארט זענען זיי די געפערליכע ליגענער וועמען מ'קען מער קיינמאל נישט טראסטן..

איך הער דעם לאגיק..

די עיקר נישט פארגעסן אז די לינקע זענען די ארגסטע וואס איז פארהאן וזאת התורה לא תהא מוחלפת.
 
לאמיר נישט פארדרייען. לאז אפ די עלעקשאן אויף די מינוט. בנוגע ראשע קאלוזשן האלסטו אין איין פארדרייען די מציאות הדברים מיט סתם שקרים. דו קענסט מיר אפשר זאגן וואו מ'האט געזעהן קאלוזשן וואס האט לכתחילה גורם געווען מ'זאל אריינקוקן דערין? וויזוי האט זיך עס אנגעהויבן?
 
די עיקר נישט פארגעסן אז די לינקע זענען די ארגסטע וואס איז פארהאן וזאת התורה לא תהא מוחלפת.
לאוו דווקא.... ס'האלט שוין לאנג ווייטער.
א יעדע רעכטער וואס קומט ארויס קעגן טראמפ איז אטאמאטיש א חלק פון די לינקע. ריינאו בלע"ז.

וואס איז א קולט אויב נישט דאס. ס'האט שוין לאנג פארלוירן די שם פארטיי.

ויאמינו בטראמפ ובעילן עבדו!
ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד!
 
לאמיר נישט פארדרייען. לאז אפ די עלעקשאן אויף די מינוט. בנוגע ראשע קאלוזשן האלסטו אין איין פארדרייען די מציאות הדברים מיט סתם שקרים. דו קענסט מיר אפשר זאגן וואו מ'האט געזעהן קאלוזשן וואס האט לכתחילה גורם געווען מ'זאל אריינקוקן דערין? וויזוי האט זיך עס אנגעהויבן?
how about די האראוויץ און דורהאם רעפארטס ממש אויף אט דעם פראגע? נישט באגלייבט?!

און פארגעס נישט, מיין ארגומענט דא איז נישט צו עס איז יא אדער נישט געווען קאלושען, די ארגומענט איז צו די מידיע האט 'בייזוויליג ליגנט געזאגט'. און אויף דעם טענה איך אז עס איז געווען גענוג סיבה אנצונעמען אזוי בשעתו (און מעגליך שפערטער אויך) אמת'ערהייט, און דו ביסט דער וואס דארף קענען צושטעלן דעפיניטיווע ראיות אויף פארקערט און נישט סתם שרייען אויף יעדע זאך וואס דיר געפעלט נישט אז עס איז 'בייזוויליגע ליגנט', (בו בזמן לייקענען ענליכע אקטן ווען עס ווערט געטון דורך טראמפ אדער גאר רוסלאנד..)
 
אז די מידיא פראפאגאנדירט סתם אויסגעטראכטע מעשיות כדי צו קענען באשולדיגן טראמפ וואוסענדיג אז ס'איז שקר זענען זיי שולדיג אין בייזוויליג ליגענט זאגן. איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיר דא צייגן מיט די רעפארטס פון האראוויטץ און דורהעם, סתם לינקס צו רעפארטס קען איך דיר געבן בעסערע ווי יענץ.

האסט מיר נאכאלץ נישט געענטפערט. וויאזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע ראשע קאלוזשן מעשה? וואס האט גורם געווען אז ס'זאל אויסזען ווי ס'דא רגלים לדבר צו אינוועסטיגירן?
 
ביי די C-PAC צאמקום:
GkSV0WWWYAAZdrs.jpg
 
Back
Top