- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,630
- רעאקציע ראטע
- 6,422
- פונקטן
- 943
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אלע ארטסקרול ביכער די לעצטע צייט האבן געהעריג בילדער פון פרויען, סא וואס איז עס ערגער?אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת טוב.
רמב"ם איינע פון ערשטע דרוקעןאזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת ט
געווען באהאלטן אין קדשי קדשים.די כרובים אין קדשי קדשים זענען געווען א זכר און א נקיבה בשעת תשמיש. (מעורים זה בזה)
ווער דארף מער מקור ווי דעם?
אין וועלכעס קאטעגאריע זי טענה׳ט אז די נבואות פאלן אריין. (דר. ענדרוּ סלוֺין טענה׳ט אז דאס האט דער נביא טאקע גענוצט פאר שׁאַק וועליוּ אז זיין אדיענץ זאל אים אויסהערן.) דר. אהרן קאלער טענה׳ט אז פארקערט ווי מ׳מיינט סתם אזוי, איז די כוונה פונעם נביא דערמיט אז דער (מענערישע) ליינער, אפילו אין זיין צייט, זאל זיך אָננעמען פאר די פרוי ישראל אין די משל און נישט פאר ג-ט, וועלכער האט איר נישט אדאפּטירט און איז דא כעין אַן עבּיוזער כביכול (הגם אז ער איז געווארן קאָקאָלדעד), וואס אט די טשיילד עבּיוז דורכאויס ווען ישראל/די מיידל איז אויפגעוואקסן האט איר גורם געווען צו זיין אזוי (דר. דוד האלפערין טענה׳ט אז יחזקאל האט דאס אלעס אזוי אראפגעלייגט ווייל ער אליינס איז דאס דורכגעגאנגען). אבער אפילו אזוי איז מען דאך מחוייב צו פאלגן ג-ט. (ער ברענגט ארויס אז חז״ל האבן עס אנדערש גע׳דרש׳נט ארויס פון איר פשט, בלדוגמא אז די דם איז מרמז לדם מילה ופסח, ווייל דעמאלטס איז שוין ג-ט׳ס חסד וטוב אָנגענומען געווארן אלס עקסיאמעטיק און זיכער. און דערפאר טאקע איז מעגליך אז ר׳ אליעזר איז געווען קעגן לערנען דעם פרק כדאיתא במגילה כה:.)Pornography is the representation of sexual acts which arouses sexual excitement. . . Pornography is not simply the representation of sexual fantasy but that of violent sexual fantasy
אפשר פאר דעם האט מען נישט געלאזט לערנען רמב"ם
ביי אונז אין חב"ד האט מען געלערנט נאר רמב"ם....
עס איז נישט נאר די ספר זייער אסאך ספרים פון יענע צייט האט די סארט בילדער
און דאס איז די געדאנק אונטער דאס וואס דער שופט פּאַטער סטוּארט האט ווי באקאנט געזאגט דערויף לגבי דעפינירן וואס ״פּאָרנאגראפיע״ איז, ״איך ווייס דאס ווען איך זעה דאס.״ והיינו, אז עס ווענדט זיך טאקע אינעם פּערספּעקטיוו פונעם קוקער, זייענדיג אז ״קוקן״ איז אַן אקטיווע אקט און ווי צוויי מענטשן קענען זעהן דעם זעלבן זאך אבער פארט אנדערש. און עראטישע אַרט איז וואו עס קען דינען אלס ביידע. (דאס אלעס גייט צוזאמען מיט עליזאַבּעט ענסקאמב׳ס הגדרה פון ״כוונה״ אז עס האט צו טוהן מיט די ענטפער פון ״פארוואס?״ מ׳האט געטוהן דעם אקט.)In the case of a gynaecology text book the medical student can look at the very same places that someone looks at sexually, but can choose not to see them sexually. Two viewers could focus on the clitoris, for example, but the student sees it medically and the other sees it sexually. It does not seem to be a matter of which parts of the image one looks at, therefore, but how one looks at them. The question is whether one uses the images to indulge one’s sexual feelings or not. The context will usually show us whether we are licensed to indulge those feelings or not
wowאינעם דיון צי פּאָרנאגראפיע קען זיין אַרט, טענה׳ט דר. סטיפען מאָמפארד אז אז דאס וועט אלס דעפינירט ווערן לויט די סאָבּיעקטיווע צוגאנג און קאנטעקסט פונעם קוקער. ער נוצט די דוגמאות פון די (קאנטראווערסיאנאלע) 1866 ווערק ״די אָרידזשין פון די וועלט״, אדער ״די שלאפערס״ פון דער פראנצויזישער אַרטיסט גוסטאוו קארבּעי, אדער ״די טערקישע באד״ פון יענע תקופה דורך זשאן-אָגוסט-דאַמיניִק אינגרעס (אגב אין די פּעינטינגס זעהט מען דעם געדאנק פון וואס חז״ל ברענגן צו בשבת נז: אז ניחא לה לאשה שתראה כבעלת בשר ע״ש, זייענדיג אז אמאל ווען עסן איז נישט געווען אזוי בהרחבה ווי היינט איז דאס געווען א סימן פון געזונט וכו׳. ואגב, טאקע דער טערקישער סולטאן איבּראַהים האט געגליכן גראבע פרויען), ווי אויך די ווערק פון עגאן שיעלע, די ווערק פון פראנז וואַן בּעיראס, די ווערק פון מיהאלי זיטשי, די ווערק פון פּיטער פענדי, אדער די אַרטיסטיק פאטאגרעפס פון דר. דאָן וואָלי, וכהנה רבות. זיי זענען למעשה אַרט אין מוזעאומס, אבער קענען פארט פאררעכענט ווערן ווי פּארנאגראפיע, ווענדענדיג זיך טאמער איז זיין כוונה אין זיין דאס קוקן צו ווערן אָנגערייצט באופן מעשי און האבן א חלק פון די סעקשואלע תענוג ער זעהט דערין.
דאס איז ווייל די הגדרה פון ״פּארנאגראפיע״ איז וואו די עיקר מטרה פונעם ווערק איז אז עס זאל ברענגן דעם קוקער צו ווערן אנגערייצט און וועלן זיין א חלק (באופן מה) פון די תענוג וואס ווערט דעפּיקטעד דערין. משא״כ אַרט באציהט זיך בעיקר צום ראציאנאלן שכל פונעם מענטש וואס זאל ענגעידזשן דערמיט, און נישט בלויז קיוּס פאר זיינע אינסטינקטס (הגם אַרטיסטישע פּאָרן קען אויך האבן עלעמענטן פון וואס ענגעידזשן די שכל אין זיך). דאס איז לכאורה א פירכא צו דעם אז מסכת סוטה זאל פאררעכענט ווערן ווי ״פּארנאגראפיע״, זייענדיג אז דאס איז לכאורה נישט די מטרה פון די ווערק בכלל. פונקט ווי ווען חז״ל רעדן בעצם פון א גענגבּענג בשיח ההלכתית בקידושין פ: ואפשר ג״כ לעיל בדף ט: דאס איז די סיבה פארוואס דאס איז נישט פּארנאגראפיש, ווי ער שרייבט:
און דאס איז די געדאנק אונטער דאס וואס דער שופט פּאַטער סטוּארט האט ווי באקאנט געזאגט דערויף לגבי דעפינירן וואס ״פּאָרנאגראפיע״ איז, ״איך ווייס דאס ווען איך זעה דאס.״ והיינו, אז עס ווענדט זיך טאקע אינעם פּערספּעקטיוו פונעם קוקער, זייענדיג אז ״קוקן״ איז אַן אקטיווע אקט און ווי צוויי מענטשן קענען זעהן דעם זעלבן זאך אבער פארט אנדערש. און עראטישע אַרט איז וואו עס קען דינען אלס ביידע. (דאס אלעס גייט צוזאמען מיט עליזאַבּעט ענסקאמב׳ס הגדרה פון ״כוונה״ אז עס האט צו טוהן מיט די ענטפער פון ״פארוואס?״ מ׳האט געטוהן דעם אקט.)
אט דאס אלעס איז בעצם וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם תשובה: וויבאלד די כוונה און קאנטעקסט פון בילדער פון פרויען אין אויסגאבעס איז נישט אלס גלעמאר, עראטיש, אדער צו זיין רייצענד בכלל, איז דאס נישט קיין פראבלעם (על אף אז עס איז פארט שייך אז איינער זאל צוקומען עי״ז לידי תאוה). ווי אויך איז יתכן לומר, ואפילו פון א הלכה׳דיגע פּערספּעקטיוו, אז אסאך פון די ווערק וועלכע זענען געמאכט געווארן פאר (אפאר) הונדערט יאר צוריק, וואס ווערט היינט גערעכענט ווי נאר עראטישע אַרט, איז מעיקרא געמאכט געווארן ריין מיט א כוונה פון זיין רייצענד און איז געווען די פּאָרן פון יענע תקופה. כהיום אבער, זייענדיג אז דאס איז שוין נישט עפעס וואס איז רייצענד (זייענדיג אז מ׳איז געוואוינט צו פילמס און דאס אלעס זעהט נישט אויס גענוג עכט וכו׳ וכו׳), איז דאס שוין נאר עראטישע אַרט.