תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת טוב.
 
די כרובים אין קדשי קדשים זענען געווען א זכר און א נקיבה בשעת תשמיש. (מעורים זה בזה)
ווער דארף מער מקור ווי דעם?
 
אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת טוב.
אלע ארטסקרול ביכער די לעצטע צייט האבן געהעריג בילדער פון פרויען, סא וואס איז עס ערגער?
 
אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת ט
רמב"ם איינע פון ערשטע דרוקען
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20251215_233702.webp
    IMG_20251215_233702.webp
    125.5 KB · געזען: 68
די כרובים אין קדשי קדשים זענען געווען א זכר און א נקיבה בשעת תשמיש. (מעורים זה בזה)
ווער דארף מער מקור ווי דעם?
געווען באהאלטן אין קדשי קדשים.

וואס האט עס שייכות מיט אונזער שאלה?
 
לגבי דעם וואס איך האב דא צוגעברענגט איבער דעם אז (קידושין מב.) אסור לאדם שיקדש את בתו כשהיא קטנה עד שתגדל ותאמר בפלוני אני רוצה, שרייבט דר. מיכאל סעטלוי אז הגם חז״ל האבן דן געווען אינעם תלמוד פון א טעארעטישן לעגאלע הלכה׳דיגע פּערספּעקטיוו איבער הייראטן ווען מיידלעך זענען אינג, האבן אידן אבער בימיהם בימי חז״ל פאקטיש געהייראט קרוב צו די 20. דר. סוּסען אקערמאן טענה׳ט אז דאס איז פשוט ווייל אין זייער תקופה, זייענדיג אז עסן און ערנערונג זענען נישט געווען אזוי בנמצא ווי היינט, און לעבן איז סתם אזוי געווען שווערער ווי היינט, זענען מיידלעך ביאלאגיש שפעטער אָנגעקומען צו פּיוּבּערטי (הגם די גמרא איז דן איבער ימי נערות ובגרות).

ומענין לענין באותו ענין לגבי די עקספּליסיט משלים אין די נבואות פון יחזקאל בפט״ז ופכ״ג (און ווי מסכת סוטה קען פאררעכענט ווערן ווי ״פּאָרן״), האט דר. עתליה בּרענער זיי מגדיר געווען אלס ״פּאָרנאָפּראפעטיקס״, זייענדיג אז:
Pornography is the representation of sexual acts which arouses sexual excitement. . . Pornography is not simply the representation of sexual fantasy but that of violent sexual fantasy​
אין וועלכעס קאטעגאריע זי טענה׳ט אז די נבואות פאלן אריין. (דר. ענדרוּ סלוֺין טענה׳ט אז דאס האט דער נביא טאקע גענוצט פאר שׁאַק וועליוּ אז זיין אדיענץ זאל אים אויסהערן.) דר. אהרן קאלער טענה׳ט אז פארקערט ווי מ׳מיינט סתם אזוי, איז די כוונה פונעם נביא דערמיט אז דער (מענערישע) ליינער, אפילו אין זיין צייט, זאל זיך אָננעמען פאר די פרוי ישראל אין די משל און נישט פאר ג-ט, וועלכער האט איר נישט אדאפּטירט און איז דא כעין אַן עבּיוזער כביכול (הגם אז ער איז געווארן קאָקאָלדעד), וואס אט די טשיילד עבּיוז דורכאויס ווען ישראל/די מיידל איז אויפגעוואקסן האט איר גורם געווען צו זיין אזוי (דר. דוד האלפערין טענה׳ט אז יחזקאל האט דאס אלעס אזוי אראפגעלייגט ווייל ער אליינס איז דאס דורכגעגאנגען). אבער אפילו אזוי איז מען דאך מחוייב צו פאלגן ג-ט. (ער ברענגט ארויס אז חז״ל האבן עס אנדערש גע׳דרש׳נט ארויס פון איר פשט, בלדוגמא אז די דם איז מרמז לדם מילה ופסח, ווייל דעמאלטס איז שוין ג-ט׳ס חסד וטוב אָנגענומען געווארן אלס עקסיאמעטיק און זיכער. און דערפאר טאקע איז מעגליך אז ר׳ אליעזר איז געווען קעגן לערנען דעם פרק כדאיתא במגילה כה:.)

ולגבי דר.האַוּערד איילבערג-שווארץ׳ס טענה אז די תורה האט שולל געווען דאס אז ג-ט האט א תבנית, איז ווייל זי האט געוואלט שולל זיין זיין האבן אַן אבר הזכרות וואס דאס טוהט עמעסקיולעיטן, אין א פּאטריארכישע געזעלשאפט, די זכרים פון זיין פאלק ישראל. אין דעם שרייבט דר. קאלער:
IMG_0979.webp

ווי צוגעברענגט האט דר. איילבערג-שווארץ טאקע גע׳טענה׳ט אז דאס איז די סיבה אז חז״ל זענען געווען קעגן לערנען מעשה מרכבה, וויבאלד דארט דערמאנט יחזקאל די לענדן פון ג-ט. דאס קען געבן א הבנה אויך אין פארוואס ר׳ אליעזר איז געווען קעגן לערנען די פרק אין יחזקאל וכנ״ל, ועיין ברמ״א באו״ח סימן תכח סעיף ח, ובכלל טרעפט מען בשבת יג: אז בקשו לגנוז ספר יחזקאל.

אגב, דר. דזשאַן הוּנעגארד טענה׳ט אז דאס וואס די קולטור פון תנ״ך און די קולטורן רינגסט ארום איר פלעגן אויסטוהן די נואפת נאקעט אזוי ווי אין די פרק אין יחזקאל, איז נישט געווען אזוי ווייט איר צו פארשעמען ווי אין די פרק אין יחזקאל, נאר איידער צו צייגן סימבאליש אז זי האט שוין נישט קיין שום קלעים צו איר מאן׳ס עסטעיט. דר. דניאל קריסטאפער-סמיט טענה׳ט אז יחזקאל האט דאס אזוי אראפגעלייגט אלס זיין טראַמאַ פונעם מלחמה, וואו די בבליים האבן אזוי געטוהן צו די וועמען זיי האבן געפאנגען, און דאס וואלט טאקע געטריבן די ליינערס דערפון זיך צו אידענטיפיצירן מיט דאס מיידל, וואס אין די משל איז דאך די מיידל זיי אליינס.
 
אפשר פאר דעם האט מען נישט געלאזט לערנען רמב"ם
עס איז נישט נאר די ספר זייער אסאך ספרים פון יענע צייט האט די סארט בילדער
אגב דאס איז כסף משנה פונעם בית יוסף אויף רמב"ם געדרוקט בחייו

וואו האט מען נישט געלאזט לערנען רמב"ם אפשר מיינסטו מורה נבוכים להרמב"ם? דאס איז משנה תורה להרמבם וואס איז אין יעדע ביהמ"ד אדער מיינסטו די אלטע מחלוקת פון די חכמי צרפת אין צייטן פון די ראשונים?
 
אינעם דיון צי פּאָרנאגראפיע קען זיין אַרט, טענה׳ט דר. סטיפען מאָמפארד אז אז דאס וועט אלס דעפינירט ווערן לויט די סאָבּיעקטיווע צוגאנג און קאנטעקסט פונעם קוקער. ער נוצט די דוגמאות פון די (קאנטראווערסיאנאלע) 1866 ווערק ״די אָרידזשין פון די וועלט״, אדער ״די שלאפערס״ פון דער פראנצויזישער אַרטיסט גוסטאוו קארבּעי, אדער ״די טערקישע באד״ פון יענע תקופה דורך זשאן-אָגוסט-דאַמיניִק אינגרעס (אגב אין די פּעינטינגס זעהט מען דעם געדאנק פון וואס חז״ל ברענגן צו בשבת נז: אז ניחא לה לאשה שתראה כבעלת בשר ע״ש, זייענדיג אז אמאל ווען עסן איז נישט געווען אזוי בהרחבה ווי היינט איז דאס געווען א סימן פון געזונט וכו׳. ואגב, טאקע דער טערקישער סולטאן איבּראַהים האט געגליכן גראבע פרויען), ווי אויך די ווערק פון עגאן שיעלע, די ווערק פון פראנז וואַן בּעיראס, די ווערק פון מיהאלי זיטשי, די ווערק פון פּיטער פענדי, אדער די אַרטיסטיק פאטאגרעפס פון דר. דאָן וואָלי (און דזשעפרי סילווערטאָרן), וכהנה רבות. זיי זענען למעשה אַרט אין מוזעאומס, אבער קענען פארט פאררעכענט ווערן ווי פּארנאגראפיע, ווענדענדיג זיך טאמער איז זיין כוונה אין זיין דאס קוקן צו ווערן אָנגערייצט באופן מעשי און האבן א חלק פון די סעקשואלע תענוג ער זעהט דערין.

דאס איז ווייל די הגדרה פון ״פּארנאגראפיע״ איז וואו די עיקר מטרה פונעם ווערק איז אז עס זאל ברענגן דעם קוקער צו ווערן אנגערייצט און וועלן זיין א חלק (באופן מה) פון די תענוג וואס ווערט דעפּיקטעד דערין. משא״כ אַרט באציהט זיך בעיקר צום ראציאנאלן שכל פונעם מענטש וואס זאל ענגעידזשן דערמיט, און נישט בלויז קיוּס פאר זיינע אינסטינקטס (הגם אַרטיסטישע פּאָרן קען אויך האבן עלעמענטן אין זיך וועלכע ענגעידזשן די שכל, אבער דאס איז נישט די עיקר שבה לע״ע). דאס איז לכאורה א פירכא צו דעם אז מסכת סוטה זאל פאררעכענט ווערן ווי ״פּארנאגראפיע״, זייענדיג אז דאס איז לכאורה נישט די מטרה פון די ווערק בכלל. פונקט ווי ווען חז״ל רעדן בעצם פון א גענגבּענג בשיח ההלכתית בקידושין פ: ואפשר ג״כ לעיל בדף ט: דאס איז די סיבה פארוואס דאס איז נישט פּארנאגראפיש, ווי ער שרייבט:
In the case of a gynaecology text book the medical student can look at the very same places that someone looks at sexually, but can choose not to see them sexually. Two viewers could focus on the clitoris, for example, but the student sees it medically and the other sees it sexually. It does not seem to be a matter of which parts of the image one looks at, therefore, but how one looks at them. The question is whether one uses the images to indulge one’s sexual feelings or not. The context will usually show us whether we are licensed to indulge those feelings or not​
און דאס איז די געדאנק אונטער דאס וואס דער שופט פּאַטער סטוּארט האט ווי באקאנט געזאגט דערויף לגבי דעפינירן וואס ״פּאָרנאגראפיע״ איז, ״איך ווייס דאס ווען איך זעה דאס.״ והיינו, אז עס ווענדט זיך טאקע אינעם פּערספּעקטיוו פונעם קוקער, זייענדיג אז ״קוקן״ איז אַן אקטיווע אקט און ווי צוויי מענטשן קענען זעהן דעם זעלבן זאך אבער פארט אנדערש. און עראטישע אַרט איז וואו עס קען דינען אלס ביידע. (דאס אלעס גייט צוזאמען מיט עליזאַבּעט ענסקאמב׳ס הגדרה פון ״כוונה״ אז עס האט צו טוהן מיט די ענטפער פון ״פארוואס?״ מ׳האט געטוהן דעם אקט.)

אט דאס אלעס איז בעצם וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם תשובה: וויבאלד די כוונה און קאנטעקסט פון בילדער פון פרויען אין אויסגאבעס איז נישט אלס גלעמאר, עראטיש, אדער צו זיין רייצענד בכלל, איז דאס נישט קיין פראבלעם (על אף אז עס איז פארט שייך אז איינער זאל צוקומען עי״ז לידי תאוה). ווי אויך איז יתכן לומר, ואפילו פון א הלכה׳דיגע פּערספּעקטיוו, אז אסאך פון די ווערק וועלכע זענען געמאכט געווארן פאר (אפאר) הונדערט יאר צוריק, וואס ווערט היינט גערעכענט ווי נאר עראטישע אַרט, איז מעיקרא געמאכט געווארן ריין מיט א כוונה פון זיין רייצענד און איז געווען די פּאָרן פון יענע תקופה. כהיום אבער, זייענדיג אז דאס איז שוין נישט עפעס וואס איז רייצענד (זייענדיג אז מ׳איז געוואוינט צו פילמס און דאס אלעס זעהט נישט אויס גענוג עכט וכו׳ וכו׳), איז דאס שוין נאר (צום מערסטענסט) עראטישע אַרט. עכ״פ עס איז נישט מער ווי אין די גדר פון הסתכלות בבהמה חיה ועוף כשמזדקקין זכר לנקיבה וואס ווען ער באטראכט דאס מיט אַן אַרטיסטישן פּערספּעקטיוו און בליק איז דאס ווי ער איז עסוק במלאכה וואס דאן איז דאס נישט קיין פראבלעם, ועיין באבה״ע סימן כג סעיף ג.
 
לעצט רעדאגירט:
אינעם דיון צי פּאָרנאגראפיע קען זיין אַרט, טענה׳ט דר. סטיפען מאָמפארד אז אז דאס וועט אלס דעפינירט ווערן לויט די סאָבּיעקטיווע צוגאנג און קאנטעקסט פונעם קוקער. ער נוצט די דוגמאות פון די (קאנטראווערסיאנאלע) 1866 ווערק ״די אָרידזשין פון די וועלט״, אדער ״די שלאפערס״ פון דער פראנצויזישער אַרטיסט גוסטאוו קארבּעי, אדער ״די טערקישע באד״ פון יענע תקופה דורך זשאן-אָגוסט-דאַמיניִק אינגרעס (אגב אין די פּעינטינגס זעהט מען דעם געדאנק פון וואס חז״ל ברענגן צו בשבת נז: אז ניחא לה לאשה שתראה כבעלת בשר ע״ש, זייענדיג אז אמאל ווען עסן איז נישט געווען אזוי בהרחבה ווי היינט איז דאס געווען א סימן פון געזונט וכו׳. ואגב, טאקע דער טערקישער סולטאן איבּראַהים האט געגליכן גראבע פרויען), ווי אויך די ווערק פון עגאן שיעלע, די ווערק פון פראנז וואַן בּעיראס, די ווערק פון מיהאלי זיטשי, די ווערק פון פּיטער פענדי, אדער די אַרטיסטיק פאטאגרעפס פון דר. דאָן וואָלי, וכהנה רבות. זיי זענען למעשה אַרט אין מוזעאומס, אבער קענען פארט פאררעכענט ווערן ווי פּארנאגראפיע, ווענדענדיג זיך טאמער איז זיין כוונה אין זיין דאס קוקן צו ווערן אָנגערייצט באופן מעשי און האבן א חלק פון די סעקשואלע תענוג ער זעהט דערין.

דאס איז ווייל די הגדרה פון ״פּארנאגראפיע״ איז וואו די עיקר מטרה פונעם ווערק איז אז עס זאל ברענגן דעם קוקער צו ווערן אנגערייצט און וועלן זיין א חלק (באופן מה) פון די תענוג וואס ווערט דעפּיקטעד דערין. משא״כ אַרט באציהט זיך בעיקר צום ראציאנאלן שכל פונעם מענטש וואס זאל ענגעידזשן דערמיט, און נישט בלויז קיוּס פאר זיינע אינסטינקטס (הגם אַרטיסטישע פּאָרן קען אויך האבן עלעמענטן פון וואס ענגעידזשן די שכל אין זיך). דאס איז לכאורה א פירכא צו דעם אז מסכת סוטה זאל פאררעכענט ווערן ווי ״פּארנאגראפיע״, זייענדיג אז דאס איז לכאורה נישט די מטרה פון די ווערק בכלל. פונקט ווי ווען חז״ל רעדן בעצם פון א גענגבּענג בשיח ההלכתית בקידושין פ: ואפשר ג״כ לעיל בדף ט: דאס איז די סיבה פארוואס דאס איז נישט פּארנאגראפיש, ווי ער שרייבט:

און דאס איז די געדאנק אונטער דאס וואס דער שופט פּאַטער סטוּארט האט ווי באקאנט געזאגט דערויף לגבי דעפינירן וואס ״פּאָרנאגראפיע״ איז, ״איך ווייס דאס ווען איך זעה דאס.״ והיינו, אז עס ווענדט זיך טאקע אינעם פּערספּעקטיוו פונעם קוקער, זייענדיג אז ״קוקן״ איז אַן אקטיווע אקט און ווי צוויי מענטשן קענען זעהן דעם זעלבן זאך אבער פארט אנדערש. און עראטישע אַרט איז וואו עס קען דינען אלס ביידע. (דאס אלעס גייט צוזאמען מיט עליזאַבּעט ענסקאמב׳ס הגדרה פון ״כוונה״ אז עס האט צו טוהן מיט די ענטפער פון ״פארוואס?״ מ׳האט געטוהן דעם אקט.)

אט דאס אלעס איז בעצם וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם תשובה: וויבאלד די כוונה און קאנטעקסט פון בילדער פון פרויען אין אויסגאבעס איז נישט אלס גלעמאר, עראטיש, אדער צו זיין רייצענד בכלל, איז דאס נישט קיין פראבלעם (על אף אז עס איז פארט שייך אז איינער זאל צוקומען עי״ז לידי תאוה). ווי אויך איז יתכן לומר, ואפילו פון א הלכה׳דיגע פּערספּעקטיוו, אז אסאך פון די ווערק וועלכע זענען געמאכט געווארן פאר (אפאר) הונדערט יאר צוריק, וואס ווערט היינט גערעכענט ווי נאר עראטישע אַרט, איז מעיקרא געמאכט געווארן ריין מיט א כוונה פון זיין רייצענד און איז געווען די פּאָרן פון יענע תקופה. כהיום אבער, זייענדיג אז דאס איז שוין נישט עפעס וואס איז רייצענד (זייענדיג אז מ׳איז געוואוינט צו פילמס און דאס אלעס זעהט נישט אויס גענוג עכט וכו׳ וכו׳), איז דאס שוין נאר עראטישע אַרט.
wow
 
דא האב איך צוגעברענגט פון דר. שלמה רובין אז די חוקי התורה זענען מעיקרא געווען מנהגים וועלכע זענען צוביסלעך אראפגעשריבן און קאדיפיצירט געווארן; אזוי ווי מ׳זעהט מיט די תהליך פון אלגעמיינע הלכה בימינו. אין דעם טענה׳ן דר. טאמאס קעיזען און דר. הילערי ליפּקא אז די מטרה פון דאס אראפשרייבן די חוקי התורה מעיקרא איז נישט געווען אז זיי זאלן זיין אטאראטעטיוו, נאר איידער אז זיי זאלן דינען אלס א לעהרע צום צוקונפטיגן דיין און שופט וויאזוי די ״גייסט״ פון געזעץ און פסק׳ענען על הכלל גייט צו. ענליך איז אויך געווען די מטרה פון די חוקי חומרבי, וואס דאס איז די סיבה אז אין די פסקים וואס מ׳טרעפט פון יענע תקופה טרעפט מען נישט קיין שום מאל וואס זיי זאלן פסק׳ענען לויט די חוקי חומרבי, און דאס זעלבע אין וואס מ׳האט געטראפן א פסק פון ימי תנ״ך אין א״י טרעפט מען נישט אז ס׳זאל צוברענגן די פסק פון די תורה דערין. ווי דר. קעיזען שרייבט:
These law collections have been understood by scholars in a variety of ways: as ideological statements, as literary exercises dealing with hypothetical problems, as royal apologia intended to promote new rulers, and as attempts to impress upon the gods that a particular king is a just ruler​
עס איז נאר בימי בית שני, אונטער די השפעה פון די גריכישע-רוימישע קולטורן וועלכע האבן געהאט קאנסטיטוציעס און געזעץ ביכער וועלכע זענען אטאריטעטיוו, ווי אויך אז דאן זענען די טעקסטן פארהייליגט געווארן אז מ׳טוישט זיי שוין נישט, וואס מ׳האט דאן אוועקגעשטעלט דאס וואס שטייט דערין אלס קאדיפיצירטע געזעץ וואס איז אטאראטעטיוו.

דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס דר. יונתן אדלער טענה׳ט אז עס איז נאר בימי החשמונאים וואס דעמאלטס איז ״יהדות״ בכלל אוועקגעשטעלט געווארן אלס דעם אז די תורה וחוקיה [צב״ש כשרות, טומאה/טהרה, צורות ופסלים, תפילין ומזוזות, מילה, העדר עשיית מלאכה בשבת ויו״ט וכו'] זענען אטאריטעטיוו. (און דעמאלטס טאקע הייבט מען אָן צו זעהן די ערשטע בתי כנסיות ומדרשות). ער טענה׳ט אז דאס׳ן דאס אוועקשטעלן דעמאלטס אזוי האט טאקע געדינט אלס פּראפּאגאנדע פאר די חשמונאים זיי צו העלפן פאראייניגן דאס פאלק און זייער מלוכה מיט דאס אלס א קאנסטיטוציע, ווי אויך צו מאטיווירן דאס פאלק זיך צו שלאגן קעגן די יוונים וועלכע זוכן דאס אויסצורייסן. אדער אז דערנאך, כדי צו שטארקן זייער מלוכה און דאס שטעלן אלס בינדענדיגע געזעץ, האבן זיי געשריבן די היסטאריע אז אנטיוכוס האט געוואלט אויסרייסן די תורה ווי איידער נאר די עבודה בביהמ"ק.

עס איז מערקווידיג וויאזוי דר. אדלער ענדיגט צו:
The goal of the present essay has been to explore a concrete historical question: When did observance of the laws of the Torah first become widespread within Jewish society? Although it is a problem which for decades has fascinated me on a personal level, I also recognize that the question is one which was never the subject of particular interest among traditional Jewish thinkers

The focus of traditional Jewish thought has invariably been on the ultimate authoritative status of the Torah, which is wholly a normative/prescriptive judgement rather than a historical/descriptive one. In simpler terms, the traditional interest in Torah has always centered on the “ought” rather than on the “is”. As such, the traditional appreciation of the Torah has remained—and must always endure—entirely beyond the purview of history, archaeology, or any other scientific endeavor​
דאס האט קלאנגען פון דר. דזשעימס קוגל'ס צוגאנג ווי די אטאריטעט פון די תורה אויף אונז לגבי שמירת המצות איז ל"ד תלוי אין די פאקטועלע היסטארישע מציאות דארונטער - עס זענען דא "צוויי תורות": די היסטארישע תורה וויאזוי די אקאדעמיקער באטראכטן דאס און חז"ל'ס תורה וויאזוי זיי האבן דאס אוועקגעשטעלט וואס דאס איז וואס אונז נעמ'יר אָן אלס מחייב.

אגב, הרב דר. חיים סעימאן ברענגט ארויס אז די צוגאנג פון הלכה איז טאקע באאיינפלוסט געווארן פון די וועג וויאזוי די רומיים בימי חז"ל האבן אוועקגעשטעלט זייערע געזעצן. דאס איז אז פון די תורה זעהט מען מער די צוגאנג פון לעגאלע רעאליזם, וואו די דרויסענדע סיבות אא"וו פארוואס די געזעץ איז צושטאנד געקומען מעיקרא איז וואס טוהט באאיינפלוסן די פסק דערין. משא"כ די רומיים זענען מער צוגעגאנגען מיט לעגאלע פארמאליזם, וואו איינמאל די געזעץ איז שוין נחקק געווארן ווערט די פסק דערין נישט בּאאיינפלוסט פון דרויסענדע סיבות, און ווערט נאר דעצידירט לויט דאס אפטייטש פון די עצם געזעץ כמו שהיא און אירע אַבּסטראקט פּרינציפּן. (עכ"פ ביז "הלכה למעשה", ועיין לעיל בדברי הרב דר. חנינא בן-מנחם.)

איך האב געקלערט ווייטער אין דעם אז הרב דר. סעימאן ברענגט אויך ארויס אז זייענדיג אז ס׳איז אויך דא דעם אלגעמיינעם מצות און וועליוּ פון לימוד התורה, איז דערפאר, נאך מער ווי אין אלגעמיינע געזעץ, טוהט דאס כסדר וואקסן אין די ספרות ההלכה וואס וועלן אין דעם אריינברענגן כל מיני פארשידענארטיגע דיונים וחילוקים פון מקורות וועלכע האבן ל״ד א שייכות דערצו להגדיל תורה ולהאדירה, וועלכע וועלן דערנאך ווערן פּרעצעדענטס. ער ברענגט ארויס אז אט דאס איז געווען די דורכפאל פונעם פראיעקט פונעם רמב״ם אינעם משנה תורה, וואס ער האט געזוכט דערמיט צו מקצר זיין און רעדוצירן הלכה צו כללים און פּרינציפּן און דורך דעם האבן אַן ענדגילטיגע פסיקת ההלכה. וואס האט זיך אויסגעשטעלט איז אז דאס אליינס איז געווארן א חלק פון דיונים אויף ווייטער כסדר; מ׳האט אים אויסגעדרייט פון אינעווייניג צו אינדרויסן. ווי ער זאגט:
Halakha is very different than any other legal system in which the production of law, its goal, is ultimately to regulate the social and political sphere. Halakhah, because of this idea of Talmud Torah that is so central to the rabbis of the Talmud and exerts a tremendous influence on everyone after, is that, no, there are what we'll call spiritual purposes in the study of law. Now, again, this change over time and in different places, it’s not consistent, but that idea is there. Therefore, I would say that it's not that these are what the codes are, but even in the codes, which in some sense are trying to just get to the bottom line, the authors also have another investment - the investment in Torah study, in explicating the Talmudic sugya. In other words, that instinct of simple Talmudic commentary is there too. Therefore, I think one of the reasons that it fails, so to speak, is because there are some works that really do try to just tell you the rules. But, inevitably, the commentaries are going to say, “Oh, but what about this Talmudic sugya? What about this Tosfot? And what about this other thing?” And they'll just kind of reenter it into that Talmudic dialogue

Perhaps the most dramatic example of this is not in the Shulkhan Aruch, but in the Rambam. The Rambam says that he's trying to end the kind of need to consult the Talmud, and therefore presents this very clean codex of Halakha. Now you can just look at this and know the rules, and you don't need to work your way through the Talmud. As you know, almost immediately when that starts happening, people then write commentaries and they basically start reintegrating the Rambam into the Talmudic discussion. So much so ,that in the 19th century in the Briskar School, the Rambam was the kind of source material from which they did the exact opposite of what he intended. They made it the basis of their very analytical and very creative, but very not bottom-line, discussions. And I think the fact that they're attracted to the Rambam are their reasons for that, but one cannot but one cannot but laugh that it basically turned what the Rambam was trying to do inside out​
דר. משה הלברטל איז אויך מאריך דערין, אז דאס וואס דער רמב״ם האט געוואלט אויפטוהן צו פארקורצערען די דיון אין הלכה כדי מ׳זאל זיך קענען אפגעבן מיט אנדערע חכמות, האט גאר צוגעגעבן אויל צום פייער דורך דעם אז יעצט איז געווארן א גאנצע פעלד פון פרשנות פונעם רמב״ם גופא אין הלכה.

הרב דר. סעימאן ברענגט צו אז דער מהר״ל האט געזאגט אז ס׳איז אומעגליך צו רעדוצירן הלכה און דאס ממש קאדיפיצירן, זייענדיג אז די תורה איז די באגעגעניש צווישן דעם אינפיניט ג-ט און דער פיניט מענטש. לפי״ז האב איך געקלערט אז איך האב צוגעברענגט ווי די האריגע בּאָל טעארעם אין טאָפּאָלאגיע לויטעט אז עס וועט אלעמאל מוזן זיין (כאטש) איין פלאץ אויף די וועלט וואס עס בלאזט נישט קיין ווינט (צו א זייט). דער מאטעמאטיקער גרענט סענדערסאן איז מוכיח באריכות די טעארעם אז עס קומט אויס מכח דעם ווייל עס איז נישט מעגליך צו צו איבערדרייען א בּאָל פון אינעווייניג צו אינדרויסן אין מעפּן יעדעס פונקט דערין צו א גענצליך נייע פלאץ. לפי״ז האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז אין אנהויב די תורה (בראשית א ב) וחשך על פני תהום ורוח אלקים מרחפת על פני המים. והיינו, ווייל ר״ל אין די מדרש (ב״ר ב ד) דרש׳נט וחושך על פני תהום אויף יון ע״ש. ולענינינו קומט דאך די געדאנק פון וויאזוי הלכה איז אויסגעשטעלט מעיקרא אויף די גריכישע-רומישע מאדעל פון געזעץ, אבער ״ורוח״ מרחפת, עס איז פונקט אזוי ווי די געדאנק פון ווינטן און רוח, וואס ווען מ׳וויל דאס אויסדרייען פון וואס תורה (וועלכעס איז טאקע נמשל למים בתענית ז.) באדארף צו זיין, דאן בלייבט בהכרח איבער א פונקט וואס בלייבט על מכונו וואס מ׳קען נישט מעפּן צו אַן אינווערס פּוינט, וואס דערפאר איז אלס דא א מקום וואס א ווינט בלאזט נישט לאיזה צד.

ומענין לענין באותו ענין שרייבט דר. בנימין סאַמער:
The process of parshanut or interpretation, then, did not begin after the revelation of the Torah. Instead, interpretation was part of the ongoing, dialogical process of revelation itself. Interpretation is not only an activity that is performed on the Torah; interpretation helped to create the Torah​
ועיין כאן במה שהבאתי מדבריו.
 
לעצט רעדאגירט:
לגבי וואס איך האב געהאט געשריבן אויבן איבער די טראדיציאנאלע פּאטריארכישע מעמד האשה וועלכעס האט זיך געטוישט און טאקע גייט אין איינקלאנג מיט א נידערונג אין דעם אז א מאן און פרוי זאלן זיך צאמפּארן, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען אין די וואשינגטאן פּויסט ווי דר. שׁאַדי האַמיד שרייבט אז דאס צו לעזן דארף מען צוריקברענגן דעם מושג פון "שדכנים" און הייראטן אינגער. ער שרייבט:
There’s something else going on though, something harder to quantify. I’ve written before about what French theorist René Girard called “mimetic" desire — the idea that we want what the people around us want. If the people around you are oriented toward marriage then you absorb that orientation almost without thinking. You date because dating is what people do. You commit because commitment is what’s expected

The dating recession is a crisis of mimetic desire in reverse. We have stopped socializing young people toward marriage and family so fewer of them pursue it — not because they’ve arrived at some principled rejection of the institution but because few people around them are modeling it. The culture says: focus on yourself, build your brand, keep your options open. And so they do, until they look up at 35 or 40 and realize they’ve optimized everything except the thing that might actually make them happy. I know this because I’ve lived it​
דאס ברענגט ארויס אז עס פעהלט אויס די ארומיגע קולטוראלע דגוש דערויף דאס אפירצוברענגן און מאכן אז מ'זאל דאס טוהן, כדי מ'זאל צוקומען צו אט די שטאפל אין סייקאָסאָשעל דעוועלאפּמענט. ער שרייבט ווייטער:
You don’t have to squint too hard to see the analog to what religious communities once provided. The church, the mosque, the synagogue: These were never just houses of worship. They were matchmaking institutions, places where young people met amid communal structure and accountability. You didn’t have to be particularly confident. The community did much of the work for you, pairing families, creating occasions, organizing awkward dinners and applying gentle (and sometimes not-so-gentle) pressure. I don’t want to romanticize this. The old system had real costs, especially for women. But it also had a benefit that we’re now beginning to appreciate: It made courtship and marriage the default

Brad Wilcox makes a case that I find both compelling and unsettling: just get married young. The conventional wisdom says there’s time to hold out for the “perfect” person. But Wilcox argues that this is a risky bet. The pool of eligible partners is bigger in college and your early 20s. After that, it shrinks — and the culture of dating only gets harder to navigate. “Drifting through your 20s without a thought for your family future,” he told me, “is its own kind of loss

I can relate to this because I’m one of those people who drifted. And I’m not sure I was wrong to do so — life is complicated, and not everyone meets the right person at 23. But I also can’t pretend the assumption was costless

know how it sounds when a columnist suggests that marrying younger or hiring a matchmaker might be the way to go. And the idea of marrying so young still makes me more than a bit uncomfortable. Knowing even what I know now, I probably still wouldn’t have done it. But the alternative — the thing we have been doing, which is drifting and hoping and swiping and burning out — simply isn’t working. The return to matchmaking, whether algorithmic or personal, reflects something I find genuinely hopeful. The same goes for marrying young. Rather than a regression, it’s about refusing to let the most important decision of your life be the one you keep postponing​
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top