תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת טוב.
 
די כרובים אין קדשי קדשים זענען געווען א זכר און א נקיבה בשעת תשמיש. (מעורים זה בזה)
ווער דארף מער מקור ווי דעם?
 
אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת טוב.
אלע ארטסקרול ביכער די לעצטע צייט האבן געהעריג בילדער פון פרויען, סא וואס איז עס ערגער?
 
אזוי ווי ב"ה מ'האט זוכה געווען, און @כוואליעס האט א בילד פון א פרוי אויף די פראנט דעקל. יעצט דארף איך א זאק מיט מראה מקומות, צו בארוהיגן מיין ווייב פון תמונות נשים. איך בעט ברחמים איינער זאל שנעל צאמשטעלן א ליסטע פון מראה מקומות. ותבא עליו ברכת ט
רמב"ם איינע פון ערשטע דרוקען
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20251215_233702.webp
    IMG_20251215_233702.webp
    125.5 KB · געזען: 52
די כרובים אין קדשי קדשים זענען געווען א זכר און א נקיבה בשעת תשמיש. (מעורים זה בזה)
ווער דארף מער מקור ווי דעם?
געווען באהאלטן אין קדשי קדשים.

וואס האט עס שייכות מיט אונזער שאלה?
 
לגבי דעם וואס איך האב דא צוגעברענגט איבער דעם אז (קידושין מב.) אסור לאדם שיקדש את בתו כשהיא קטנה עד שתגדל ותאמר בפלוני אני רוצה, שרייבט דר. מיכאל סעטלוי אז הגם חז״ל האבן דן געווען אינעם תלמוד פון א טעארעטישן לעגאלע הלכה׳דיגע פּערספּעקטיוו איבער הייראטן ווען מיידלעך זענען אינג, האבן אידן אבער בימיהם בימי חז״ל פאקטיש געהייראט קרוב צו די 20. דר. סוּסען אקערמאן טענה׳ט אז דאס איז פשוט ווייל אין זייער תקופה, זייענדיג אז עסן און ערנערונג זענען נישט געווען אזוי בנמצא ווי היינט, און לעבן איז סתם אזוי געווען שווערער ווי היינט, זענען מיידלעך ביאלאגיש שפעטער אָנגעקומען צו פּיוּבּערטי (הגם די גמרא איז דן איבער ימי נערות ובגרות).

ומענין לענין באותו ענין לגבי די עקספּליסיט משלים אין די נבואות פון יחזקאל בפט״ז ופכ״ג (און ווי מסכת סוטה קען פאררעכענט ווערן ווי ״פּאָרן״), האט דר. עתליה בּרענער זיי מגדיר געווען אלס ״פּאָרנאָפּראפעטיקס״, זייענדיג אז:
Pornography is the representation of sexual acts which arouses sexual excitement. . . Pornography is not simply the representation of sexual fantasy but that of violent sexual fantasy​
אין וועלכעס קאטעגאריע זי טענה׳ט אז די נבואות פאלן אריין. (דר. ענדרוּ סלוֺין טענה׳ט אז דאס האט דער נביא טאקע גענוצט פאר שׁאַק וועליוּ אז זיין אדיענץ זאל אים אויסהערן.) דר. אהרן קאלער טענה׳ט אז פארקערט ווי מ׳מיינט סתם אזוי, איז די כוונה פונעם נביא דערמיט אז דער (מענערישע) ליינער, אפילו אין זיין צייט, זאל זיך אָננעמען פאר די פרוי ישראל אין די משל און נישט פאר ג-ט, וועלכער האט איר נישט אדאפּטירט און איז דא כעין אַן עבּיוזער כביכול (הגם אז ער איז געווארן קאָקאָלדעד), וואס אט די טשיילד עבּיוז דורכאויס ווען ישראל/די מיידל איז אויפגעוואקסן האט איר גורם געווען צו זיין אזוי (דר. דוד האלפערין טענה׳ט אז יחזקאל האט דאס אלעס אזוי אראפגעלייגט ווייל ער אליינס איז דאס דורכגעגאנגען). אבער אפילו אזוי איז מען דאך מחוייב צו פאלגן ג-ט. (ער ברענגט ארויס אז חז״ל האבן עס אנדערש גע׳דרש׳נט ארויס פון איר פשט, בלדוגמא אז די דם איז מרמז לדם מילה ופסח, ווייל דעמאלטס איז שוין ג-ט׳ס חסד וטוב אָנגענומען געווארן אלס עקסיאמעטיק און זיכער. און דערפאר טאקע איז מעגליך אז ר׳ אליעזר איז געווען קעגן לערנען דעם פרק כדאיתא במגילה כה:.)

ולגבי דר.האַוּערד איילבערג-שווארץ׳ס טענה אז די תורה האט שולל געווען דאס אז ג-ט האט א תבנית, איז ווייל זי האט געוואלט שולל זיין זיין האבן אַן אבר הזכרות וואס דאס טוהט עמעסקיולעיטן, אין א פּאטריארכישע געזעלשאפט, די זכרים פון זיין פאלק ישראל. אין דעם שרייבט דר. קאלער:
IMG_0979.webp

ווי צוגעברענגט האט דר. איילבערג-שווארץ טאקע גע׳טענה׳ט אז דאס איז די סיבה אז חז״ל זענען געווען קעגן לערנען מעשה מרכבה, וויבאלד דארט דערמאנט יחזקאל די לענדן פון ג-ט. דאס קען געבן א הבנה אויך אין פארוואס ר׳ אליעזר איז געווען קעגן לערנען די פרק אין יחזקאל וכנ״ל, ועיין ברמ״א באו״ח סימן תכח סעיף ח, ובכלל טרעפט מען בשבת יג: אז בקשו לגנוז ספר יחזקאל.

אגב, דר. דזשאַן הוּנעגארד טענה׳ט אז דאס וואס די קולטור פון תנ״ך און די קולטורן רינגסט ארום איר פלעגן אויסטוהן די נואפת נאקעט אזוי ווי אין די פרק אין יחזקאל, איז נישט געווען אזוי ווייט איר צו פארשעמען ווי אין די פרק אין יחזקאל, נאר איידער צו צייגן סימבאליש אז זי האט שוין נישט קיין שום קלעים צו איר מאן׳ס עסטעיט. דר. דניאל קריסטאפער-סמיט טענה׳ט אז יחזקאל האט דאס אזוי אראפגעלייגט אלס זיין טראַמאַ פונעם מלחמה, וואו די בבליים האבן אזוי געטוהן צו די וועמען זיי האבן געפאנגען, און דאס וואלט טאקע געטריבן די ליינערס דערפון זיך צו אידענטיפיצירן מיט דאס מיידל, וואס אין די משל איז דאך די מיידל זיי אליינס.
 
אפשר פאר דעם האט מען נישט געלאזט לערנען רמב"ם
עס איז נישט נאר די ספר זייער אסאך ספרים פון יענע צייט האט די סארט בילדער
אגב דאס איז כסף משנה פונעם בית יוסף אויף רמב"ם געדרוקט בחייו

וואו האט מען נישט געלאזט לערנען רמב"ם אפשר מיינסטו מורה נבוכים להרמב"ם? דאס איז משנה תורה להרמבם וואס איז אין יעדע ביהמ"ד אדער מיינסטו די אלטע מחלוקת פון די חכמי צרפת אין צייטן פון די ראשונים?
 
Back
Top