טויט שטראָף

זענט איר א חסיד פון געבן טויט שטראָף פאר מערדער

  • יא

  • ניין

  • נישט זיכער

  • עס איז קאמפליצירט


Results are only viewable after voting.
איך האלט אז נאר אויב איינער האט בכונה געפלאנט א מארד, אין מ'ווייסט א מיליאן פראצענט אז ער האט עס געטאן איז א חוב אים צו הרגענען. ער האט צוגענומען איינעמס לעבן האט ער פארלוירן די זכות פון לעבן.
 
אפילו נישט תפיסה?
ניין, זיי הרגנן און רעפן דעם עולם
מ'שפארט נישט איין מענטשן (האפנטליך) פאר נקמה. נאר אלץ סעלף דיפענס.
צימאל איז טאקע נאר פאר סעלף דיפענס אבער נקמה האט זייער א שטארקע פלאץ.
די האלטסט אז מען וואלט נישט געדארפט הארגענען אייכמאן.
 
@אפיקורוס וואס פארשטייסטו נישט, דיין שיטה איז אז דער מערדער מעג הרגענען אבער נישט די אוטורעטיס?! אויב ער (דער מערדער) הרגעט, מעגט ער טעיסטן די אייגענע מעדעצין!
 
צו זיין זייער קלאר, איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז מ'האט געהארגעט אייכמאן.
איך האלט נישט אז מ'האט אים "געדארפט" הארגענען.
איך פארשטיי דיר נישט אויב איינער ח"ו הרגעט אויס דיין גאנצע משפחה האלטסטו אז יענער פארדינט נישט טויטשטראף ?!!! ביסט אקעי?!
 
קום אריין מער קלאר ביטע
נקמה געפילן געבן נישט רעכט צו הארגענען מענטשן. כאטשיג איך פארשטיי זייער גוט פארוואס/ווי אזוי נקמה טרייבט צו הארגענען מערדער. און כ'האב בכלל נישט קיין פראבלעם מיט דעם.
 
נקמה געפילן געבן נישט רעכט צו הארגענען מענטשן. כאטשיג איך פארשטיי זייער גוט פארוואס/ווי אזוי נקמה טרייבט צו הארגענען מערדער. און כ'האב בכלל נישט קיין פראבלעם מיט דעם.
עס איז נישט נקמה עס איז די שטראף פאר טוען מארד
 
עס איז נישט נקמה עס איז די שטראף פאר טוען מארד
א שטראף איז געמאכט אז אנדערע זאלן ווערן אומוויליג פון טון די זעלבע. און דאס איז נישט א דירעקטע לייזונג צום פראבלעם. ס'העלפט, אבער נישט גענוג.

ס'קען אייביג זיין מענטשן וואס דערשרעקן זיך נישט פון א שטראף.

אן עצה איז צו דערגיין פארוואס א מענטש זאל ווילן מארדן אנדערע און עס פארמיידן אינגאנצן.

שטראפן מאכט מ'זאל זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די אורזאך פון די פראבלעם און טרעפן אן עכטע לייזונג.
 
עס איז נישט נקמה עס איז די שטראף פאר טוען מארד
נקמה געפילן געבן נישט רעכט צו הארגענען מענטשן. כאטשיג איך פארשטיי זייער גוט פארוואס/ווי אזוי נקמה טרייבט צו הארגענען מערדער. און כ'האב בכלל נישט קיין פראבלעם מיט דעם.
עס איז נישט אזוי ווייט באשטראפן אדער נקמה, עס איז בעיקר צו דוסקארידזשן און ווארענען ציקומפטיגע פארברעכער און מערדער
 
שוין ליידער געווען וואס זענען באפרייט געווארן פון זייערע קלאגעס אבער ס'נישט מער געווען וועמען צו באפרייען.
פארדעם דארף מען זיין הונדערט פראצענט זיכער אז ער איז דער שילדיגער
 
שוין ליידער געווען וואס זענען באפרייט געווארן פון זייערע קלאגעס אבער ס'נישט מער געווען וועמען צו באפרייען.
די פראבלעם איז די זעלבע ווען איינער זיצט פאר דרייסיג יאר על לא עוול בלייבט נישט וועם צי באפרייען נאכן געפינען ווערן אומשולדיג.
 
אוואדאי אז יא, נישט נאר פאר סיריעל קילערס און טעראריסטן, נאר אפילו פאר מאפיאנערן אדער די אלע וואס זענען (כעין בא במחתרת) געקומען על דעת להרוג. ווייל איינער וואס לעבען האט נישט ביי עם קיין ווערט האט נישט קיין זכות קיום.

אבער ביי א שלעגעריי וואס איז ארויס פון קאנטראל, אדער א יעדער וואס איז טאקע געוועהן במזיד אבער ער איז נישט געקומען על דעת להרוג, אדער א שיכור וואס האט זיך צולאזט, די חברה זענען נישט בטבע קיין רוצחים כאטש וואס עס קומט זיי לעבנסלענגליכע תפיסה, זענען זיי בשרשם נישט קיין רוצחים, מילא קומט זיי נישט מיתה. אבער דאך מוז מען זיי איינשפארן ווייל איך זעה דאך אז דעי מענטש ווערט אוט אוו קאנטראל ווען ער האט א פייט אדער ער ווערט שיכור, און ער האט נישט קיין גדרים מילא קען מען עם נישט לאזן אויפן גאס.

לגבי א נעגלעדזשינט רציחה, ווי למשל געטעקסט אינמיטן דרייווען אדער זיך געשפילט מיט א גאן און גע׳הרג׳ט, כאטש וואס דער מענטש איז בכלל נישט סמוך ונראה צי זיין א רוצח און ער איז נישט קיין מסוכנ׳דיגער מענטש, מוז מען עם איינשפארן פאר אפאר יאר. אלץ למען ישמעו ויראו, דער עולם זאל זעהן אז דאס איז א ערנסטע זאך און מען שפילט זיך נישט מיט קיין כלי משחית אומאחריותדיג. וויפיל יאר ווייס איך נישט, די ריכטיגע וועג וואלט געוועהן צו מאכן א שטודיע וויפיל יאר עס פעלט אויס אז מענטשען זאלן זעהן אז פאר נעגלידדזשענס באצאלט מען א פרייז און עס לוינט נישט עס נאך צי טוען.
האסט מיך איינגעשפאָרט פון שרייבן, 🙏
 
טויט פאר טויט
איך בין נישט דוקא מסכים מיט די סטעיטמענט.
כידוע המאמר א אויג פאר א אויג מאכט די וועלט בלינד.
און קיינער היינט מאכט שוין נישט א אויג פאר א אויג, און די זעלבע דארף זיין פאר טויט, ווער איז גענוג פעהיג צו judge׳ן יענעם, אונז שטראפן בכדי די זאך זאל נישט פאסירן.
נאר די סיבה פארוואס א מערדערער במזיד קומט טויט שטראף, איז ווייל אזא מיינדסעט, וואס האט נישט קיין פראבלעם צו ענדיגן יענעמס לעבן, איז א סכנה פאר סאסייעטי.
 
Back
Top