- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 828
- רעאקציע ראטע
- 6,951
און דו ווילסט מ'זאל אסרן צו שרייבן וואס דו זעהסט אלץ כפירה. דאס איז געווען ק"ש. פליז עפן עס אויף.איך קום דא נישט אויסטענהן. איך שרייב נאר וואס מאכט מיר נערוועז דא.
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
און דו ווילסט מ'זאל אסרן צו שרייבן וואס דו זעהסט אלץ כפירה. דאס איז געווען ק"ש. פליז עפן עס אויף.איך קום דא נישט אויסטענהן. איך שרייב נאר וואס מאכט מיר נערוועז דא.
אנכי הק' איז מחולק שטארק אויף די הנחה (איה''נ עס מאכט דיך נערווייז, אבער דאס איז נישט די סיבה וואס דערוילם איז נישט אדער יא דא) ד.ה. אזוי, ווען איינער וואס זוכט וואס ער זוכט קען ער מאכן אז געוואלד מיט אפציעס צו יא אדער נישט קענען זעהן דעם דניאל וואס ער גלייכט, אדער גלייך נישט. ע''כ דאס איז נישט דער תירוץ. דאס אז דאס איז די ווייב דא. איך שפיר נישט אז די אפיקורסות האט אן אויבן אן דא מער ווי סיי וואספארא גוטע שרייבער.און דו ווילסט מ'זאל אסרן צו שרייבן וואס דו זעהסט אלץ כפירה, דאס איז געווען ק"ש. פליז עפן עס אויף.
נאך א פרואוו אריין צו שטופן די זעלבע שטאך ווי פריער.
איז וואס איז יא געווען די ציל פון קרעמל סתם נאך א קאווע שטיבל אביסל ווייניגער צענזור אקעי איז עס מער ווייניגער די קאווע שטיבל מהלך משא"כ די איבעריגע וואס איך האב אויסגערעכנט האבן יא געהאט א צילקרעמל איז קיינמאל נישט געווען ווס ק"ש. ס'האט זיך געפענט ווי א בריה בפני עצמה די פלאן איז געווען ק"ש זאל בלייבן אפן (אזוי ווי ס'געווען אין אנפאנג). הלואי עפענט עס זיך צוריק אויף להגדיל תורה.
אדרבה, אפשר ביסטו דיר מער מסביר, וועל איך אפשר פארשטיין דיינע ווערטער. דו האלטסט אין איין איבערחזרן אז פשוט האלטן אנדערש ווי דיר איז נישט קיין פראבלעם. ס'איז נאר אפיקורסות/קליינקעפיגקייט וואס שטערט דיר. האסט אבער נאכנישט ערקלערט פון וואס מען רעדט. עוואלוציע? ביקורת המקרא? מארטין בובר? שמשון רפאל הירש?און דאס איז נאך א סבה פארוואס איך קען דא נישט שמועסן.
איך זאג זיי זענן שוטים פארן זיין אפיקורסים, ויבא מר שושני און האט געזאגט אז איך בין 'נישט באקוועם מיט געוויסע ניקים וואס האלטן שטארק אנדערש ווי דו'. הלו! איך האב קלאר געשריבן וואס מאכט מיר נערוועז, וואס פארדרייסטו מיין מיינונג?
די סארט פרעכע חוצפה זעט מען אייביג ביי די טענות מיט אפיקורסים אדער קנאים. ביידער ליידן פון די זעלבע סארט מחלה, און עס איז אוממעגליך צו טענהן מיט אזעלכע חברה.
איז וואס איז יא געווען די ציל פון קרעמל סתם נאך א קאווע שטיבל אביסל ווייניגער צענזור אקעי איז עס מער ווייניגער די קאווע שטיבל מהלך משא"כ די איבעריגע וואס איך האב אויסגערעכנט האבן יא געהאט א ציל
לויט ווי איך פארשטיי ווערט @אלטע שרייבער נערווירט פון "טפשות", פונקט ווי אסאך מענטשן ווען מ'טענה'ט זיך מיט איינעם ווערט מען נערוועז ווען יענער פארשטייט נישט א פשוטע זאך.אדרבה, אפשר ביסטו דיר מער מסביר, וועל איך אפשר פארשטיין דיינע ווערטער. דו האלטסט אין איין איבערחזרן אז פשוט האלטן אנדערש ווי דיר איז נישט קיין פראבלעם. ס'איז נאר אפיקורסות/קליינקעפיגקייט וואס שטערט דיר. האסט אבער נאכנישט ערקלערט פון וואס מען רעדט. עוואלוציע? ביקורת המקרא? מארטין בובר? שמשון רפאל הירש?
וואספארא זאכן איז ביי דיר אפיקורסות/קליינקעפיגקייט?
אויף דערווייל, וויבאלד בעצם האסטו נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס 'האלט אנדערש', האב איך נאר שיינערהייט אנגעמערקט אז איך 'האלט אנדערש' ווי דיר לגבי די דעפיניציע פון 'אפיקורס', פונקט ווי דו האלטסט אנדערש די דעפיניציע לגבי א סאטמארער וואס האלט אז הרב קוק איז געווען אן אפיקורס.
סך הכל דינגען מיר זיך לגבי דעפינירן א ווארט (אפיקורס), און דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס דינגט זיך מיט דיר.
אויב עפעס פון די תגובה איז קליינקעפיג, ביטע לאזט וויסן.
(ס'איז פשוט אז איך דינג זיך אויך מיט דער הנחה אז איינער וואס גלייבט נישט איז מופרך מעיקרא אלס קליינקעפיג.)
אדער אפשר קומט עס פון אן אינערליכע אידישער געפיל?
ביסט מכובד צו ווייזן ווי איך האב פארדרייט יענעמ'ס ווערטער.
נישט נאר מיין ווערטער פארדרייסטו, נאר דיינס אויך. דו האסט געשריבן אז עס האט עפעס מיט נישט האלטן ווי מיר. דו האסט אריין געלייגט ווערטער אין מיין מויל. טאמער דו האסט געהאט אן אנדערן שאלה, האסטו געקענט פרעגן.אדרבה, אפשר ביסטו דיר מער מסביר, וועל איך אפשר פארשטיין דיינע ווערטער. דו האלטסט אין איין איבערחזרן אז פשוט האלטן אנדערש ווי דיר איז נישט קיין פראבלעם. ס'איז נאר אפיקורסות/קליינקעפיגקייט וואס שטערט דיר. האסט אבער נאכנישט ערקלערט פון וואס מען רעדט. עוואלוציע? ביקורת המקרא? מארטין בובר? שמשון רפאל הירש
אוי זאגסטו גוט!איך מיין אז איך כאפ וואס דער עולם קאמפלעינט, לאמיר זאגן מען רעדט צי די מנהג פון גיין מיט סטראקעס האט א מקור און מען רעדט ווי צוויי נערמאלע מענטש, פלוצלינג קומט אריין א אורח און זאגט אז ״עס איז קיינמאל נישט געווען קיין מתן תורה, און עס איז נישטא קיין באשעפער סא סטראקעס איז שטותים״.
דא ווערן מענטשן נערוועז פון די שטותים, אז די ווילסט דעבאטירן גאט אדער מתן תורה זיי מוחל גיי אריין אין די פאסיגע שנירלעך און זאג דארט וואס די האסט צי זאגן, דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין דעי זאכן.
די זעלבע ווען מען רעדט פון שערן די האר און איינער קומט אריין זאגן אז די זוהר איז א סקעם, ר׳ איד דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין זוהר, אז די גלייבסט נישט אין דעם זענען דא שנירלעך וואס זענען געמאכט פאר דעם.
איך קען נישט ק"ש פון די 'ערשטע יארן'.. איך קען נאר זען אין די ארכיוון וואס איז אלץ געווען.אויף קאווע שטיבל, מער אין די פריערדיגע יארן איז געווען א געוויסע ספייס וואס פעלט דא, ס'איז נישט קיינעמס שולד אבער ס'איז א זאך וואס איך בענק זיך.
דורכטון אידישקייט און חסידות, חסידישע היסטאריע, אויף א פארנעם וואס איז נישטא אויף אייוועלט, דהיינו רעדן מער ברייט און אפן, אבער נישט א גאנצע צייט צוקומען אז ס'איז שטותים, וכו'
דורכטון סאטמארע רב, רב קוק, ליבאוויטשע רבי, וכדומה, אלטע חסידישע גאסיפ און פאליטיק.
ס'פעלט א שש משזר, א ליטוואק פון בודאפעסט, ועוד אזעלכע סארט חברה וואס זענען געווען ברייט אבער אין די אידישע טשולנט
אונז האמיר דא אסאך גרויסע אינטעלעקטואלן, מ'טוט דורך די באשעפער מיט די וועלט, אבער מ'האט פארגעסן פון די חסידישע שטיבל שמועסן.
איך רעד נישט פון יואלי לאנדא, קאסא גראנדא, ארויני זאלי פאליטיק.
איך רעד פון דורכטון סאטמארע רבי'ס שיטה אויף ציונות, דורכטון אמשינובע חסידות, קאצקע שארפקייט וכו', ווער ס'אינזשויט די זאכן און געלייענט קאווע שטיבל פון די פריערדיגע יארן וועט וויסן פון וואס איך רעד.
אבער איך פארהויל מיך נישט פון די פאקט אז דא איז דא אנדערע ספייסעס וואס קאווע שטיבל האט נישט געהאט, איך ברענג סתם אן אבזערוואציע.
סזייער גרינג נאכצוקיקן קאווע שטיבל איז גלייך געווארן זייער שטארק ווייל סהאט פארפילט א נידאיך קען נישט ק"ש פון די 'ערשטע יארן'.. איך קען נאר זען אין די ארכיוון וואס איז אלץ געווען.
איך בין אבער באמת נייגעריג, איז עס טאקע געווען 'הימים הראשונים היו טובים מאלה'? אדער ווען אונז קוקן צוריק זעען מיר נאר די גוטע אשכולות - דאס קומט אונז ארויף - און מיר פסק'נען וויאזוי עס איז געווען אויף אונזער סעלעקטירטע בליק אין היינדסייט?
וואס איך מיין צו זאגן, קרעמל האלט יעצט אביסל מער ווי איין יאר דאכט זיך, ס'זענען געוויס דא דא אויך גוטע און טיפע שנירלעך, געוויסע מיט מער און געוויסע מיט ווייניגער טרעפיק. נאר וואס, די אווער-אלל מצב שפירט זיך נישט וועלקאם צו די אלע תוכנ'דיגע נושאים וואס דו רעכנסט אויס. און מיין שאלה איז צו ק"ש בשעתו האט יא געפילט מער וועלקאם דערצו, זענען דען טאקע געווען דארט ווייניגער 'ארוני-זלוני', סזייער 'יואלי לאנדא'דיגע שמועסן וואס האבן דאמינירט דאן, אדער איז עס געווען פונקט ווי דא, נאר אונז - מיט א בליק אויף צוריק - באמערקן מיר נאר די 'לייבן' און נישט די מאנקיס און מיר רעדן זיך אפ אז דא זענען דא צופיל דערפון..?
און דיזע סארט ערשיינונגען איז דא דא מער ווי עס איז געווען אין ק"ש? איך דענק נישט אזאנא אישוס נישדא און נישט דארט. קען זיין אז עס איז דא און טאמער יא האב איך עס ניטאמאל באמערקט צו אויפמערזאמען, פשוט ווייל אזאנא סארט שטיות ווערן פשוט איגנארירט.איך מיין אז איך כאפ וואס דער עולם קאמפלעינט, לאמיר זאגן מען רעדט צי די מנהג פון גיין מיט סטראקעס האט א מקור און מען רעדט ווי צוויי נערמאלע מענטשן, פלוצלינג קומט אריין א אורח און זאגט אז ״עס איז קיינמאל נישט געווען קיין מתן תורה, און עס איז נישטא קיין באשעפער סא סטראקעס איז שטותים״.
דא ווערן מענטשן נערוועז פון די שטותים, אז די ווילסט דעבאטירן גאט אדער מתן תורה זיי מוחל גיי אריין אין די פאסיגע שנירלעך און זאג דארט וואס די האסט צי זאגן, דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין דעי זאכן.
די זעלבע ווען מען רעדט פון שערן די האר און איינער קומט אריין זאגן אז די זוהר איז א סקעם, ר׳ איד דעי שנירל איז געמאכט פאר ווער עס גלייבט יא אין זוהר, אז די גלייבסט נישט אין דעם זענען דא שנירלעך וואס זענען געמאכט פאר דעם.
דו באדערסט קיינעם נישט..
דאס איז נישט אזא טענה, ווייל ווען ס'קומט צו נערישקייטן קייט מען יא איבער... מיט צווייטע און דריטע חברים...קומט די נעקסטע דור, ליינט אפ רוב אשכולות אין איין מעת לעת, און פארטיג. וואס זאל מען יעצט טאן? חוזר חזרה מיט צווייטע חברים?