פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט מיט די סאבדזשעקט וויל איך דא מיטטיילן די שלעכטע נייעס אז ליידער זענען די ענטפערס אויף אלע מיינע שאלות א נעגאטיווער.
ווי ווייט איך ווייס האבן מיר נישט קיין השגה ווער, ווען און וואו האט דעם מאנוסקריפט געטראפן (עכ"פ נישט עפעס וואס ר' משה זאל האבן פארציילט), ס'איז נישטא אפילו איינער פון זיינער צייט וואס איז מעיד אז ער האט געזעהן דעם אריגינאלן מאנוסקריפט מיט זיינע אייגענע אויגן, און זעלבסט פארשטענדליך אז ר' משה האט נישט געהאט די היינטיגע מאדערנע טעכניקן אפצושאצן ארכעאלאגישע געפינסן.
און פאר א נויט האבן מיר גאר אן עדות געברענגט דורך ר' יצחק דמן עכו אז ר' משה די ליאון'ס ווייב (אדער טאכטער) האט זיך גאר מודה געווען אז די גאנצע מעשה איז א שווינדל.
פאר די וואס כאפן נאכאלס נישט:
די סיבות אויף צו גלייבן אז דאס זאל טאקע האבן געקומען פון ר' שמעון אליינס זענען אזוי נישטיג, אז ס'וואונדערט מיר געפערליך ווי די שמועס ביז אהער איז היפש געפארן אויף צו אטאקירן די וואס ספק'נען אין איר אטענטישקייט.
אויב איינער דארף זיך דא דעפענדן מיט שטארקע ראיות איז עס דווקא די זייט וואס קלעימד אז 1100 יאר איז אזא גרויסע מאנוסקריפט געווען באהאלטן אן דעם וואס קיינער זאל נישט האבן געוואוסט דערפון.
און איך דארף גלייבן אז ר' משה די ליאון האט עס וואונדערליך געטראפן אן דעם וואס ער זאל ברענגען א שרעד פון עווידענס צום טיש, און אן דעם וואס ער זאל אפילו ווייזן דעם מאנוסקריפט אדער פארציילן פונקטליך פון וואו ער האט עס.
אבער וואס הייסט!!! דער הייליגער גר"א, דער בעל שם פון מיכעלשטאט, און דער טאהשער רבי האבן דאך אלע אנגענומען אז ס'איז אמת!!
וואס פארא מין טענה איז דאס?
צו האט דען דער גר"א געלעבט אין א וועקיום??
איז ער דען איין צופרי אויפגעשטאנען מיט די בשורה פון א געטראפענער זוהר, און דורך געטוהן פון וואו עס קומט און אראפגעשריבן זיינע ראיות דערפאר??
דער גר"א איז סתם מיטגעגאנגען מיט די מער אנגענומענע מהלך אין זיין צייט.
ס'איז דאך פשוט אז רוב רובם פון די וואס האבן אנגענומען אז ס'איז אמת האבן אזוי אנגענומען ווייל זייערע רביים האבן אזוי אנגענומען, און זייערע רביים פון זייערע רביים ביז ס'פארט אזוי צוריק ביז די מאדנע מעשה פון ר' משה די ליאון....
דאס אז די קריסטן האבן ספרים וואס זענען אלט טויזנטער יארן, און ביליאנען מענטשן במשך צענדליגע דורות האבן געגלייבט אין די אמת'דיקייט דערפון, ‐‐צווישן זיי גאר גאר קלוגע מענטשן‐‐, דאס איז עפעס א ראיה אז וואס ס'שטייט אין די ספרים איז אמת??
דאס אז ס'איז פאראן ביליאנען מענטשן וואס האבן גלייבן אינעם אמיתת הקוראן, דאס איז עפעס א ראיה אז די אינהאלט איז אמת??
ווען אונז גיימיר וועלן מברר זיין אויב די ברית החדשה, ספר המארמאנים אדער סיי וועלכע אנדערע ספר אנטהאלט אמת'ע רייד, גיי מיר נישט קוקן ווער ס'גלייבט דערין... מיר גיימיר הערן די סברות פארוואס זיי גלייבן דערין, און דאן אפמאכן צו ס'מאכט סענס...
אויב ביסטו פון די מענטשן וואס גלייבן אין סיי וואס "דיינע" פריעדיגע גדולים האבן געגלייבט, דאן איז דאך יעדעס ביסל שפייאכץ איבריג. געב א קוק וואס דיינע פריעדיגע האבן געגלייבט, און פאר אהיים לחיים ולשלום.
מיר דא זענען דאך אבער דן אין די ראיות!
די גאנצע שמועס דא פארט דאך נאר לויט די הנחה אז מיר נעמען נישט בלינד אן זאכן לפי וואס מיינע גדולים האבן געגלייבט, נאר מיר באטראכטן ראיות.
נו, האסט א ראיה? דעליווער עס!
שפאר אונז אבער די אלע גדולים וועמען דו האסט א מורא'דיגע טראסט אין, ווייל לויט ווי איך פארשטיי איז די אשכול נישט געעפענט געווארן צו הערן פון דיר וועמען מיר זאלן טראסטן.