וואס מיינט עס פאר דיר ?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
1,712
רעאקציע ראטע
6,049
פונקטן
943
מען גייט דעם מוצ''ש אריין אין די ימי הרחמים והסליחות, וואס מיינט עס פאר דיר.

איך האב זייער אסאך געהערט פון מענטשען אין מיין יאר גאנג אז פאר זיי איז עס א טראמאטישער תקופה זיך דערמאנענדיג ווי זייערע עלטערן האבן זיי טראמאטאזירט אין די טעג.

אנדערע זאגן אז עס איז א ציטער מען זעהט וואספארא יאר זיי זענען אדורך און האפן אז די קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער און דאס וועט זיך ווענדן ווי אזוי ער וועט אפרעכטן די קומענדיגע 10-20 טעג. ממילא מאכט עס זיי אנגעצויגן.

אנדערע זאגן גארנישט און זיי האבן נישט קיין שום טראדיציאנעלער געפיהלן אין די טעג. עס איז א יידישער יו''ט גארנישט ווי אנדערע אידישע ימים טובים ובכן הלאה.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אייך קרעמלער חברים וואס טוהט מיט ענק די קומענדיגע 10-20 טעג.

נאך שבת (מוצ''ש זונטאג אי''ה) וועל איך ארויס שטעלן דא מיין הרגשה און ווי אויך מיין בליק.

בינו לבינו, לאמיר הערן פון אייך קומט אריין דערמיט און מיר וועלן עס אי''ה אבזערווירן מיט אייך צוזאמען נאך שב''ק.
 
לעצט רעדאגירט:
די מערסטע פיהלינג , אין די טעג , איז אזוי ווי א ריסעט , איבער די יאהר , דרייען זיך ,אדורך טאג און נאכט , וואכן און חדשים , וואס ווערן ארבע תקופות השנה, און מען איז שוין דא נאכאמאהל , א יאהר האט זיך גידרייט , און וואס טהו איך דא ,די מחשבה מאהנט עפעס א גאול , א תכלית , א תועלת , צו וואס וויל איך אהנקומען , און צו קומט מען טאקע אהן ערגעץ ? אדער איז אלעס א דמיון , אפשר בין איך אליין ,אויך א דמיון.
בין איך דאך אבער דא , כעת , און מען איז , מיט א לב מלא קוועסטשנס , ענד נאו, פאזיטיוו ענסערס, הייבט מען אהן חוזר ושונה , עס איז דאך אינו דומה שונה פרקו מאה , לשונה פרקו מאה ואחד, מיט יעדעס מאהל ,- מיט יעדע ריסעט- ווערט דערגרייכט עפעס אן אימפראוומענט , צו בין אדם למקום , בין אדם לחבירו , אדער בין איש לאשתו , ולבניו ולבנותיו , יו נעווער סטאפ לערנינג , און אזוי גייט פארביי נאך א יאהר לטובה ולברכה
 
זייער שווערע געפילן
ציטער, טראמא, פארלוירן און צומישט.
איך דארף מיך נאך צוזאמעננעמען עס אויסצושרייבן קלאר

קורץ גערעדט
עס איז פעינפול
 
איך, פונקט ווי פיל אנדערע, בין אויפגעוואקסן אז די טעג דארף מען ציטערן זיין ערנסט וכו' וכו'. למעשה איך שפיר אז איך האב מיר באוויזן ארויסצוזעהן פון די טראמא. כהיום זעה איך די טעג אלס זייער געשמאק און ספיריטואל, א צייט פון סעלף ריפלעקשן און באגעגענען מיט זיך אליינס. די עמאציאנאלע תפילות, די פיוטים... לדעתי, קען מען דאס אנקוקען זייער פאזיטיוו.
 
איך בין באמת פרייליך פאר דיר!!
 
איך האב נישט קיין געפיל פאר דעם, פלעין און סימפל

ליידער ארויף, ליידער אראפ, דאס איז די מציאות. איך האב נישט קיין טראמא ווייל אונז פלעגן דאווענען און גאנץ א געשמאקע שול, אבער מיט מיין היינטיגע אידישקייט פארמאגן די הייליגע טעג מער נישט קיין פלאץ אין הארץ. ליידער.
 
אז מען רעדט שוין יא , וואס איז יא דא עראונד, וואס עס,קען טרעפן פלאץ אין הארץ ?
ער האט שוין גיזאגט ,- אגור בן יקתאל- בקשתי את שאהבה נפשי ולא מצאתי , זעמער אלע אין דעם זעלבן קאנאנדרום , אז מען טרעפט נישט את שאהבה, טרעפט מען זיך אין אפאטהי , און מעלאנכאליע ,דארף מען זיך אהנבארגן און מאכן עפעס א דבר ,פאר וויכטיג , צו קענען אהנגיין -אפשר , אהבתי כי ישמע ה׳ ווי זיין טאטע זאגט.
 
מען גייט דעם מוצ''ש אריין אין די ימי הרחמים והסליחות, וואס מיינט עס פאר דיר.
איז אזוי, איך ארבעט אויף די שעה, סא ראש השנה אין יום כיפור איז א נעט לאסט פאר מיר, אין ווען איך שריי מי ייעשר ווער איך ארימער אין ריעל טיים,
סוכות אן די אדער הענד, צאלט מיין בעה"ב פארן וואך, סא ס'איז א שיינע וויקעישען, אין איך קען קוים ווארטן דערויף.
 
מען גייט דעם מוצ''ש אריין אין די ימי הרחמים והסליחות, וואס מיינט עס פאר דיר.

איך האב זייער אסאך געהערט פון מענטשען אין מיין יאר גאנג אז פאר זיי איז עס א טראמאטישער תקופה זיך דערמאנענדיג ווי זייערע עלטערן האבן זיי טראמאטאזירט אין די טעג.

אנדערע זאגן אז עס איז א ציטער מען זעהט וואספארא יאר זיי זענען אדורך און האפן אז די קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער און דאס וועט זיך ווענדן ווי אזוי ער וועט אפרעכטן די קומענדיגע 10-20 טעג. ממילא מאכט עס זיי אנגעצויגן.

אנדערע זאגן גארנישט און זיי האבן נישט קיין שום טראדיציאנעלער געפיהלן אין די טעג. עס איז א יידישער יו''ט גארנישט ווי אנדערע אידישע ימים טובים ובכן הלאה.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אייך קרעמלער חברים וואס טוהט מיט ענק די קומענדיגע 10-20 טעג.

נאך שבת (מוצ''ש זונטאג אי''ה) וועל איך ארויס שטעלן דא מיין הרגשה און ווי אויך מיין בליק.

בינו לבינו, לאמיר הערן פון אייך קומט אריין דערמיט און מיר וועלן עס אי''ה אבזערווירן מיט אייך צוזאמען נאך שב''ק.
@הק' לייביש שרייבער
מיר ווארטן צו הערן
 
Back
Top