וואס אונזערע מחנכים האבן מורא מיר זאלן וויסן

אבער אפי׳ דוד אסף איז מודה אז ער נוצט א סך conjecture. עס איז בכלל נישט קלאר.
אז א מענטש איז מעיד אויף זיך אז ער ליידט פון מרה שחורה און האט שוין פראבירט אמאל צו נעמען דאס לעבן, ווען ער פאלט ארויס פון פענסטער (נאכן בעטן פון די בני בית צו אים אפהיטן) איז שטארק מסתבר אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן נאך פאר אריינגיין וואס דער און יענער מקור זאגט איבער די מעשה.

און לייג צו צו דעם אז אסאך חסידישע רבי'ס (און מיסטיקס בכלל) האבן געהאט קאמפליצירטע נפשות און געליטן פון מרה שחורה און מאניע דעפרעסיע.

אגב אסף ברענגט נישט די היסטאריע פון אויסדרוקן פונעם חוזה איבער זיין מרה שחורה
 
לא מצאינו אז די שטן זאל הרגענען אהן אן אמצעי, ווען ער האט גערעדט פון די סטרא אחרא האט ער געמיינט עצבות, די חסידים׳ס גירסא און די טעאריע שטומען ביידע, די חילוק איז נאר אויב מען רופט עס דיפרעסיע, סטרא אחרא אדער כוחות ‏הטמאוה
עקזעקטלי. מען קען עס אפלערנען אויף פארשידענע וועגן אבער צום סוף האט עס צו טון מיט די נפש.

אין די מאמר פראבירט איינער אפלערנען די נפילה מיט א סייקאאנאליטיש יונגיאן און מיסטישע בליק און מאכן סענס פון אלע מסורות

אור וחושך בלובלין עיון פסיכודינמי החוזה מלובלין
 
יונגערהייט - ביים צדיק רבי ר׳ מיילעך, האט דער חוזה פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן.
די מקור פון נאמבער 5 וואס @דורש אמת שרייבט איבער די חוזה אין ליז'ענסק איז פון ספר "נפלאות הרבי" פון ר' משה מנחם וולדן וואס איז ארויסגעקומען אין 1910
ווי שטייט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן? מוסר נפש זיין!!
 
די מענטשן וואס זענען געווען דארטן זענען געווען זיינע חסידים איז מסתבר אז זיי האבן נישט געזוכט עס צו פארשפרייטן. עס איז קלאר אבער אז עס האבן זיך ארומגעדריייט אסאך שמועות בימים ההם אז עפעס איז פארגעגאנגען און מען האט אויך שפעטער געשריבן דערוועגן צו ברמז צו אפען.
די פאקט איז אז עס קן נישט זיין אמת. ספעציעל עס זענען געווען דארט מענטשען לויט די ווערסיע. זיי האבן דאס נישט געטראגן ווייטער ?
מנשה אונגאר שרייבט דערוועגן דא אויף דף 276


Screenshot_2025-03-19-02-39-33-656.jpg
קרעדיט @כספי
 
לעצט רעדאגירט:
פון וואו נעמסטו אז די בעש״ט און רבי פנחס׳ל קאריצער האבן זיך געוואלט שמד׳ן?
 
איך ווייס נישט אויב דער בעש"ט האט זיך געוואלט שמד'ן אבער למעשה איז חסידות די זעלבע געדאנק ווי נצרות, נעמליך אוועקנעמען די פאקוס פון מצוות מעשיות און מדגיש זיין די עבודה שבלב, און אויך די ענין פון סעינטס.
 
איך ווייס נישט אויב דער בעש"ט האט זיך געוואלט שמד'ן אבער למעשה איז חסידות די זעלבע געדאנק ווי נצרות, נעמליך אוועקנעמען די פאקוס פון מצוות מעשיות און מדגיש זיין די עבודה שבלב, און אויך די ענין פון סעינטס.
פארקערט! אריין לייגען די עבודה שבלב אין די מצוות מעשיות און נישט בלייבן ביים מח און לב ווי עס איז געוועהן ביי די מקובלים פון פריער, נאר אדרבא אריין ברענגען די עבודה שבלב אויף א אופן פון למעשה אויך און בעיקר ביי פשוטי עם.

זיי מסביר וואס חסידות האט מיט סעינטס, חכמים און מנהיגים איז שוין געוועהן פארהייליגט מימות משה, שוין רעדן זיי אביסעל מער פון התקשרות, זעה איך נישט די פראבלעם.
דאס אז מען מאכט רבי'ס פאר סעלעבס און סעלעבס פאר רבי'ס האט נישט מיט חסידות אדער אידישקייט
 
איך ווייס נישט אויב דער בעש"ט האט זיך געוואלט שמד'ן אבער למעשה איז חסידות די ענדליכע געדאנק ווי נצרות, נעמליך אוועקנעמען די פאקוס פון מצוות מעשיות און מדגיש זיין די עבודה שבלב, און אויך די ענין פון סעינטס.
 
רעדנדיג פון דער בעש"ט און שמד'ן איז אינטערסאנט אנצומערקן אן אינטערסאנטע שטיקל אין שבחי בעש"ט:
ועוד סיפר לי רבי יואל הנ"ל שבא ש"ץ [שבתאי צבי] לבעש"ט [לבעל שם טוב] לבקש ממנו תקנה ואמר ר' יואל בזה"ל [בזה הלשון] שהתקון הוא להתקשר נפש בנפש רוח ברוח נשמה בנשמה והתחיל להתקשר עמו במתון כי היה ירא כי היה רשע גדול פ"א [פעם אחת] ישן הבעש"ט ובא ש"צ ימ"ש [ימח שמו] ופיתה אותו ח"ו [חס ושלום] והשליך אותו בהשלכה גדולה עד שנפל לשאול תחתיות והציץ הבעש"ט מקום חניתו, וראה שהוא עם יש"ו על לוח אחד שקורין טאביל וסיפר שהבעש"ט אמר שהיה בו ניצוץ קדוש ותפסו הסמך-מם במצודתו ר"ל [רחמנא ליצלן] ושמע הבעש"ט המעשה איך היה הנפילה שלו ע"י גדלות וכעס ואני מתרשל לכתוב אפשר שאכתוב לידע איך עמוק הגאוה"
 
רעדנדיג פון דער בעש"ט און שמד'ן איז אינטערסאנט אנצומערקן אן אינטערסאנטע שטיקל אין שבחי בעש"ט:
די חידוש איז נאך מער, אין די כת"י פון שבחי בעש"ט וואס מונדשיין האט געדרוקט שטייט די גירסא "שהי' בו ניצוץ משיח", זעה וואס מונדשיין שרייבט דא אין הערה 14
 
חס ושלום!
 
Back
Top