וואס אונזערע מחנכים האבן מורא מיר זאלן וויסן

מהיכן דנתני?
מען האט שום דערמאנט אויבן די מעשה ווי די חוזה האט זיך כמעט גענעמן דאס לעבן אין ליזענסק און יתכן אז ער האט דאס טאקע געטון צום סוף.

אין ספר עשר אורות ברענגט ער בשם די חוזה אליין: "באים אצלי בני אדם במרה שחורה ובנסעם מאתי מאירים ועם שאני בעצמי רח"ל מרה וחזר ואמר שחרה ואינני מאיר"
 
איך בין נישט זיכער צו דאס געהערט איך טרעף נישט קיין אנדערע אשכול.

א אינטערסאנטע אימרה פון ר' אברהם טריסקער:
אינטרעסאנט אז פון קאצקער זאגט מען נאך פונקט פארקערט.
ער פלעגט אריינקומען סליחות אין בית המדרש, עפענען א זאגער'ל, און געזאגט לך ה' הצדקה - אמת, ולנו בושת הפנים - שקר. און פארמאכט די סליחות און ארויס פון ביהמ"ד.
 
אז מען רעדט פון מרה שחורה איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער אוהב ישראל האט אויך געליטן אויף דעם. (נפלאות הרבי)

1000071092.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב מיך שוין געטראפן מיט דוד אסף. ער איז שקרן און פריוואט איז ער דאס מודה. ער איז א ליטוואק, און ער פירט נאך די מלחמהפון די תלמידי הגר”א.
ביטע צייכן אן איין ליגענט וואס ער שרייבט במכוין און צו וואס ער האט מודה געווען.
ער איז א ליטוואק אזוי ווי ביבי נתניהו איז. ער איז א פרייער אינג און זיין טאטע איז גראדע געווען א שטיקל ברסלבער.
 
איך האב מיך שוין געטראפן מיט דוד אסף. ער איז שקרן און פריוואט איז ער דאס מודה. ער איז א ליטוואק, און ער פירט נאך די מלחמהפון די תלמידי הגר”א

ביטע צייכן אן איין ליגענט וואס ער שרייבט במכוין און צו וואס ער האט מודה געווען.
ער איז א ליטוואק אזוי ווי ביבי נתניהו איז. ער איז א פרייער אינג און זיין טאטע איז גראדע געווען א שטיקל ברסלבער.
יעצט קומט מיר ארויף איין ביישפיל. ער איז זייער פארנומען מיט דעם ספר מעולם לעולם וואס א רבי׳ש קינד, אן אפגעפארענער, האט געשריבן. ער שרייבט אז ער האט נישט דעם ביכל און קען עס נישט געפונען. איך האב אים געברענט א קאפי און אים פארגעהאלטן אז א’ עס איז א ראמאן, נישט א ביאגראפיע. ב׳ נישט דער העלד האט עס געשריבן. ער האט מודה געווען אז ער האט דעם ביכל און ערהאט דאס געהאט בשעת׳ן שרייבן און אז עס איז נישט פארלעסליך. ער אענה׳ט נאר אז עס איז נאכאלץ א פארלעסיך ווערק. ווען איך האב אים געטשעלענדזשט פארוואס ער האלט אזוי, איז ער שנעל אריבער צום רבי׳ן פון לובלין, זיין פעיוואריט טארגעט.
איך האב א סך גערעדט מיט אים דערוועגן, ערהאט מודה געווען אז עס איז דא א סך conjecture, נארער האלט אז עס איז וויכטיג אז חסידים זאלן וויסן אז עס איז מעגלעך דא א׳נאנדער נעראטיוו.
ער איז גראדע זייער אפראוטשעבל און א געשמאקער מענטש אבער ער האט גענומען זיין לעבנמיסיע אויפצוווייזן אז פאר יעדער חסידישער מעשה איז דא א קאנספיראציע טעאריע. ער האט מודה געווען אז דעס איינציגסטע באווייז וואס ער האט צו זיין טעאריע איבער דעם חוזה איז דאס וואס שטייט אז איז געפארן זען דעם איד הקדוש מיט זיינע פיזישע אויגן און אז ער איז צובראכן געווארן. דאס איבריגע איז אייגנס...
 
לעצט רעדאגירט:
איך גלייב זייער שווער אז ער וואלט געשריבן אין אן אקעדעמישע ביך פון א ראמאן וואס ער האט נישט, אפשר אויף זיין בלאג וואס טראגט מתחלה נישט אזא שטארקייט ווי זיינע ביכער.

בכלל דארף מען וויסן וואס ער האט גענומען בעפאר דו באשולדיגסט אים אין ליגענט זאגן.

אגב, וואו קען מען זען די ביכל "מעולם לעולם"?
 
יעצט קומט מיר ארויף איין ביישפיל. ער איז זייער פארנומען מיט דעם ספר מעולם לעולם וואס א רבי׳ש קינד, אן אפגעפארענער, האט געשריבן. ער שרייבט אז ער האט נישט דעם ביכל און קען עס נישט געפונען. איך האב אים געברענט א קאפי און אים פארגעהאלטן אז א’ עס איז א ראמאן, נישט א ביאגראפיע. ב׳ נישט ער האט עס געשריבן. ער האט מודה געווען אז ער האט דעם ביכל און ערהאט דאס געהאט בשעת׳ן שרייבן און אז עס איז נישט פארלעסליך. ער אענה׳ט נאר אז עס איז נאכאלץ א פארלעסיך ווערק. ווען איך האב אים געטשעלענדזשט פארוואס ער האלט אזוי, איז ער שנעל אריבער צום רבי׳ן פון לובלין, זיין פעיוואריט טארגעט.
איך האב א סך גערעדט מיט אים דערוועגן, ערהאט מודה געווען אז עס איז דא א סך conjecture, נארער האלט אז עס איז וויכטיג אז חסידים זאלן וויסן אז עס איז מעגלעך דא א׳נאנדער נעראטיוו.
ער איז גראדע זייער אפראוטשעבל און א געשמאקער מענטש אבער ער האט גענומען זיין לעבנמיסיע אויפצוווייזן אז פאר יעדער חסידישער מעשה איז דא א קאנספיראציע טעאריע. ער האט מודה געווען אז דעס איינציגסטע באווייז וואס ער האט צו זיין טעאריע איבער דעם חוזה איז דאס וואס שטייט אז איז געפארן זען דעם איד הקדוש מיט זיינע פיזישע אויגן און אז ער איז צובראכן געווארן. דאס איבריגע איז אייגנס...
איך האלט שון לאנג אז רוב פין די חוקרים וואס זיכען די ״אמת״ זענען פינקט אזוי פיל מיט אייגענע נגיעות
 
איך גלייב זייער שווער אז ער וואלט געשריבן אין אן אקעדעמישע ביך פון א ראמאן וואס ער האט נישט, אפשר אויף זיין בלאג וואס טראגט מתחלה נישט אזא שטארקייט ווי זיינע ביכער.

בכלל דארף מען וויסן וואס ער האט גענומען בעפאר דו באשולדיגסט אים אין ליגענט זאגן.

אגב, וואו קען מען זען די ביכל "מעולם
איך געדענק נישט וואו ער ברענגט דעם ספר אבער איך געדענק אז ער שרייבט אז ער האט דאס געזוכט איבעראל און נישט געטראפן בשעת ער האט מיר מודה געווען אז ער האט דאס געהאט בשעת מעשה.
איך האב עס געקויפט אין פינטערס יארן צוריק. עס איז פארלוירן געווארן בשעת׳ן מופן.
 
דא דריי באוואוסטע שפרים שפת אמת.
1) שפת אמת הקדמון, להגה"ק רבי ישמעאל הכהן זצוק"ל אב"ד מודינא שבאיטאליע
2) שפת אמת להרה"ק ר' ליבוש ברעזאנער זי"ע, מתלמידי החוזה
3) שפת אמת, להרה"ק רי"ל מגור זי"ע
אין יענע קרייז וואו ידידינו חוקר איז אנגעהערט, איז דער גור'ער חדר (אדער ווארשעווער, ווי @חוקר ודורש רופט עס) נישט אפגעפרעגט, נאר אומעקזיסטירבאר מכל וכל.

סאו בעת וואס רוב חסיד'ישע אידן וועלן ביי דיפאולט וויסן אז שפת אמת מיינט ר' יודא לייב מגור, וועט מען אין יענע חדר ניטאמאל וויסן אז ער האט עקזיסטירט. איי מ'קען דאך נישט סתם בארעדן, וועט מען דערמאנען א ווארט פון שפת אמת הקדמון, און מ'וועט זאגן אז מ'מיינט נישט שפת אמת פון רבי ליבוש ברעזאנער, נאר דעם שפת אמת הקדמון. און מיטן ניטש זאגן אז מ'מיינט נישט דעם שפת אמת פון גור האט מען דערמיט אויסגעפאפט גאנץ ווארשע.

ושפת אמת תכון לעד.
סנישט מען ווייסט נישט מען וויל נישט וויסען. ביי יענע קרייז איז עס נאר ביי די וואס לעבען נאך און קשאנוב ווייל אנדערע מנהיג זאגט נאך שפת אמת (די ווארשעווער) לכה״פ ביי זיין גמרא שיעור
 
און נאך איין קלייניקייט, די רבי קען אמאל יא נאך זאגן פון יענע ספרים, נאר ער זאגט נאך, אז עס שטייט אין ספרים הק', און זאגט נישט די מקור.
אדער בשם איינער פון די פולישער צדיקים...
 
סנישט מען ווייסט נישט מען וויל נישט וויסען. ביי יענע קרייז איז עס נאר ביי די וואס לעבען נאך און קשאנוב ווייל אנדערע מנהיג זאגט נאך שפת אמת (די ווארשעווער) לכה״פ ביי זיין גמרא שיעור
קענסט פליז רעדן קלאר...
 
קענסט פליז רעדן קלאר...
ביי די קליין קעפיגע באבוב איז מען נישט גורס די פוילישע צדיקים, איז דער גרעסערע פין די קליינע קאפ קען יא אמאל נאך זאגען א שפת אמת ביי די גמרא שיעורים, ביי א טיש אדער אלץ רבי ווייס איך נישט
 
Back
Top