וויליאמסבורג עירוב

1000628813.jpg
 
די סאטמורים פראבירן צו שלעפן די רעגן אויף שבת......
 
דאס איז אן אינטערעסאנטע coincidence, פונקט די וואך האב איך איך געעפנט די שנירל איבער דעם עירוב, א נושא וואס איז נישט געווארן דיסקוסירט פאר א לאנגע וויילע, און פונקט די וואך איז עס נישט כשר....
מ'זעט קלאר אז אונז לערנען מיר תורה לשמה...
 
חוץ די עירוב אויף וויליאמסבורג, וואס איז כרגע פסול איז אויך דא אן עירוב אויף גאנץ ברוקלין (איך ווייס נישט ווי מהודר דאס איז), וואס איז נאך אלץ כשר
(נישט אויף מיין אחריות)
1001808550.webp
 
Wow

וויאזוי האבן זיי געמאכט אזא גרויסע עירוב?
🤷
די פראבלעם איז אז זיי טענה'ן אז ס'איז א רמב"ם עירוב. (א רמב"ם עירוב מיינט, אז ס'איז א געיט. איי העוו נאו קלו וויזוי זיי האבן אזאנס באוויזען)
 
איך קען באמת נישט די סוגיא, די פאלעמיק, און די מציאות.

איך פרעג נאר (אביסל רעטאריש), לכאו' קען איך ארומנעמען א קליין שטח מיט א צורת הפתח און די גאנצע וועלט האט יעצט אן עירוב?! ווייל פון א געאמעטריקעל פערספעקטיוו איז דאך נישט קיין חילוק צו איך נעם ארום גאנץ אמעריקע אדער די גאנצע וועלט אויסער אמעריקע - ביידע קענען ווערן אנגעקוקט ארומגענומען מיט דעם זעלבן שטיקל שטריק. (אביסל אזויווי מאכן די גאנצע יאר חול המועד צווישן ט' באב מיט י"ז תמוז אנשטאט פארקערט, וד"ל).

מיין נקודה איז אז מאכן אזא גרויסע עירוב שטומט עפעס נישט מיט די וועג וויאזוי איך פארשטיי די עטאס פון עירוב, אבער קען זיין איך בין מיך טועה..
 
עס מיינט לאו דוקא א געיט, נאר אז עס איז נישטא קיין צורת הפתח מער ווי צען אמות ברייט
 
איך קען באמת נישט די סוגיא, די פאלעמיק, און די מציאות.

איך פרעג נאר (אביסל רעטאריש), לכאו' קען איך ארומנעמען א קליין שטח מיט א צורת הפתח און די גאנצע וועלט האט יעצט אן עירוב?! ווייל פון א געאמעטריקעל פערספעקטיוו איז דאך נישט קיין חילוק צו איך נעם ארום גאנץ אמעריקע אדער די גאנצע וועלט אויסער אמעריקע - ביידע קענען ווערן אנגעקוקט ארומגענומען מיט דעם זעלבן שטיקל שטריק. (אביסל אזויווי מאכן די גאנצע יאר חול המועד צווישן ט' באב מיט י"ז תמוז אנשטאט פארקערט, וד"ל).

מיין נקודה איז אז מאכן אזא גרויסע עירוב שטומט עפעס נישט מיט די וועג וויאזוי איך פארשטיי די עטאס פון עירוב, אבער קען זיין איך בין מיך טועה..
לאל דערמאנסט מיר פון א חבר פון ישיבה, ער פלעגט פרעגן פארוואס מ'מאכט נישט א הויכע פאול אין ספעיס און עפעס אזא חשבון האט ער געהאט אז ס'זאל זיין אז עירוב פאר די גאנצע וועלט
 
די רעיון פון א עירוב איז אז מען מאכט פון א חצר הרבים צו א רשות היחיד בשותפות. מילא לייגן אזא פארקערטע עירוב וואס זאל אריינעמען פעלדער וועלדער ימים ונהרות אויסער איין קליינע שטיקל איז נישט קיין עירוב אויף א חצר.
(דאס איז שוין בהנחה אז אין די גאנצע וועלט איז נישט פארהאן קיין רשות הרבים דאורייתה וואס אויף דעים העלפט סייווי נישט קיין עירוב)
 
לאל דערמאנסט מיר פון א חבר פון ישיבה, ער פלעגט פרעגן פארוואס מ'מאכט נישט א הויכע פאול אין ספעיס און עפעס אזא חשבון האט ער געהאט אז ס'זאל זיין אז עירוב פאר די גאנצע וועלט
נישט קיין ספעיס און נישט קיין פאול, אויב קען מען ארומנעמען גאנץ ברוקלין קען מען דאך לכאו' פאר דעם פרייז ארומנעמען די גאנצע וועלט, און וויאזוי נעמט מען מען ארום די וועלט? וואו לייגט מען די שטריקן? די געאמעטריקעל תשובה איז אז מ'נעמט ארום א קליינע שטח און אלעס אינדרויסן דערפון איז אטאמאטיש ארומגענומען דורך דעם.
די ברייטערע פראגע איז אבער צו מ'קען טאקע הלכה'דיג ארומנעמען גאנץ ברוקלין אדער איז עס מער אזא מכירת חמץ סטיל לופ האול?
 
איך האב גערעדט מיט א משגיח פון די עירוב ער האט מיר געזאגט אז מער ווייניגער לייגט מען אונטער לחי׳ס (לחיים??) אונטער די לעקטריק ווייערס פון די יוטילעטי פאולס.
 
🤷
די פראבלעם איז אז זיי טענה'ן אז ס'איז א רמב"ם עירוב. (א רמב"ם עירוב מיינט, אז ס'איז א געיט. איי העוו נאו קלו וויזוי זיי האבן אזאנס באוויזען)
אין קרית יואל איז נישטא אסאך פלעצער ווי די עירוב איז א געיט?
 
Back
Top